האט איר אמאל געכאפט א שמועס מיט א צווייטע מענטש און צום סוף פארשטייט איר עפעס גאנץ אנדערש דערפון ווי דעם צווייטן? האט איר אמאל געזאגט “יא” און דער אנדערער מענטש האט געהערט “ניין?”
אפטמאל מאכט זיך אז מענטשן פארשטייען זיך נישט קלאר. יעדע פון אונז קוקט אויף געוויסע ווערטער מיט אונזער אייגענע פארשטאנד און פערזענליכע נייגונגען.
“האלב פון די וועלט באשטייט פון מענטשן וואס האבן וואס צו זאגן און קענען נישט, און די אנדערע האלב פון מענטשן וואס האבן גארנישט צו זאגן און זיי האלטן אין איין זאגן.”
ווען עס קומט צו ביזנעס, טוהן מיר כסדר קאמיוניקירן מיט אנדערע. און דערפאר, ווייל מיר ווילן מצליח זיין, מוזן מיר זיין פארזיכטיג מיט וואס מיר זאגן. און צו וועמען מיר זאגן עס. עס איז זייער וויכטיג צו טרעפן א שפראך מיט די סארט מענטשן וואס וועלן האבן ניצן פון די פראדוקט וואס מיר ווילן פארקויפן.
למשל, איר קענט מחליט זיין צו פארקויפן אבאמא העמדער, אבער אויב איר רעדט צו א גרופע רעפאבליקאנער, וועט איר נישט פארקויפן צופיל שטיק. נישט קיין חילוק אויב איר ברענגט ארויס דעם קלארקייט פון דעם בילד, קוואליטעט פון דעם העמד, און ווי גוט עס וואשט זיך, וועלן די מענטשן נישט זיין פאראינטערסירט.
כדי צו מצליח זיין אין מסחר, מוזט איר אריינגיין אין דעם מח פון די מענטשן און באמת טראכטן פון אלע וועגן וואס זיי וועלן קענען פארשטיין אייערע ווערטער. איר מוזט זיכער מאכן אז ווען איר רעדט אדער אדווערטייזט, ניצט איר א שפראך צו וואס מענטשן קענען זיך באהעפטן, און עס אנקוקן מיט א פאזיטיווע בליק.
ווען איר שטעלט צוזאם אייער מארקעטינג קאמפיין אדער ווען איר טרעינירט אייערע מיטארבעטער, לייגט אייך אריין אין די קאמיוניקאציע. און איבער אלעם, מאכט זיכער אז איר זאגט וואס איר מיינט.