זענט איר געמאכט צו פירן א אייגענע ביזנעס?

8 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: וישלח , תשע"א · בעל-בית נומער: 26 · דאטום: 2010-11
http://www.balboos.com/content/2010/11/זענט-איר-געמאכט-צו-פירן-א-אייגענע-ביזנע/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
זענט איר געמאכט צו פירן א אייגענע ביזנעס?

“איך געב אויף, עפענען א ביזנעס איז פיל שווערער ווי איך האב געטראכט, און עס נעמט א סאך מער צייט. איך האב געהאפט אז אין די צייט וועל איך שוין פארדינען עפעס! איך דארף טוהן אזוי פיל זאכן און איך בין אינגאנצן אויסגעמוטשעט. עס זעהט נישט אויס ווי מענטשן ווילן קויפן מיינע פראדוקטן און איך שפיר ווי מען פארלאזט מיר. איך גלייב אז איך האב נישט די פערזענליכקייט וואס פעלט אויס צו זיין א בעל הבית פון א פירמע.”
דאס זענען ווערטער וואס מען הערט גאר אסאך מאל פון ביזנעס אייגענטומער.
המממ… אינטערסאנט. זענען טאקע דא געוויסע כאראקטער שטריכן וואס טיילן אפ די געבוירענע בעל הבתים פון די וואס קענען עס נישט אדורכטראגן? יא! פאלגנד איז א ליסטע פון שטריכן וואס פאדערן זיך פאר די וואס ווילן פירן זייערע אייגענע ביזנעסער:
1.  שטייפקייט
2.  זעלבסט-ווירדע
3.  וויליגקייט צו טוהן שווערע ארבעט (אויך די פליכטן וואס איר האט נישט אזוי ליב צו טוהן!)
4.  וויליגקייט צו לערנען נייע פאכן
5.  א טיפע רצון צו זיין זעלבסט-שטענדיג
6.  וויליגקייט צו נעמען ריזיקעס
7.  א מעגליכקייט צו האנדלען גוט מיט מענטשן
8.  א נאנטע קשר צו דאס וואס איר טוט אדער פארקויפט
9.  זעלבססט-מאטיווירט
10.  וויליגקייט צו בעטן הילף
באמערקט אז מיר האבן נישט אראפגעשריבן קיין ביזנעס קוואליטעטן. איר קענט אלעמאל זיך צולערנען די סארט קוואליטעטן, אדער אויפנעמען איינעם וואס קען טוהן די ארבעט וואס איר קענט נישט. דאס איז א ליסטע וועגן ווער איר זענט און וואס אייערע געוואוינהייטן זענען.
יעצט פרעגט זיך, בין איך געמאכט צו פירן מיין אייגענע ביזנעס?

November 15, 2010 at 8:59 AM#2
זענט איר געמאכט צו פירן א אייגענע ביזנעס?

come on, what exactly are you trying to tell me?
that I need to give up?
whats the point of this article?

November 15, 2010 at 10:38 AM#3
זענט איר געמאכט צו פירן א אייגענע ביזנעס?

willyguy, איך פארשטיי נישט וואס דו פארשטייסט נישט. יא, אויב טויגסטו נישט צו פירן א ביזנעס, זיי מוחל געב אויף און גיי ארבעטן ביי איינעם. פארוואס בטל’ן די צייט?

ווידעראמאל אויב טרעפסטו זיך אין די קוואליפיקאציעס, גאו עהעד. געב נישט אויף!

November 15, 2010 at 11:21 AM#4
זענט איר געמאכט צו פירן א אייגענע ביזנעס?

OH MAN YOEL KLEIN IS SO RIGHT WITH THESE STEPS MENTIONAED HERE
TALKING FROM EXPROENCE,,,,,,,,,,,,,

November 15, 2010 at 11:49 AM#5
זענט איר געמאכט צו פירן א אייגענע ביזנעס?

מיין פוינט איז, אז דאס איז פיין צו שרייבן פאר איינעם וואס האט נאכנישט אנגעהויבן. נישט פאר איינעם וואס האט שוין א ביזנעס.
פאר אזא איינעם געט מען חיזוק און/אדער עצות. סתם שרייבן אין די וועלט אריין האט נישט קיין זין.
אויך איז קלאר אז מען דארף נישט האבן די אלע מעלות, איך קען גרויסע עשירים וואס פארמאגן עס נישט. ממילא איך גיי נאך נישט אויפגעבן, סארי מר. קליין.
מעני: דיין עקספיריענס מיינט גארנישט, קען זיין אז עס דא אנדערע סיבות אויך (צב”ש נישט קענען ענגליש..)

November 15, 2010 at 12:44 PM#6
זענט איר געמאכט צו פירן א אייגענע ביזנעס?

willyguy ליין גיט איבער וואס יואלי קליין שרייבט, ווען איך ליין עס זעה איך אזויפיל חיזוק און מאטיוואציע אנציגיין ווייטער.

ווען איך ליין עס זעה איך ווי דא שטייט אז יעדער קען מצליח זיין אפגעזעהן פון די טאלאנטען וואס מען האט. כדי מצליח צו זיין דארף מען האבן זאכן וואס די מענטש קען אליינס אפמאכען דאס צי האבן, די איבעריגע זאכען קען מען זיך אנהאנדלען.

יואלי שרייבט “באמערקט אז מיר האבן נישט אראפגעשריבן קיין ביזנעס קוואליטעטן. איר קענט אלעמאל זיך צולערנען די סארט קוואליטעטן, אדער אויפנעמען איינעם וואס קען טוהן די ארבעט וואס איר קענט נישט.”

איך קען זיך פערזענדליך מיט יואלי און איך בין מיר אסאך שואל עצה ביי אים סאיז נישט מעגליך אראפצישרייבען זיינע כוחות, התחזקות און קלארקייט וואס ער גיט.

שכוח מעומקא דליבא!
א חסיד

November 15, 2010 at 6:02 PM#7
זענט איר געמאכט צו פירן א אייגענע ביזנעס?

זייער שיין באשריבן. א דאנק. אבער דאס קוקט אויס די זעלבע ארטיקלען (עכ”פ למחצה ולשליש ולרביע) ווי די ארטיקלען אין “דער בלאט”. נישט אז ס’איז א פעלער, נאר איך פערזענליך זוכט נייע ידיעות און איך לייען איבער דאס אלטע.

אבער איך בין נאר א יחיד. רוב עולם האט שטארק הנאה דערפון, איז חזק ונתחזק, עלה והצלח!

November 16, 2010 at 7:12 PM#8
זענט איר געמאכט צו פירן א אייגענע ביזנעס?

איך האב ניטאמאל געוויסט אז ער שרייבט אין די בלאט, נישט יעדער ליינט עס זעט אויס…
איך האב גאנץ פיין הנאה געווענליך, אבער די וואך בין איך מסכים מיט וויליבויס פוינט, ווייל ווען ר’ חיים דעסער איז ווען מסביר אז נאר אזעלכע מענטשן זאלן אנהייבן א נייע ביזנעס, פארשטיי איך, ווייל ער רעד צו מתחילים.

אבער דא קומט ר’ יואל קליין און רעד צו ביזנעסלייט וואס האבן איייגענע ביזנעסער, און לאמיר זיך נישט פאפן, נישט יעדע ביזנעסמאן האט די אלע קוואליפיקאציעס, סאו וואס זאגט ער דא למעשה? אז מען זאל אויפגעבן? אתמהה