טעכנאלאגיע נייעס און באריכטן

14 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: טעכנאלאגיע · דורך: יוחנן שיף · וואך: לך , תשע"א · בעל-בית נומער: 21 · דאטום: 2010-10-11
http://www.balboos.com/content/2010/10/טעכנאלאגיע-נייעס-און-באריכטן/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
טעכנאלאגיע נייעס און באריכטן

ווינדאוס פאון 7

היינט מאנטאג 9:30 אינדערפרי וועט פארקומען די “לאונטש” דאס הייסט די עמטליכע ערשיינונג פון ווינדאוס פאון 7.
מייקראסאפט פלאגט זיך זייער די לעצטע פאר יאר מיט “ווינדאוס מאביל”. זי איז געווען אויף די מארק פאר עפל און גוגל א היבשע פאר יאר, און דאך האבן זיי איר איבערגעיאגט אין א אויגן בליק. מייקראסאפט’ס שעיר אין די סמארטפאון מארקעט איז שוין כמעט אין די איינצעלנע ציפערן.
אבער מייקראסאפט קוקט אויס אנטשלאסן צוריקצודרייען דאס רעדל, לויט אלע מבינים איז עס יעצט זייער לעצטע טשאנס, אדער וועט עס יעצט ארבעטן, אדער פארלאזן זיי די מאביל מארקעט אויף שטענדיג.
מיר וועלן בלי”נ מעלדן א סך הכל פון די נייעס און חידושים וואס וועלן דארט אנטפלעקט ווערן, אין די קומענדיגע וואך.

אינטעל קויפט אפ מיקעפי

עס איז שוין טאקע נישט אזוי ניי, אבער עס איז נאך אלץ גרויסע נייעס, די “טשיפ” פירמע אינטעל האט פאר  עטליכע וואכן צוריק אפגעקויפט די “סעקיוריטי סאפטווער” ריז “מיקעפי” McAfee פאר 7.7 ביליאן דאלער קעש.
מיקעפי איז פון די סאמע גרעסטע סעקיוריטי “סאפטווער” פירמעס, באקאנט באקאנט ביים המון עם, מיט זייערע אנטי וויירוס אין פייערוואל פראדוקטן. חוץ פון דעם זענען זיי זייער גרויס אין די ענטערפרייז מארקעט.
אינטעל פון די אנדערע זייט, איז די קעניג ווען עס קומט צו “הארדוועיר”, נעמליך קאמפיוטער פראסעסארס און טשיפס.
עס איז נישט קלאר די סיבה פון די אפקויף, מעגליך עס איז א ריין פינאנציעלע סטראטעגיע, מיקעפי איז זייער א פראפיטבארע פירמע, און אינטעל האט אסאך איבעריגע קעש. פון די אנדערע זייט איז דא וואס שפאקולירען אז אינטעל פלאנט אריינציבויען אין זייערע טשיפס מער סעקיוריטי פיטשערס וואס וועט זיין געבויט אויף מיקעפי’ס טעכנאלאגיע.
מיקעפי וועט ווייטער פונקציאנירן אלץ זעלבשטענדיגע פירמע אונטער איר אייגענע נאמען. עס ווערט נישט ערווארטעט קיין שום וועזנטליכע טוישן אין די אנטי וויירוס פראדוקטען פאר די ענד באניצער.

אריינלאגן צו עטליכע גימעיל אקאונטס אויף אמאל

ווער פון אונז האט דען נישט מער פון איין גימעיל אקאונט? עס איז דאך שוין א אלטע כלל, אז מען טיילט אומזיסט, נעמט מען מיט ביידע הענט.
די פראבלעם איז נאר, אז אזוי ווי ביי יעדע אנדערע וועב זייטל, איז נישט מעגליך געווען צו זיין אריינגעלאגט אין מער ווי איין אקאונט אויף אמאל, אפילו אין באזונדערע “טעבס”. ווי נאר מען האט אריינגעלאגט אין א נייע אקאונט, האט גימעיל אויטאמאטיש דיסקאנעקטד די פריערדיגע (וויבאלד א וועב זייטעל דערקענט נאר די בראוזער נישט קיין חילוק וועלכע “טעב” מען ניצט).
לעצטענס האט גוגל אין א בריליאנטענע אינדזשענירונג שריט, באוויזען צו ערמעגליכן גימעיל צו האלטן אפן עטליכע אקאונטס אין באזונדערע טעבס. פאר מיר פערזענליך איז עס געוואלדיגע הילף.  שוין שווער צו טראכטן ווי אזוי איך האב פונקציאנירט אן דעם.
אדרבא, פרובירט עס אליין.
1)לאג אריין אין איין גימעיל אקאונט.
2) עפן א נייע טעב, און גיי צו גימעיל, עס וועט אויטאמאטיש עפענען די יעצטיגע אפענע אקאונט.
3)לאגט ארויס, און לאגט פריש אריין מיט די צווייטע אקאונט.
4)די ערשטע אקאונט איז נאך אלץ אפען, גייט ארום פון איין צו די צווייטע אן קיין פראבלעמען.

