צו וועם געהערן די מתנות וואס קומען מיט ביי א ארדער?

7 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: אליבא דהילכתא · דורך: מכון בדרכי נועם · וואך: וישב , תשע"א · בעל-בית נומער: 27 · דאטום: 2010-11
http://www.balboos.com/content/2010/11/צו-וועם-געהערן-די-מתנות-וואס-קומען-מיט-ב/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
צו וועם געהערן די מתנות וואס קומען מיט ביי א ארדער?

שאלה: איך בין ממונה צו באשטעלן אפיס סופלייס ביי די ארבעט.
עס איז דא קאמפאניס וואס שיקן צוריק מתנות ווען מען באשטעלט פאר א געוויסע סכום.
מיין פראגע איז צו געהערט עס פארן בעל בית ווייל איך קויף איין מיט זיין געלט, אדער פאר מיר, ווייל די מתנות זענען דאך געמאכט אז מען זאל האבן חשק צו איינקויפן ביי זיי.  קומט אויס אז זיי שיקן עס פאר דעם וואס קויפט איין, און נישט פאר די בעל בית.

תשובה:
אויב ווייסט מען נישט פאראויס דערפון איז די הלכה יחלוקו, ווייל עס איז א ספק צו וועם עס געהערט.
אבער ווען מען ווייסט פאראויס דערפון, קען זיין אז עס איז ווי גלייך מען האט זיך אויסגענומען אז דאס איז די פרייז. ממילא געהערט עס פארן בעל הבית.

בדבר השאלה אי מה שמקבלים מתנות על שקונים הרבה למי הוא המתנה לבעל הבית דממעות דידיה קונים או להקונה שבעבור שהוא קנה מקומפני זו הם שולחים והוי שלו
תשובה בחו”מ סי’ קפ”ג ס”ו היה השער קצוב וידוע והוסיפו לשליח במנין או במשקל או במדה כל שהוסיפו לו המוכרים הרי הוא של שניהם וחולק התוס’ השליח עם בעל המעות ואם היה דבר שאין לו קצבה הכל לבעל המעות וכתב הרמ”א מיהו אם אמר המוכר בפי’ שנותן לשליח הכל של שליח ע”כ
והנה טעמא דדבר שאין לו קצבה הכל לבעל המעות דאמרינן דכך הוא מחירו כעת והיינו דהשתא הוא בזול ואם כן אין לשליח כלום ואם כן בנידון דידן דשולחים מתנות והיינו דמבקשים מחירו ושוב שולחים אין לומר דהדבר זול ואם כן לא שאני לן בין יש לו קצבה או לא והכל לכאורה תלוי בדין דבר שיש לו קצבה דחולקין ואם כן לכאורה צריך להיות הדין חולקין
אמנם בטעם הדבר דחולקין רש”י ז”ל כתב הטעם משום דיש להסתפק למי נתן הנותן המוכר למשלח או לשליח מ”ה חולקין וכן ס”ל להרמב”ן ז”ל ולפי זה אם אמר בפי’ שהוא נותן לשליח הכל לשליח אבל הרי”ף והרא”ש והעיטור כתבו הטעם משום דבאה ההנאה לשליח ע”י מעותיו של המשלח וכתב הר”ן דאליבייהו אפילו נתן בפי’ לשליח חולקין וכתב הסמ”ע דהרמ”א דפסק דאם אמר לשליח הכל לשליח הוא כרש”י ולכן לפעמים לפי ראות עיני הדיין יש לסמוך על הרי”ף וסיעיתיה ע”ש והש”ך תמה על פסק הרמ”א דכתב כרש”י ולא כהרי”ף ע”ש ועיין קצוה”ח דאם אמר דנותן למשלח לכו”ע הכל למשלח ע”ש
ועיין עוד בקצוה”ח בשם הרמב”ן היכא שטוען השליח שהוא ההנהו למוכר ומשו”ה נתן לו ודאי הכל לשליח ע”ש ולכן כאן כיון דביד השליח לילך לאיזה קומפני שרוצה ונמצא הוא ההנהו למוכר ולכן נתן היה צריך להיות הכל לשליח
אמנם נראה דהני מילי דלא ידעי קודם לכן דהקומפני נותנת אבל אם ידוע קודם לכן דבשביל כך וכך קניה נותנת הקומפני מתנות אלו הוי כאלו כן מחירו דבסכום כזה עולה מחירו לסכום זה ולא שאני אם הם נותנים בזול יותר או שולחים מתנות דהרי ידוע בכמה הוא מקודם לזה והכל לבעל המעות
November 22, 2010 at 11:19 AM#2
צו וועם געהערן די מתנות וואס קומען מיט ביי א ארדער?

