נייעס

12 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: נייעס · דורך: יוחנן שיף · וואך: וישב , תשע"א · בעל-בית נומער: 27 · דאטום: 2010-11
http://www.balboos.com/content/2010/11/נייעס-5/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
נייעס

נייע צייטונג: בלויז אויפן אייפעד

עס דרייען זיך ארום גאנץ קראנטע שמועות אז סטיוו דזשאבס פון עפל, און רופארט מורדאק פון נויס קארפ. (די מוטער פירמע פון וואל סטריט זשורנאל, פאקס נויז און נאך) ארבעטן אויף א נייע צייטונג וואס וועט זיין צו באקומען בלויז אויפן אייפעד!
עס וועט זיין א געהעריגע טיפישע פולע נאציאנאלע צייטונג. וועט ערשיינען 7 טעג א וואך, און וועט קאסטן בלויז 99 צענט א וואך. די יודעי דבר ווייסן אויך צו זאגן אז ארום הונדערט מענטשן פון נויז קארפ וועלן ארבעטן דערויף אין נויז קארפ.’ס הויפט קווארטיר אין מאנהעטן. עס וועט הייסן “די דעילי”.
עווענטועל וועט עס אריבער גיין צו אנדערע פלאטפארמעס אויך, פארשטייט זיך אלעס עלעקטראניש.
עס איז גאר א אינטערעסאנטע געדאנק, ספעציעל נעמענדיג אין באטראכט אז די טראדיציאנאלע צייטונג מארקעט שרינקט געפערליך, צוליב די עלעקטראנישע מידיע.
רופארט מורדאק איז שוין לאנג אנגעגעסן אויף די געדאנק פון אוועקגעבן אינפארמאציע אומזינסט בלויז ווייל עס איז אויף די אינטערנעט. די “וואל סטריט זשורנאל” איז טאקע פון די איינציגסטע צייטונגען וואס פארלאנגט געלט צו ליינעןן אנליין.
איז דאס די ריכטיגע אויסוועג – און עתיד פון די צייטונגען?
מורדאק איז באקאנט אלץ וויזיאנער מיט א גאר גוטע שמעק אין ביזנעס, פאקס נויז און די וואל סטריט זשורנאל צווישן אנדערע, זענען פון די סאמע איינציגסטע וואס וואקסן ווי אויף הייוון בשעת אנדערע צייטונגען און נעטווארקס פארלירן געלט און קונים.
און דאס אליין אז סטיוו דזשאבס שטייט אונטער דעם, שאפט עפעס א געפיל אז א רעוואלוציע איז אין די לופט…

סעמסאנג’ס נייע טאבלעט

ווי מיר האבן שוין באריכטעט פריער, איז סעמסאנג ארויסגעקומן מיט די לאנג ערווארטעטע טאבלעט, וואס לויפט אויף גוגל’ס “אנדרואיד” אפערעטינג סיסטעם. אין איז שוין יעצט דא צו באקומען אי די געשעפטן.
אנאליטיקער וואס האבן דאס פרובירט זענען זייער נתפעל פון די סייז, נעמליך א 7 אינטשיגע סקרין אקעגן די 10 אינטשיגע סקרין פון די “אייפעד”. עס שטעלט זיך ארויס אז דאס איז לכאורה א מער צוגעפאסטע סייז, פאר א מאשינקע וואס דארף זיין געניג גרויס צו קענען באקוועם ליינען אדער בראוזען אן סקראלען די גאנצע צייט, אבער דאך ניצט מען עס אנשטאט א לעפטאפ, און מען דארף נישט עפעס וואס איז כמעט אזוי גרויס.
סטיוו דזשאבס פון עפל האט עס שוין אוועקגעמאכט גלייך ווען עס האבן אנגעהויבן  צו קורסירן שמועות אז אנדערע פירמעס וועלן ארויסקומען מיט די סייז. לאזענדיג פאלן א בייסיגע סטעיטמענט אז א 7 אינשיגע סקרין איז נאר ניצבאר אויב מען וועט נעמען סענד פאפיר און אפרייבן די פינגער אז זיי זאלן זיין געניג דין צו ניצן א 7 אינטשיגע סקרין.
ווי געזאגט האלטן אבער אסאך מומחים אז עס יא א בעסער, עס בלייבט איבער צו זען צו עפל וועט זיך ברעכן און נאכמאכן, ספעציעל אז דערווייל איז די אייפעד א זעלטענע סוקסעס פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט

