די גריסן איבער אונזער קאלום “עד פון די וואך” האט אונז איבערצייגט די שטארקע אינטערעסע אין די קריעטיווע וועלט ביי די חשובע ליינער.
מיר עפענען דעריבער אונזער נייער קאלום ווי מיר וועלן פון צייט צו צייט באריכטן אקטועלע קריעטיווע ביזנעס אנגעלעגנהייטן, צו מוטיגן היימישע ביזנעסלייט אויסצונוצן זייערע טאלאנטן צום מאקסימום.
מיר וועלן זיך פראבירן צו האלטן צום היימישן מארקעט, אבער אויב איז עס גענוג אינטערסאנט וועלן מיר ברענגען אויך פון אנדערע פלעצער.
מיר בעטן זייער די חשובע ליינער, אויב ווייסט איר פון א נייע אינטערסאנטע ביזנעס, לאו דוקא אויסטערליש אינטערסאנט, צו א גוטע “איידיע” וואס איר זעט ביי א ביזנעס. ביטע שיקט עס אריין צו mail@balboos.com אויב מעגליך מיט א קורצע באשרייבונג און בילדער. און מיר וועלן עס גערן אריינלייגן.
אין ניי וויליאמסבורג האט זיך געעפנט א סופערמארקעט מיטן נאמען “טשעסנאט” – וועם ליגט דען נישט אין די ביינער די ווארימע “קעסטן” ביים באטע שבת ביינאכט?
אריינשפאצירנדיג פאריגע וואך צום גראסערי האט זיך פאר מיר אנטפלעקט א געשעפט פיל מיט קריעטיוויטעט און חכמה. צוויי זאכן זענען מיר איבערהויפט געפאלן:
1) די הערליכע “טשעסנאט” עלעקטעריק שילד אינדרויסן פונעם געשעפט, וואס קוקנדיג דערויף ביינאכט פונדרויסן געבט דאס א פראכטפולע אויסקוק, אריינקוקנדיג צו די ריזיגע גלאזענע פענסערס ווי מען זעט די גרויסע לאנגע שורות פון פראדוקטן.
2) די ארבייטער אינעם געשעפט טראגן א העמד וואס שלאגט אפ יעדעס ברעקל נעגאטיוויטעט פון א קאסטומער וואס זוכט א געוויסע פראדוקט און ער האט עס נאכנישט געטראפן…
קוקט אויף די בילדער, האט הנאה. און… נעמט ארויס א לעסאן.