דעת בעל בית

14 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דעת בעל הבית · דורך: ליינער · וואך: וישב , תשע"א · בעל-בית נומער: 27 · דאטום: 2010-11
http://www.balboos.com/content/2010/11/דעת-בעל-בית-10/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דעת בעל בית

שיקן טעקסט מעסעדזשעס צו א גרעסערע גרופע

איך מוטשע מיך לעצטנס מיט א פראבלעם, מעגליך די חשובע ליינער פון די בעל בית וועלן מיך קענען העלפן.
פאר א געוויסע ביזנעס סיבה וויל איך זיין באהאפטן צו מיינע קאסטומער מיט טעלעפאנישע טעקסט מעסעדזש, דאס הייסט ארויסשיקן א וויכטיגע אפדעיט אויפן סעלפאן אלץ א טעקסט מעסעדזש און די קליענטן זאלן גלייך וויסן פון דעם אפדעיט.
איך האב שוין אסאך גענישטערט אויפן אינטערנעט וואו מען קען האבן אזא סערוויס בחינם, אבער אן קיין רעזולטאטן.
גוגל וואויס האט טאקע אזא אפציע פון שיקן טעקסט מעסעדזשעס, אבער נאר פאר 5 מענטשן אויפאמאל, איך וויל דאס שיקן פאר הונדערטער קליענטן אן קיין איבריגע טירחא.
“טוויטער” האט לעצטנס צוגעלייגט א אפציע פוןFast Follow וועלכע באדייט אז ווען איינער וויל באקומען מיינע אפדעיטס פון טוויטער אויף זיין סעלפאון, זאל יענער נישט דארפן דורכגיין די גאנצע פראצעדור פון עפענען א טוויטער אקאונט, נאר ער שיקט בלויז די ווערטער (follow (name צו 404040 און ער באקומט די אפדעיטס, אבער דער סיסטעם ליידט פון אסאך דורכפעלער, זייער אסאך קאסטומער רעדן זיך אפ אז עס קומט נישט אן צו זיי.
ביטע ווער עס ווייסט פון עפעס א בחינם’דיגע פראגרעם דערפאר זאל אריינשיקן צום בעל בית.
ויישר כח למפרע.

שאלה אין אינדעזיין

אזויווי איך זעה געבט איר א פראמינענטע מקום פאר גרעפיק דעזיין מיט די עד פון די וואך. וויל איך פרעגן פון אנדערע ליינער וועלכע טוען אויך אין גרעפיק דעזיין א שאלה וואס עגבערט מיר שוין לאנג.
פארוואס איז די קאליר פיקער באקסל אין אינדיזיין אויסגעשטעלט אנדערש ווי פאטאשאפ?
אין פאטאשאפ איז דא די אפציעס פון HSB וועלכער איז די עיקר וועג וויאזוי איך קלויב אויס א גוטע קאליר,
אבער אין אינדיזיין איז נישטא קיין זכר דערפון, וואס דאס פאראורזאכט אז איך זאל דארפן יעדעס מאל גיין צו פאטשאפ ביים קלויבן א קאליר.
איך וועל דאנקבאר זיין פאר סיי וועלכע הילף.
שלמה – א גרעפיק דיזיינער

איבערדרייען פארקערטע טעקסט

בנוגע די סעלעקטן טעקסט פון א PDF וואס קומט אויס פארקערט, איז דא פראגראם וואס טוט אזעלכע זאכן, עס איז בחינם.
http://www.langover.com לייען דורך וואס זיי שרייבן.
הצלחה!
בערל

LANGOVER איז א מורא’דיגע פראגראם! דאס איז נאר איינס פון די זאכן וואס עס טוט, איך אינסטול עס די ערשטע זאך אויף א נייע קאמפיוטער.
מען דארף עס לענגער באשרייבן. איך ניץ עס כמעט יעדן טאג ווען איך טייפ בטעות יידיש אנשטאט ענגליש אדער פארקערט.
(-)