נייע פיטשערס אין גוגל דאקס

גוגל האט דורכאויס די פארגאנגענע וואך צוגעלייגט  עטליכע נייע פיטשערס אין גוגל דאקס.
ערשטנס, די לאנג ערווארטעטע מעגליכקייט צו עדיטן גוגל דאקומענטן אויף אנדרואיד און אייפאונ’ס. מיט א טאג שפעטער האבן זיי צוגעלייגט די מעגליכקייט פון קריעטן נייע דאקומענטן אויך.
ביידע מעגליכקייטן זענען  נאר אויף אנדרואיד 2.2 (פראיא) אדער אייפאון און אייפעד iOS 3 און העכער. גוגל פארזיכערט אבער אז אנדערע מאביל מאשינקעס וועלן נאכפאלגן.
אויך האבן זיי צוגעלייגט Auto Correct, וואס טוט אויטאמאטיש פארריכטן ספעלינג מיסטעיקס. (נישט טועה זיין מיט ספעלל טשעק, וואס איז שוין דא פון לאנג) מען קען עס אנשטעלן און צופאסן צום אייגענעם געברויך.
אויך קען מען צולייגן אייגענע ווערטער וואס זאל פון זיך אליין ארויסקומען ווען מען טייפט בלויז ר”ת וכדומה. מען קען דערצו צוקומען דורך גיין צו Tools> Preferences .
מייקראסאפט אפיס האט שוין טאקע די פיטשערס פון לאנג, און אסאך מער. דאך איז גוט צו זען ווי צוביסלעך ווערט גוגל דאקס מער און מער ווי א ריכטיגע דעסקטאפ פראגראם.

גוגל און בינג וואקסן בעת אנדערע פאלן

ווי עס שטעלט זיך ארויס ווערט בינג א באדייטענדע שפילער אין די סיערטש מארקעט, אבער נישט אויף גוגל’ס חשבון, דערווייל… נאר עס נעמט איבער עלטערע און קלענערע סיערטש ענזשינס. אין די לעצטע מאנאט איז גוגל און בינג געוואקסן אין מארקעט שעיר, בעת יאהו AOL און ASK זענען געפאלן.
בינג וואקסט טאקע א משהו שנעלער ווי גוגל, אבער עס צום ערווארטן, ווייל גוגל איז פיל גרעסער. גוגל האט 66 פראצענט צו מייקראסאפט’ס נישטיגע 16 פראצענט. אבער עס איז זיכער אז גוגל איז באזארגט דערוועגן, נאך אלעם איז בינג די קאמפטענסטע קאמפעטישן וואס גוגל האט סיי ווען געהאט. מייקראסאפט ריקט זיך טאקע פאמעליך, אבער זי איז קלאר אויפן וועג ארויף.

November 22, 2010 at 5:56 PM#2
נייעס

יוחנן דו האסט א גוטע פוינט מיט דעם אז אויב סטיוו זשאבס שטייט ביהיינד איט, איז עס שוין א סימן אז עס איז נישט סתם א נארישע איידיע.
אבער למעשה פארשטיי איך נישט פארוואס עס פעלט אויס, נעם עני פאפולער צייטונג און לייג עס שיין אויס פאר אייפעד אדער טעבלעט.
פארוואס דארף מען אנהייבן פון סקעטש? וויאזוי וועט עס העלפן?

November 22, 2010 at 6:57 PM#3
נייעס

משה, איך מיין זיי מאכן נאך די בעל בית, בעל בית איז אויך נאר עוועליבל דידזשיטעל

November 22, 2010 at 8:06 PM#4
נייעס

וואס איך פארשטיי נישט איז, מיר דאכט זיך אז א אייפעד ארבעט נאר וויי-פיי, נו, אין הכי נמי אז ס’איז דא זייער א סך פלעצער ווי עס ארבעט, אבער נאך אלס צו גיין בעיסן א צייטונג נאר אויף וויי-פיי איז א משהו איבערגעטריבן

November 22, 2010 at 10:49 PM#5
נייעס

חיים לייב ביזט צוריקגעשטאנען… אייפעד איז אויך עוועילעבל אויף 3G.