ווער איז מכון בדרכי נועם?

November 22, 2010 at 1:09 PM#3
צו וועם געהערן די מתנות וואס קומען מיט ביי א ארדער?

Dear Rabby of the MECHON. I believe that the BIRUR you have wrote here may be not relevant on that particular SHAALOH. In that case LICHOIRE it belongs fully to the his employer, because it goes in line with the dinim of a POIEL that has been hired to do this sort of works and therfore all his METZIUS around his work belongs to his employer that ‘hired’ him for that. (see also Joishen Mishpot SIMEN 181). waiting for your reply. YY Sofer London

November 22, 2010 at 3:27 PM#4
צו וועם געהערן די מתנות וואס קומען מיט ביי א ארדער?

הרב סופר מלאנדאן:
פארוואס האט איר אפגעמאכט אז דאס הייסט א מציאה? ער זאגט אז עס נישט קיין מציאה, נאר עס הייסט ווי דאס איז די פרייז מעיקרא.
ממילא כאפט נישט קיין נפק”מ צו ער איז א פועל אדער שליח.

November 22, 2010 at 3:46 PM#5
צו וועם געהערן די מתנות וואס קומען מיט ביי א ארדער?

דער אויספיר אז צוליב דעם וואס מען ווייסט פון פאר דעם מאכט עס כאילו דאס איז דער פרייז, איז א אייגענע חידוש לויט ווי עס זעט אויס פון דעם שרייבער, און עס לאזט זיך דינגען.
ווייל די קאמפאני גיט דאס נישט אלץ א חלק פון די קני’ און דער שאלה איז נישט אויב זיי געבן פופצן פעקלעך אנשטאט פערצן ווייל מען קויפט אסאך, די שאלה איז פונקט אזוי אז למשל מען באשטעלט א גרויסע ארדער פאפיר און זיי שיקן מיט עטליכע פעדער’ס אדער מען באשטעלט א גרויסע ארדער פון פלייש פון א רעסטוראנט און זיי שיקן שוין מיט עטליכע פלעשער טרינקען וכדו’, פארשידענע מתנות וואס קאמפאני’ס און געשעפטן גיבן וואס האט בכלל נישט צוטון מיט וואס מען האט געקויפט. און דאס איז אויסדרוקליך געגעבן אלץ מתנה “פארן קומען איינקויפן ביי אונז”, און עס איז לכאורה נישט ריכטיג צו זאגן אז דאס הייסט א חלק פון דעם פרייז.

November 22, 2010 at 4:02 PM#6
צו וועם געהערן די מתנות וואס קומען מיט ביי א ארדער?

איך האב שוין געהאט די שאלה אמאל, וועגן די מתנות וואס סטעפלס שיקט ווען מען באשטעלט אפיס סופלייס.
מיר האט א מורה הוראה געפסק’נט יחלוקו, וועגן עס איז א ספק.
ואני בעניי האב געמיינט אז דער מורה הוראה האט א ספק, און כאב אביסל מהרהר געווען אויף אים, זאל ער מברר זיין, פארוואס ווייסט ער טאקע נישט?
יעצט זע איך אז דאס איז טאקע די הלכה מבואר אין די פוסקים, בין איך זיך מתוודה ברבים פארן זיין א מהרהר אחר ת”ח.
איך זע אז ער האט אויך נישט געמאכט דעם חילוק אויב מען ווייסט דערפון פאראויס, קוקט אויס ווי עס איז א אייגענע חידוש.

November 23, 2010 at 3:07 PM#7
צו וועם געהערן די מתנות וואס קומען מיט ביי א ארדער?

לייב
איך פארשטיי אויך אזוי, מען רעד פון א “מתנה” נישט פון א “דיסקאונט”,
אבער זעט אויס אז דעת תורה איז אנדערש…