ביזנעס איז געוואלדיג!

3 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: וישב , תשע"א · בעל-בית נומער: 27 · דאטום: 2010-11
http://www.balboos.com/content/2010/11/ביזנעס-איז-געוואלדיג/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
ביזנעס איז געוואלדיג!

נישט לאנג צירוק האב איך זיך  געטראפען מיט א גערטנער וואס פירט א ביזנעס וואס איז שוין געווען אין זיין משפחה פאר צוויי אדער דריי דורות. די שטאב איז געווען צופרידן, די קונדן האבן זייער ליב געהאט צו באזוכן דעם געשעפט אדער צו האבן דעם שטאב ארבעטן אויף זייערע פעלדער.
פון ווען מענטשן געדענקן דעם פירמע, זענען סיי דער היינטיגער בעל הבית און סיי די פריערדיגע בעלי בתים געווען מורא’דיגע צופרידענע מענטשן. מערסטנס מענטשן האבן פארשטאנען אז דאס איז צוליב דעם וואס זיי האבן אנגעפירט אזא סוקסעפולער ביזנעס.
פאקטיש, איז עס אבער געווען פונקט פארקערט…
א מסורה אין דער ביזנעס איז געווען אז דער בעל הבית פלעגט אלאמאל טראגן א באדזש אויף זיין העמד, וואס אויף דעם איז געשטאנען, “ביזנעס איז געוואלדיג!”
די ביזנעס איז טאקע געגאנגען גוט, אפילו עס איז אדורכגעגאנגען שווערע צייטן פונקט ווי יעדע אנדערע. אבער איין זאך האט זיך קיינמאל געטוישט, און דאס איז געווען דער בעל הבית’ס צוגאנג און זיין באדזש וואס האט געזאגט, “ביזנעס איז געוואלדיג!”
יעדער וואס האט געזעהן דעם באדזש פאר דעם ערשטן מאל, האט גלייך געפרעגט, “וואס איז אזוי געוואלדיג וועגן ביזנעס?” אפטמאל, פלעגן מענטשן אויך קאמענטירן אז זייער אייגענע ביזנעס איז געפערליך, אדער אפילו אז זיי פערזענליך זענען אנגעשטרענגט אדער אומצופרידן.
בדרך כלל, האט דער “ביזנעס איז געוואלדיג!” באדזש אלעמאל אנגעהויבן עפעס א שמועס, אין וואס דער בעל הבית האט געווענליך ארויסגעברענגט די פאזיטיווע הינזיכטן פון ביזנעס און ארבעט, צום ביישפיל:
•     די הנאה פון טרעפן און שמעוסן מיט אנדערע מענטשן יעדן טאג
•     די גוטע געפיל וואס קומט פון העלפן די שטאב מענטשן וואס נעמען אן נייע עקספעריענסעס
•     די געוואלדיגע געפיל וואס מען שפירט ווען מען ענדיגט די ארבעט און מען טוט עס אויף דעם בעסטן און שענסטן אופן
•     די נייע זאכן וואס מען לערנט יעדן טאג- אפילו ווען מען זוכט דאס נישט צו טוהן
•     און די מחשבה אז יעדער וואס האט ארבעט איז געבענטשט, ווייל עס זענען דא מיליאנען מענטשן וואס וואלטן אויפגעגעבן זייערע אייגענע מצבים צו קענען טוהן עפעס וואס געבט זיי סיפוק, פרנסה, און רואיגקייט.
נאכן הערן אזא לאנגע ליסטע פון סיבות, קיין חילוק ווי אומצופרידן דער מענטש איז געווען פריער, האט ער נאכדעם געשפירט סאך מער צופרידן אין דעם פרייליכן אטמאספערע. איין זאך איז קלאר: דער באדזש איז געקומען ערשט. דער געוואלדיגער ביזנעס איז נאכגעקומען.
עס איז וויכטיג אז א בעל הבית זאל אנקוקן זיין ביזנעס מיט א פאזיטיווער בליק, און דורכדעם וועט דאס ווערן באמת גוט. “ביזנעס איז געוואלדיג!”.

November 23, 2010 at 3:05 PM#2
ביזנעס איז געוואלדיג!

שרייבט מען נישט “בעדזש” ?

November 24, 2010 at 4:11 PM#3
ביזנעס איז געוואלדיג!

נישט שלעכט, איך פיל אלץ בעסער נאך אזא ארטיקל