א איבער דאזע פון טאבלעטן

ווער האט דען נישט געהערט פון די “אייפעד” טאבלעט פון “עפל”? סקעפטיקער (וגם אני הקטן בתוכם) האבן עס שפאסיג באצייכנט ווי “א  “אייפאד” מיט א 7 אינטשיגע סקרין”, וואס ברענגט נישט קיין שום אייגענע חידושים. למעשה האט זיך עס ארויסגעשטעלט ווי א מעכטיגע הצלחה, און עס פארקויפט זיך אין די מיליאנען. (איך האב טאקע נישט געטוישט מיין מיינונג דערוועגן, אבער איך מוז מודה זיין אז עס איז געווען א גוטע ביזנעס באשלוס פון עפל)
מיט הצלחה איז דאך זיך נישט שייך צו דינגען, האבן  טאקע תיכף אנגעהויבן ארויסגעוואקסן ענליכע “טאבלעטן” פון פארשידענע פירמעס, ובתוכם אזעלכע ריזן ווי דעלל און סעמסאנג. רוב דערפון באזירט אויף די גוגל “אנדרואיד” אפרעטינג סיסטעם, (וואס איז “אפען סאורס” און קאסט נישט קיין געלט).
די ריזן פירמע HP האט אויך געמאלדן א טאבלעט, געבויט אויף זייער אייגענע (אפגעקויפט פון “פאלם”) “web os” אפרעטינג סיסטעם. און אויך איינס מיט ווינדאוס 7 ( די אלגעמיינע ווינדאוס, נישט “ווינדאוס פאון” 7).
נישט צו בלייבן אינטערשטעליג, האט יעצט RIM די פראדוצירער פון בלעקבערי געמאלדן א טאבלעט באזירט אויף די בלעקבערי אפרעטינג סיסטעם, מיט די נאמען “פלעי בוק”. עס פארשפרעכט מולטי פראסעסינג, ביזנעס אריענטירט, און סופארט פאר אדאבי פלעש. די דריי פונקטען מיט וואס עפל איז שוואך.
עס ווערט ערווארטעט אין די ערשטע פערטל פון יאר 2011 למספרם.
ביז דאן וועט שוין עפל מן הסתם האבן געמאלדן א נייע ווערסיע פון פון די אייפעד…

נייע בילדער פארמאט פון גוגל

JPEG (מען זאגט עס ארויס “דזשעי-פעג”) איז די מערסט באנוצטע “פייל פארמאט” פאר בילדער אין די וועלט, די עיקר מעלה דערפון איז די אויסערגעווענליכע קליינע פייל סייז וואס עס פראדוצירט, אקעגן אנדערע בילדער פארמאטן. אבער עס איז שוין היבש פארעלטערט, עס איז ערשינען אזוי פרי ווי אין יאר 92′, וואס ביי טעכנאלאגיע איז עס פאררעכענט אלץ גאר אלט.
גוגל וואס האט זיך גענומען פאר א מיסיע צו פארשנעלערן די אינטערנעט (מיט די חשבון אז אזוי וועלן מענטשן מער זיך באניצען מיט זייערע פראדוקטען), האט יעצט אפירגענומען די JPEG פארמאט, וויבאלד רוב בילדער אויף די וועב זענען אט די פארמאט. זיי האבן פעסטגעשטעלט אז %65 פון דאטא אויף די וועב איז בילדער, און פארשטייט זיך אז מינומיזירען די סייז פון די בילדער, קען באדייטענד רעדוצירן די צייט וואס עס דויערט צו דאונלאדן וועב בלעטער. ספעציעל אויף שטאטערע נעטווארקס.
זענען זיי אויפגעקומען מיט א נייע פארמאט מיטן נאמען WebP (עס ווערט ארוויסגעזאגט “weppy”) וואס לויט ווי זיי טענה’ן פראדוצירט עס בילדער מיט %40 קלענערע סייז ווי JPEG ביי א ענליכע קוואליטעט.
און טעאריע איז עס פיין און וואויל, זיי זענען אבער נישט די ערשטע, מייקראסאפט פרובירט שוין עטליכע יארן מיט א פארמאט JPEG XR וואס האט אפילו מער מעלות פון גוגל’ס פארמאט, די פראבלעם איז נישט אויפצוקומען מיט א אלטערנאטיוו, נאר באווייזען איבערצורעדן די גאנצע וועלט זיך צו טוישן, סאפטוועיר און הארדווער פראדוצירער. און דאס איז נישט גרינג, ווייל קיינער וויל נישט אריילייגען קיין געלט און כח א נייע פארמאט וואס קיינער נוצט (נאך) נישט.
אייגענטליך האב איך שוין לאנג צוריק געהערט אמאל פון א קלוגן איד “די וועלט, קען מען נישט טוישן”..