קרעדיט קארדס מיט קעש בעק

בנוגע וואס א ליינער האט געפרעגט (דעת בעל בית חיי שרה תשע”א) וועלכע קרעדיט קארדס מען קען צוריקבאקומען די מערסטע קעש.
וועגן קרעדיט קארד’ס מיט קעש בעק, איך האב נישט קיין עקספיריענס מיט צופיל קרעדיט קארד קאמפאני’ס אבער פון די פאר מיט וועלכע איך האב שוין געהאנדלט (טשעיס, קעפיטאל וואן, TD, דיסקאווער) האט נאך טשעיס די גרעסטע מעגליכקייטן פון צוריקזען געלט, בפרט אויב האט מען ביי זיי א טשעקינג אקאונט. ווי אויך גייט ביי זיי ארויף די קרעדיט שנעלער ווי ביי אנדערע (קען זיין היינט שוין נישט, ביי מיר איז עס שוין ארויף פאר אפאר יאר צוריק, און איך האב עס אפגעשטעלט).
לייב
איך האב שוין יארן “סיטי”, אויף די ביזנעס, און איך באקום צוריק א פוינט פאר יעדע דאלער. איך האב שוין פארדינט איבער 2000 דאלער אין גיפט קארדס. ווען מען נעמט גלייך קעש איז עס ווייניגער.
אבער ווען מען נעמט גיפט קארדס קומט עס אויס א צענט פאר יעדע דאלער וואס מען ספענד, אין אנדערע ווערטער, א הינדערטסטל! עס איז נישט קיין סאך, אבער דורכאויס די יארן האב איך שוין געמאכט ארום צוויי טויזנט דאלער,(אויף ארום 200,000 דאלער וואס האט זיך דורכגעדרייט).
מ. כהנא, מאנסי

האלטן א מענער סוט ריין

מעגליך וועט מיין בריוו זיין אויפפאלנד פאר מאנכע, אבער לא הביישן למד…
איז דא אן עצה וויאזוי א מענער סוט זאל זיך האלטן ריין און מען זאל עס נישט דארפן געבן צו קלינען יעדע פאר וואכן, וואס דאס הרגט אוועק דעם סוט?
וואס איך וויל פארשטיין איז, פארוואס אלע בגדים פון א מענטש איז פארשטענדליך אז מען דארף כסדר אויסוואשן, אבער א סוט איז אויסגעשטעלט אויף דעם סיסטעם אז מען זאל עס נאר קענען קלינען איינמאל א האלבע יאר?
אין די ראמען פון מיין ארבעט פעלט זיך מיר אויס כסדר אנצוטון מיין סוט, איז דא עפעס א אויסוועג?
יישר כח.
מ. ש. מאנסי

November 22, 2010 at 11:30 AM#2
דעת בעל בית

די שאלה אין אינדיזיין איז מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן, כאטש איך שפיר זיך שטארק אומבאקוועם אין די אינדיזיין קאלער פיקער, איך האב קיינמאל נישט געכאפט פארוואס. יעצט זעה איך טאקע.

November 22, 2010 at 4:27 PM#3
דעת בעל בית

Gmail is the answer

i had the same problem until i figured out how to do it with gmail
first you have to build your contact list, i did it by importing from excel, you have to add after each phone number “@phoneprovider.com” for example
sprint works this way if your phone number is “7188091234″ then you enter “7188091234@messaging.sprintpcs.com” if you send that format from a email address sprint then forwards the text to that phone number
every cell phone company has a different @ address here is a few
SPRINT, @messaging.sprintpcs.com
VERIZON and PAGE PLUS, @vtext.com
T MOBILE, @tmomail.net

if your not sure, you can ask that person to text to your email and then you will see how it comes up on your email address so you can reply to that same address

the phone doesn’t need to have Internet connection to be able to send or receive text from or to email addresses

once your done with adding all your contacts you create a group from all these contacts you give it what ever name you want , and then you go to compose new email at the to field you type the group name and it will fill in all the addresses and then you skip the subject box and you enter what ever text you want in to the body

just be aware that you can only email 140 characters including spaces from a email to a cell phone and vice verse, what ever more you type in will not show up on the cell phone

November 22, 2010 at 6:02 PM#4
דעת בעל בית

NEWS
דאס איז א אויסרגעווענליכע גוטע סימפל עצה. שכוח.
איך האב שוין אמאל געזוכט די אימעיל אדרעס פאר פעידזש פלוס, און כאב עס אין ערגעץ נישט געפינען, שכוח פאר דעם אויך.
איך וועל צולייגן צו די ליסט
yrmobl.com
דאס איז פאר ווירדזשין מאביל.

November 22, 2010 at 6:27 PM#5
דעת בעל בית

און air voice? (וואס גייט דורך at&t?)

November 22, 2010 at 6:59 PM#6
דעת בעל בית

AT&T IS @txt.att.net
i’m not sure about air voice, but you can figure it out your self by sending a email from that air voice phone to an email address and see what address shows up.