November 22, 2010 at 10:51 PM#6
נייעס

יוחנן, איך בין סורפרייזד אז די האסט געקאווערט סעמסונג’ס טעבלעט און נישט RIM (המכונה BLACKBERRY PLAYBOOK). ס’קוקט מיר אויס ווי זייערס וועט זיין סאך א שטערקערע קלאפ פאר אייפעד צוליב אירע מאסיווע פיטשערס. (עס האט אויך נאר א 7 אינטש סקרין)

November 23, 2010 at 12:28 AM#7
נייעס

קודם א גרויסן דאנק פאר אלע קאמענטירער, עס גיט מוט צו שרייבן ווייטער.

יידל: איך האב יא געדעקט די בלעק בערי פלעיבוק, מיט עטליכע וואכן צוריק, אבער עס איז נאך נישטא צו באקומען. זע לינק

http://www.balboos.com/content/2010/10/%D7%98%D7%A2%D7%9B%D7%A0%D7%90%D7%9C%D7%90%D7%92%D7%99%D7%A2-%D7%A0%D7%99%D7%99%D7%A2%D7%A1-%D7%90%D7%95%D7%9F-%D7%91%D7%90%D7%A8%D7%99%D7%9B%D7%98%D7%9F/

דא איז די רעדע אז עטליכע רעפארטערס/מומחים האבן זיך ארומגעשפילט מיט די פיזישע סעמסאנג טאבלעט וואס איז שוין יעצט דא אין די געשעפטן, און האבן מער הנאה געהאט פון די קלענערע סקרין.

משה בראך: אמת ס’איז דא אסאך וואס האלטן אזוי, אבער מצד שני קען זיין א סברה אז וויבאלד עס איז א נייע קאנצעפט, פארהעלטנסמעסיג ביליג, “ספעציעל געמאכט” און וועט האבן די חן וואס עפל קען אריינלייגן, געבן א שאקל אויף די אינדוסטרי, און אריינברענגן א נייע באגריף פון דיגיטאלע צייטונגען וואס וועט זיין א שטארקע הצלחה.
נישט פארגעסן אז איינטונס איז נישט געווען די ערשטע צו פארקויפן מוזיק אנליין, עס איז די “עקספיריענס” וואס איז געווען אנדערש.
ונזכה ונחיה ונראה, אבער לבי אומר לי אז עס וועט זיין א שטארקע סוקסעס.

November 23, 2010 at 9:53 PM#8
נייעס

ישר כח יוחנן פארן לינק.

דרך אגב, איך האב שוין צוויי מאל פרובירט צו ניצן די HTML ATTRIBUTES און עס האט געמאכט אז די גאנצע שמועס זאל ווערן באלד, ווייל איך האב נישט געקענט מאכן די END ATTRIBUTE סימבאל. איך זעה אז איר האט עס סוקסעפול געטוהן איז אפשר לערנט איר דעם עולם וויאזוי עס צו טוהן?
(איך האב געטוהן אזוי: דוגמא אן די ספעיס פארשטייט זיך, אבער די אלעס נאך דעם איז אויך געווען באלד.)

November 23, 2010 at 9:55 PM#9
נייעס

די דוגמא איז נישט געלונגן צום באדויערן. איך וועל לייגן “-” אנשטאט ספעיס. דוגמא

November 23, 2010 at 9:57 PM#10
נייעס

יוחנן, מיין דוגמא איז נישט געלונגן צום באדויערן. זעט אויס אז WORDPRESS פארשטייט HTML אפילו מיט ספעיסעס אינצווישן די characters. איך וועל לייגן “-” אנשטאט ספעיס. דוגמא

November 23, 2010 at 9:58 PM#11
נייעס

I’m giving up :(

November 24, 2010 at 11:04 PM#12
נייעס

>strong/strong< אז מען דארף ניצן ווי גלייך מען שרייבט ענגליש