October 11, 2010 at 5:23 AM#2
טעכנאלאגיע נייעס און באריכטן

א הערליכע ארבעט אראפגעלייגט יוחנן!
נאר איין הערה, איך פלעג נוצן מיקעפי אנטי וויירוס(דעלל האט עס מיטגעגבן מיט מיין קאמפיוטער) און איך האב געהאט פיל פראבלעמען.
אפשר קענט איר טאקע שרייבן א ארטיקל איבער אנטי וויירוס פראדוקטען
שכוח

October 11, 2010 at 5:37 AM#3
טעכנאלאגיע נייעס און באריכטן

נארטאן איז זייער גוט

October 11, 2010 at 3:13 PM#4
טעכנאלאגיע נייעס און באריכטן

איך בין זייער צופרידן פין avg, כ’האב די פולע ווערסיע

October 11, 2010 at 3:38 PM#5
טעכנאלאגיע נייעס און באריכטן

Sign in to multiple Google Accounts

https://www.google.com/accounts/MultipleSessions

Tip: Always check your address (at top right) to make sure you’re using the account you want.
This is an advanced feature. Review the following information before turning on multiple sign-in.
When multiple sign-in is turned on, you can click the arrow next to your address (at top right) to switch between accounts with these Google products:

Calendar
Code
Gmail
Reader
Sites
Voice

October 11, 2010 at 6:51 PM#6
טעכנאלאגיע נייעס און באריכטן

איבער די אנטי-וויירוס, איז אזוי, איך העט געקענט שרייבן דערוועגן א גאנצע ארטיקל, אבער דערווייל לאמיר עס מאכן בקיצור. MCAFEE איז שוין פיל בעסער ווי אמאל, אבער נארטאן (אדער “סיימענטיק”) פארנעמט נאך אלץ דעם אויבן-אן. זיי זענען אויך נישט געווען צו גוט יארן צוריק, אבער אין די לעצטערע יארן האבן זיי זיך שטארק פארבעסערט אין אלע הינזיכטן, סיי אין טרעפן מערערע סארטן אטאקעס, און טון אלעס שנעל און געשיקט אָן אויפעסן צויפל “סיסטעם ריסאורסעס” ד.ה. דער קאמפיוטער וועט כמעט נישט ארבעטן שטאטער בשעת ער טוט זיין ארבעט שטילערהייט מאחורי הפרגוד.

סיי וועלכע קאמפאני מען קויפט, איז כדאי צו נעמען די פולע “סעקיוריטי סוויט”, דהיינו נישט בלויז אנטי-וויירוס, נאר אזוינס וואס באשיצט פון מערערע סארטן אטאקעס, ווי ספייווער, מאלוועיר, טראוזשען האורסעס, און געווענליך פארמאגט מערערע פיעטשערס ווי למשל “סעיף אנליין בראוזינג” זיכער צו מאכן אז קיינער גנב’עט נישט אייערע פעסווארד, אדרבה, מערערע פון זיי טוען “סעיוון” אלע אייערע אינפארמאציע און טוען דאס אליין אריינפילן אין די פאסיגע פיעלד’ס, און נאך.

נארטאן סעקיורעטי סוויט, ווי אויבנ-דערמאנט, איז גערעיטעט אלס דער קעניג, און פאר נאך עטליכע דאלער, לוינט זיך צו קויפן נארטאן 360, וואס האט כמעט אלעס פון די סוויט, בנוסף עטליכע טאלס צו האלטן אייער קאמפיוטער אין קאנטראל, ווי אויסמעקן גארביטש, דיפרעגמענטן, קלינען די רעזשיסטרי, געבן קאנטראל אויף די סטארט-אפ פראגראמען, און פיל מער.

סיי וואס איר קויפט, קויפט נישט סתם אין געשעפט. זוכן אנליין פאר ביליגערע פרייזן, צב”ש אויף עמעזאן. למשל נארטאן בעט געווענליך 70 דאלער פאר זייער פראדוקט, 80 דאלער פאר די 360. אויף AMAZON קען מען זיי ביידע האבן פאר $38 (פרייזן טוישן זיך אפט).

October 12, 2010 at 1:36 PM#7
טעכנאלאגיע נייעס און באריכטן

וואס איז נארטאן בעסער פון AVG אז עס זאל זיך מיר לוינען צו צאלן געלט אנשטאט בחנם?
איך האב עס שוין א שטיק צייט, און אלעס קוקט אויס פיין.