November 22, 2010 at 7:52 PM#7
דעת בעל בית

שיקן טעקסט מעסעדזשעס צו א גרעסערע גרופע
איך האב אויך די זעלבע פראבלעמן מיט טוויטער.. אבער אויב איר זענט א ביזנעס קענט איר שיקן דורך אימעל ס’איז דא אסאך פראגרעמס וואס וועלען אייך זאגן וועלעכע עקסטענשן קומט צו וועלכע נומבער צום ביישפיל: ווערייזן איז 123-456-7890@vtext.com ספרינט איז 123-456-7890@sprintpcs.com די פראגרעם וועט אייך זאגן וועלעכע קאמפענו דאס איז און אויך וואס די עקסט.איז.
אויך די פאלם סענטרא פאון’ס האט א פראגרעם גראפ טעקסט ווי איר קענט שיקן צו וויפיל מענטשן איר ווילט (כ’מיין אז אנלימיטעד)

November 22, 2010 at 10:24 PM#8
דעת בעל בית

טוויטער ווייסט פון זייערע פראבלעמען דורך טעקסט און ארבייט אין די איצטיגע טעג צו פארבעסערן זייער סערוויס. די בעסטע איז אויב מען עפענט אויף א געהעריגע טוויטער אקאונט ווייל דאס ארבייט בעסער ווי פעסט פאללאו. נאך א מעלה איז אז אויב יענער פאללאוט אייך מיט א געהעריגע אקאונט קענט איר אים שיקן דירעקט מעסעדזשעס וואס קומט אן נאר צי אים.

נאך אן אפציע איז גוגלגרופס. google groups די מעלה איז אז איר קענט שיקן פאר פיל מער ווי מיט GMAIL. די חסרון איז אז איר דארפט אליינס אריינלייגן אלע אדדרעסן, אין איר דאפט וויסן די HOST ווי אויבן דערמאנט לגבי GMAIL. אנדערע באטראכטן דאס ווי א מעלה וויל אנדערש ווי טוויטער קענט איר דא קאנטראלירן פונקטליך ווער עס זאל באקומן די טעקסט מעסעדזשס.

November 23, 2010 at 3:37 PM#9
דעת בעל בית

In regarding to group contacts:

Most of the old versions of flip phones have the option to group many contact and then you can send out a text message for the entire group. I don’t understand why the PDA’s are missing that option.

For Sprint users there is a service called Zipwhip, where you can group contacts and then send out a message for the group, I am not sure if it,s has a limit.

You will need to have a Sprint user name and after signing in it’s free.

November 23, 2010 at 4:41 PM#10
דעת בעל בית

שמעי’
דאס קוקט אויס ווינדערבאר, נאך בעסער איז אז מען דארף ניטאמאל זיין קיין ספרינט יוזער, ליין דורך די אינסטראקשענס.
עס קוקט אויס גוט, איי וויל גיוו איט ע טריי.

November 25, 2010 at 7:41 PM#11
דעת בעל בית

וואס איז וועגן יופאק?

November 26, 2010 at 12:52 AM#12
דעת בעל בית

זאג דו, וואס טוט זיך טאקע מיט יופאק?
אין מיטל אלטער דענק איך אז מען פלעגט זיך מיט דעם באניצן, אין די אכציגער און אנפאנג נייציגער יארן.
אבער איך האב קיינמעל נישט געכאפט וויאזוי עס ארבעט, קאסט עס געלט?

November 26, 2010 at 12:54 AM#13
דעת בעל בית

וויפיל מאל איך האב נאר געקוקט אויף זייער סייט האב איך קיינמאל נישט געכאפט דעם ענין. איך קום יעצט פון דארט, און איך ווייס נאך אלץ נישט. וויל אפשר איינער מסביר זיין?

December 29, 2010 at 6:27 PM#14
דעת בעל בית

וועגן עקסטענשנס אין אימעל האב איך יעצט באמערקט אין גימעיל איז דא א סימבל לעבן Settings וואס הייסט לעבס געט א קליק אויף דעם וועט איר זען אסאך פארשידענע פיטשער וואס מ’קען מאכן אין גימעיל 1 דערפון איז טעקסט מעסיזשינג ס’הייסט אז מ’דארף נישט קיין עקסטענשן ס’ארבעט ווי א געהירגע טעקסט מעסעזש, איך ווייס נישט וועגן גרופ מעסיזשינגן צו מ’קען באווייזן.