נייע ביליגערע פלענס פון ווערייזאן ווייערלעס
ווערייזאן האט געמאלדן א נייע פלען וואס באשטייט פון אנלימיטעד מאביל צו מאביל, טעקסט, און דאטא און 450 מינוט פאר $69.99 א חודש. ספרינט האט שוין פון לאנג א ענליכע פלען.
די פלען איז אבער נאר פאר יעצטיגע ווערייזאן קאסטומערס וועלכע באנייען די קאנטראקט פאר נאך א יאר. נישט פאר נייע קאסטומערס.
עס איז טאקע גוטע נייעס אז פרייזן ווערן ביליגער, אבער די ספרינט פלען איז נאך אלץ בעסער, ווייל זיי געבן די פרייז אפילו פאר נייע אקאונטס, ווי אויך ספרינט’ס מאביל צו מאביל רעכנט אריין אפילו סעלפאונס פון אנדערע קעריערס.
אפדעיט פאר די מעק אפערעטינג סיסטעם
עפל האט ריליעסט א אפדעיט פאר OS X 10 , עס האט נישט קיין ספעציעלע נייע פיטשערס, בעיקר פארראכטן באגס, און פארבעסערט סופארט פאר 3D געימס, מייקראסאפט עקסענזש סערווער, קאנטקאט סינק מיט גוגל און נאך.
עס איז ראטזאם צו אפדעיטן, מען קען אינסטולירן דורך די “סאפטוועיר אפדעיט” פראגראם, אדער גיין דירעקט צו די לינק.
http://support.apple.com/downloads/#macosx106
נ.י. טיימס וועט צולייגן א “אי-בוק” קאטאגאריע צו די בעסט סעללער ליסטע
נאך א צייכן איבער די שטייגענדע פאפולעריטעט פון אי-בוקס. עס איז געווארן באריכטעט די וואך אז די ניו יארק טיימס וועט צולייגן און קומענדיגע יאר א אי-בוק אפטיילונג צו איר שטארק געשעצטע “בעסט סעללער” בוק ליסט.
אי-בוקס איז נישט קיין נייע אויסטרעף. עס גייט שוין צוריק צו די זיבעציגער יארן. אבער למעשה איז עס קיינמאל נישט געווארן צו פאפולער. אין רוב מענטשן האבן ניטאמאל געוויסט אז עקזיסטירט.
אבער דאס האט זיך געטוישט ווען “עמעזאן” איז ארויסגעקומען אין 07′ מיט א ספעציעלע “אי-בוק רידער” מיטן נאמן “קינדל”. זייט דעמאלס האט זיך די באניץ פון עלעקטראנישע ביכער זיך שטארק צעוואקסן. נישט צו בלייבן אינטערשטעליג, איז “בארנס ענד נאבעלס” א ריזיגע ביכער געשעפט טשעין, ארויסגעקומען מיט א אייגענע “רידער” מיט’ן נאמען “נוק”.
גאר א שטארקע שטופ אויף פאראויס איז געקומען ווען עפל איז ארויסגעקומען מיט’ן אייפעד, דאן האבן זיי גלייכצייטיג געעפענט א אי-בוק סטאר אפטיילונג אין אייטונס, מיטן נאמען… איר האט צוגעטראפן “איי בוקס”. אין דאס האבן מיר שוין א אלטע כלל אז דארט ווי עפל לייגט צו א האנט ווערט עס גאלד. (א נאטיץ צו מיינע פאטענציעלע קריטיקירער: יעדע כלל, האט א יוצא מן הכלל).
גוגל מאכט שוין ווייטער נאך בינג
גוגל פרובירט טאקע צו מאכן דעם אנשטעל אז זיי שרעקן זיך בכלל נישט פון מייקראסאפטס נייע סיערטש ענזשין המכונה בינג. אבער אין פאקט מאכן זיי נאך כמעט יעדע קלייניקייט פון בינג. די גוגל “זוך רעזולטאטן בלאט” איז א דאנק דעם, שטארק נשתנה געווארן אין די לעצטע יאר.
יעצט איז געקומען די רייע אויף Preview. ווען מען זוכט עפעס, וועט ביי יעדע רעזולטאט ערשיינען א קליינע פארגרעסערונג גלאז, וואס ווען מען קליקט דערויף ערשיינט א בילד פון יענע וועב זייטל. אזוי אז מען קען זען נאך פאר מען קליקט אויף די לינק אויב עס איז טאקע די וועב זייטל וואס מען זוכט. אין טעאריע וועט עס איינשפארן פיל צייט, פאר גוגל באניצער.
גוגל האט געזאגט פאר די ניו יארק טיימס, אז זיי האלטן עטליכע ביליאן בילדער פון די פאפולערסטע וועב זייטלעך, פאר שנעלע עקסעס, און אויב האבן זיי נאכנישט קיין בילד, קענען זיי עס פראדוצירן אויפן פלאץ אין ווייניגער ווי א צענטל פון א סעקונדע.
מייקראסאפט שטיפט צו אינסטולירן אייגענע “אנטי ווירוס” פראגראם דורך ווינדאוס אפדעיט
מייקראסאפט האט אנגעהויבן אקטיוו צו שטיפען זייער אייגענע אנטי וויירוס פראגראם, -מייקראסאפט סעקיוריטי עסענטשולס” דורך עס מאכן אוועליבעל אין “ווינדאוס אפדעיט”.
עס ערשיינט אין די “רעקאמענדירטע אפדעיטס” טעב (נישט ביי קריטיקעל אפדעיטס) און נאר אין א פאל וואס עס איז נישט אינסטולירט קיין שום אנדערע אנטי וויירוס סאפטוועיר אויפן קאמפיוטער.
עס איז לכאורה זייער א געווינטשענע ערשיינונג אין אלגעמיין, ווייל וויירוסעס ווערן פארשפרייט דורך אינפעקטירטע קאמפיוטערס. אויב וועט דורך דעם באדייטענד פארמינערט ווערן די צאל קאמפיוטערס וואס זענען בכלל נישט באשיצט, וועט עס העלפן אלע ווינדאוס באניצער גלאבאל.
דאך האבן עטליכע פירמעס וועלכע פראדוצירן אליין אנטי וויירוס פראדוקטן -פאנדא און טרענד מייקרא- זיך גענומען מאכן א ויצעקו אז מייקראסאפט טוט אומ’יושר’דיג אויסניצן איר מאנאפאל -אלץ פראדוצירער פון ווינדאוס- צו שטיפען איר אייגענע אנטי וויירוס פראדוקט, און דורך דעם ארויסשטיפן אנדערע פירמעס פון די מארקעט.
העקער פון פעלין’ס יאהו אימעיל אקאונט פאראורטיילט געווארן צו א יאר תפיסה
א 22 יעריגע סטודענט וועלכער האט אין 08′ געהעקט -דאן רעפובליקאנער ווייס פרעזידענט קאנדידאט- סערא פעלין’ס יאהו אימעיל אקאונט, איז פאראורטיילט געווארן צו א יאר תפיסה.
ער האט אויסגעפונען די פעסווארד דורך איינפאך קליקן אויף די “איך געדענק נישט מיין פעסווארד” לינק, און פשוט צוגעטראפן די געהיימע שאלה וואס יאהו ניצט צו פארזיכערן די אקאונט, איידער זיי שיקן די פעסווארד דורך אימעיל.
עס איז דארף דינען ווי א דערמאנונג צו זיין זייער פארזיכטיג ווען מען קלויבט אויס אזא געהיימע שאלה, אז עס זאל זיין אזא זאך וואס פאר אנדערע מענטשן וועט נישט איינפאלן.