October 12, 2010 at 5:42 PM#8
טעכנאלאגיע נייעס און באריכטן

איך בין נישט יוחנן, אבער איך האב שוין געשריבן אנדערע ארטיקלען דא (ובתוכם די מינווענס).. און אנדערע “טיפס און טריקס”. ייש”כ פאר די קאמפלימענט!

אלזא, וועגן די סעקיוריטי קאמפאניס, קיינער איז נישט פערפעקט. עס איז באמת נישט דא דאס פלאץ אויסצורעכענען, ווייל דאס וועט פארנעמען א געוואלד. און ס’איז נישט וויכטיג פאר אונז. אבער אז דו וועסט מאכן א סוירטש סיי וואו, און זוכן למשל פאר די “TOP 10″ פראדוקטן, אדער “קאפעריסאנ’ס” צווישן זיי, וועסטו זעהן ווי אלע קאמפאניס טוען שטארק רעקאמענדירן די נארטאן פראדוקטן.

ביסט גערעכט, AVG איז נישט שלעכט און בעסער ווי גארנישט, אבער דוכט זיך אז לעגאל לאזן זיי נישט נוצן די אומזיסטע ווערסיע פאר ביזנעס, בלויז פאר פריוואטע באנוץ. עס זענעון פאראן מערערע אומזיסטע פאר ווער עס וויל. מייקראסאפט אליינס האט אויך איינס. אבער נאכאמאל, זיי האבן א אלע נידריגע ראטע פון טרעפן ווייניגער אטאקעס און ארבעטן שטאטער און אנדערע חסרונות גרעסערע און קלענערע, וואס די באצאלטע ווערסיעס האבן נישט.

October 12, 2010 at 1:37 PM#9
טעכנאלאגיע נייעס און באריכטן

אגב, שמעלקא, איר שרייבט זייער פיין, איר זענט יוחנן שיף? איר דארפט ווען טאקע שרייבן א ארטיקל באריכות.

October 14, 2010 at 12:42 AM#10
טעכנאלאגיע נייעס און באריכטן

איין זייער וויכטיגע פונקט דארף מען אלעמאל געדענקן, אז ווען מען קויפט שוין יא א אנטי וויירוס וכדומ’ אנליין, זאל עס נאר זיין פון א פארלעסליכע באקאנטע געשעפט, און נישט פון סיי וועלכע וועב זייטל וואס טראגט זיך אן צו פארקויפן די דאזיגע סחורה.
ד.מ. אז אפילו למשל די געשעפט פארקויפט טאקע א אנטי וויירוס סאפטוועיר פון א גרויסע באקאנטע קאמפאני, אבער דער פארקויפער אדער וועב זייטל איז דיר נישט באקאנט, דאן איז בעסער צו אוועקשטיין דערפון וואס ווייטער.
ווייל מ’קען קיינמאל נישט וויסן וואספארא נאך סחורה ס’איז געווארן אריינגעשמירט אין די סאפטוועיר
ובפרט ווען ס’איז א דאונלאוד און נישט קיין פיזישע סי די, וואס דאן איז עס פיהל גרינגער אריינצולאדענען אומוויסענדיג אומגעווינטשענע זאכן

October 12, 2010 at 10:32 AM#11
טעכנאלאגיע נייעס און באריכטן

אברמי, האט זייער וויכטיג דא באמערקט אז:
Tip: Always check your address (at top right) to make sure you’re using the account you want!

ביי מיר ארבעט אבער נישט די גאנצע פאטענט, פון האבן צוויי נעמען אויף צוויי אנדערע טעבס, ער שטויסט מיר ארויס ביי די אנדערע טעב נאך א מינוט

טאקע וועגן אברמי’ס עצה, ניץ איך צוויי אנדערע בראזער’ס, אזוי דערקענט מען שנעלער אין מח וועלכע נאמען איז אריינגעסיינט און וועלכע בראזער, ביי דעלי בעסעס

*
ריזן יש”כ פארדעם אויסגאבע. יהא נא ד’ מצליח דרככם לטובה
יונה

October 12, 2010 at 1:32 PM#12
טעכנאלאגיע נייעס און באריכטן

אינטערעסאנט, ביי מיר ארבעט עס ווי א פידעלע. וועלכע בראוזער ניצט איר? איך ניץ פייערפאקס.

October 12, 2010 at 1:34 PM#13
טעכנאלאגיע נייעס און באריכטן

לגבי די ערשטע נייעס פון ווינדאוס מאביל. דאכט זיך אז עס איז נישט געווען קיין שום מעדזשאר סורפרייזעס. איך מיין מייקראסאפט האט נאך קיינמאל קיינעם נישט סורפרייזד.

October 13, 2010 at 11:29 AM#14
טעכנאלאגיע נייעס און באריכטן

זייער אינטערעסאנטע נייעס, איינס ביי איינס. איך האף אז עס וועט ממשיך זיין יעדע וואך.