שאו פאר היימישע ביזנעסער
א גוטן אייך, עס איז די ערשטע מאל וואס איך זעה אייער אויסגאבע, איך בין נבהל ונשתומם און איך קען נישט איינהאלטן מיינע געפילן פון פרייד ווי היימישע אינגעלייט געבן אויס זייערע טאלאנטן, און העלפן זיך ארויס איינער דעם אנדערן.
אגב, אנפירנדיג א booth ביי די פארגאנגענע קאושער פעסט שאו, וואו עס איז פשוט געווען א קידוש השם ווי אזויפיל היימישע אידן צייגן ארויס זייערע געוואלדיגע טאלאנטן און קענטעניסן, האב איך צו מיר געקלערט פארוואס איז די עסן אינדוסטריע אויסגעקליבן געווארן? פארוואס קען נישט זיין די זעלבע זאך פאר אנדערע סארט ביזנעסער פון היימישע אידן וואו היימישע אינדוסטריעס זאלן זיך צוזאמענקומען און ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן וכו’.
דער עיקר איז איר זאלט האבן אסאך הצלחה בכל מעשי ידיכם.
ר. פ.
רעדט אפ פון איבעי ביזנעס
מענטשן קוקן אן איבעי פונדרויסן ווי א גאלדן גרוב.
אלץ איינער וואס גייט זיך אין די קומענדיגע וואכן גענצליך ארויסלאזן פון מיין איבעי ביזנעס וואס איך האב געפירט דארט די לעצטע צען יאר, וויל איך הייס רעקאמענדירן פאר סיי ווער עס פלאנט פון דארט צו ציען זיין חיונה, אז מענטשן וואס קויפן אויף איבעי זענען געווענליך ביליגע גוים אן קיין שום געלערנטקייט וואס האבן נישט קיין פרוטה צו זייער נשמה, און האבן נישט קיין שום פראבלעם אראפצודרייען דעם קאפ פונעם “סעלער” פאר נישטיגקייטן וואס די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן.
עס פלעגט זיין צייטן וואס איך פלעג ממש אויף זיין נעכט צופרידנצושטעלן קאסטומער מיט זאכן וואס א רעאליסטישע מוכר וואלט אין זיין לעבן נישט געטון, און אלעס מיטן פחד אז דער קונה וועט מיך נישט געבן קיין גוטע “פידבעק”. און הערשט זענען זייער אסאך טאקע נישט געווען צופרידן.
איבעי קוקט אויס אויסעווייניג זייער א גוטע און גרינגע מקור פאר פרנסה. מען פארקויפט קלייניגקייטן און מען לייזט שיין געלט. עס איז אבער בכלל נישט אזוי גרינג, און נאך שווערער ווי א געהעריגע שווערע ארבעט מיט א הויכע אינקאם.
יישר כח פארן פארעפנטליכן.
(-)
עצה וועגן קאפיען טעקסט פון פי די עף
איך באנוץ מיך נישט מיט’ן אינטערנעט, שרייב איך מיינע קאמענטאר’ן דורך אימעיל.
די וואך האט איינער געפרעגט וועגן עפענען א PDF ווייל SELECT TEXT אליין קומט ארויס פארקערט, האב איך פארדעם א עצה, ווען מען PASTE אריין די טעקסט אין POWER POINT דעמאלט קומט עס אויס גראד, דערנאך קען מען עס שוין פון דארט אריבערלייגן אין אלע MICROSOFT OFFICE עס קומט אויס גראד
אויך קען מען עפי”ר ארויססעלעקטן שטיקלעך פון PDF פיילס אן דעם וואס מען זאל עס דארפן עפענען
בנוגע די עצה טובה, ווייס איך פון פילע שארטקאטס וואס מען קען האבן דערפון גאר אסאך נוצן נאר מען ווייסט נישט דערפון
די זעלבע איז אין אלע ביזנעסער, וואס אייגענטימער פון מאשינען וכדומה ווייסן ניטאמאל וואס זיי פארמאגן און געבן אויס אימזיסט געלט.
אויף מיין פלאץ – אין פארשידענע מוסדות – וועלכע פלעגן ארויסגעבן זייערע דינער ליפלעטן פאר קאמפאניס צו מאכן, אין צייט וואס זיי האבן געהאט “די זעלבע מאשין ממש”
בנוגע בעטן מער פון נודניקעס (פון מיין אפיס פענסטער’ל ויצא תשע”א), איז די שארפסטע געווען בי גראפיקערס, די סיבה באמת איז ווייל די שווערסטע ליידן זיי פון די נודניקעס, ווי באקאנט דאס ווארט “פאר א נאר ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט” אזוי איז עס מיט די סארט נודניקעס (איך שרייבער האט שוין אויך אסאך געליטן פון זיי) למשל ווען מען ברענגט אריין א ווארד פייל אין אדויבי און עס איז קיין שיינע פאנטס – כמובן – שרייען זיי געוואלד עס איז אזא מיאוסע פאנט. און דערנאך אויב דער גראפיקער טוישט עס מיינט ער אז ער פאלגט אים, וכהנה וכהנה.
דער רבוש”ע זאל העלפן און הייבן די פרנסה פאר יעדן בריוח ובכבוד גרינגערהייט, עד ביאת הגואל בב”א
אגב, די לינקס וואס ווערן ארויפגעלייגט אויפ’ן פעדזש (דיסקוסירט אנליין, אוצר סטאק) איז נישט אקטועל אויןפן PDF, עס איז דא א אופן וויאזוי דאס צו מאכן אפי’ אויפ’ן PDF, אדער שיקט מיר ביטע אריין געוויסע אינפא. אויף אוצר סטאק איך קען גוט ניצען אזא קאמפאני אבער איך האב נישט קיין קאנאעקשן דערווייל.
הצלחה
א.ב. מארקאוויטש
רעדאקציע: צום באדויערן איז נישט שייך פאר אונז צו שיקן אינפארמאציע. אפשר איז מעגליך אין אזא פאל זיך צו באניצן מיט א חבר וואס האט עקסעס.
אנטוישט אין די האנדע אדיסי 11′
מען האט גערעדט און גערעדט דערפון, און ענדליך זעט מען עס שוין אויף די גאסן. די האנדע אדיסי 2011.
לויט מיין ארימע שכל האט האנדע מיאוס פארלוירן דעם אלטן קאמפ מיט טאיאטע!
דער נייער אדיסי איז א קאר אויפן וועג צו ווערן א מיני-ווען. עס האט פארלוירן גענצליך דעם צלם המיני-ווען…
עס איז מיר א פשוט’ע פלא אז עס זיצן גרויסע קעפ אין האנדע און זיי טראכטן נישט מיט גראדע שכל, מעגליך אז אין די גוי’שע וועלט זענען די מיני-ווען באנוצער אנדערש גענויגט ווי ביי אונז?
מיין ליעס אויפן אלטן האנדע אדיסי וואס האלט ביים אפלויפן אט אט, וועט אי”ה ערזעצט ווערן מיט א טאיאטע סיענע.
מ. גאלד
איבער ארויספרינטן דעם בעל-בית
כבוד המעריכים והעורכים הי”ו
איך האב לעצטענס געזעין אייער פאבליקאציעס ס’איז מיר גוט געפאלן.
להערה בעלמא אז ס’וואלט געווען ראטזאם אויב מען קען צוטיילן די בלעטר אין די PDF פייל, איינגטיילט ווי א לעטטער בלעטל בכדי מען זאל דאס קענען ארויס דריקן.
ס’איז זייער שווער צו האלטן אופן דעם סקרין א גאנצן טאג ביז מען ענדיגט דורך צו טון די גאנצע סוגיא דאס איז גוט דורך צוטון לעת הצורך. אבער צו האלטן אפען דעם סקרין א גאנצן טאג איז נישט קיין עסק לכאורה.
כן נראה לעניות דעתי פוק חזי מה עמא דבר
הצלחה
מ.ג.
רעדאקציע: מיר האבן שוין מודיע געווען מער ווי איינמאל, אז מיר וועלן צושטעלן אזא זאך גאר בקרוב פאר באצאלטע מעמבערס, לעת עתה איז עס נאכנישט מסודר.
בתקוה להבנה
פראגראם צו מאכן פי די עף פיילס בחנם
בנוגע וואס א ליינער האט געפרעגט וועלכע פראגראם מען קען ניצן צו מאכן פי די עף פיילס בחנם.
די בעסטע וואס איך האב נאר אנגעטראפן, איז primo pdf עס ווערט אינסטולירט ווי א פרינטער, גוגל עס, עס איז בחינם לעולם ועד.
קליימעקס אימעדזש
איך נוץ אויך פריימא, די פרי ווערזשען, איך רעקאמאנדיר עס פאר יעדן.
י. רייך
CutePDF, צו באקומען ביי cutepdf.com.
מ.ה., מ.פ., א. פערל
מען האט שוין איינמאל דערמאנט דא אז Cute PDF writer איז א גוטע בחנם’דיגע פראגראם צו מאכן פי.די.עף’ס (ער מאכט אויך נישט קיין פראבלעמען מיט קיין פאנט’ס אזוי ווי אדאובי, וואס יעדע צווייטע מאל וואס איך פרוביר צו פרינטן א פייל מיט אדאובי PDF פרינטער קומט ארויף א מעסעדזש אז די פאנטס זענען נישט … איך ווייס נישט פונקטליך וואס, איך פארשטיי נישט גענוי אלע קאמפליצירטע ענגלישע ווערטער…. עפעס אזוי ווי Embeded אנטשולדיגט אויב איך האב עס נישט גוט געשריבן.
לייב