ווארט פון ה. פוקס
ליגענדיג ראשו ורבו אין די פאך פון גראפיקס, שפיר איך צומאל א אינערליכע רצון ארויסצוהייבן פארשידענע עדס וואס איך באגעגן דורכבלעטערנדיג יעדע וואך די היימישע צייטונגען און מאגאזינען, אלץ ריכטיג און קוואליפיצירט צו סימבלאזירן טאלאנט אויף הויכע שטאפלן.
ארויסהייבן אזאלכע עדס קען קוראזשירן ביזנעסלייט און גראפיקער אויסצונוצן דעם קריעטיוויטעט צום מאקסימום צו רעדן צו פאטענציאלע קונדן. ווי אויך ברענגט עס אריין פרישע איידיעס און המצאות פאר אונז אלע.
אין דעם פרישן קאלום, גערופן “עד פון די וואך״ וועלן מיר נעמעם אין באטראכט פיר פאקטארן צו קרוינען א עד אלץ די בעסטע עד.
1 מעסעדזש. ווי קלאר און גיט די מעסעדזש פונעם עד איז.
2 אויסשטעל. וויפיל טאלאנט עס ליגט אינעם אויסשטעל פונעם עד.
3 אויסטרעף. וויפיל טאלאנט עס ליגט אינעם רעיון אויף וואס דער עד איז געבויט.
4 אויג כאפענד. ווי בעטעמט און געשמאק עס איז צו קוקן אויסערליך אויף דעם עד.
—-
איר קענט אריינשיקן עדס וואס פארדינט -לויט אייך- דער טיטול “עד פון די וואך” און מיר וועלן דאס נעמען אין באטראכט. שיקט אריין צו adofweek@balboos.com
[בילד: נישט געראטעוועט]די פאלגענדע עד פאר דזשי ענד דזשי מלבושים צענטער, דעזיינט דורך s&s image צייכנט זיך ספעציעל אויס מיט פאקטאר 3 זייענדיג א געניאלער אויסטרעף, און פאקטאר 4 כאפענדיג דעם אויג צו א פרישע אינטערסאנטע מציאות.
G&G ad
21 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
http://www.balboos.com/content/2010/10/gg-ad/ קאפיע אין ארכיוו
עס איז באמת א שיין שטיקל ארבעט, אבער אויס ווי א עכטע בילד, נישט קיין פאטא שאפ ארבעט, ווייסט איינער אויב עס איז ווירקליך אזוי?
אויב איז עס אליין געמאכט מיט די הענט, גיי איך משוגע פאר אים.
לויט מיין עקספיריענס, וואסערע גרויסע מומחה מען זאל נאר זיין, און שמואל שפיצער איז טאקע א מומחה, וועט עס אבער נאך אלץ זיין שענער, גרינגער און ביליגער צו מאכן א געהעריגע בילד.
סאו איך זע נישט קיין סיבה זיך ארומצושפילען דערמיט.
לפי מיינע ידיעות אין עולם הגראפיק איז דאס קלאר ארימגעארבייט מיט פאטא שאפ, אבער עס בלייבט ביי דעם אז עס איז א געניאלע בייפאל און אויג כאפענד, ועל כולם זייער clean
איך האב גראדע הנאה אז שמואל האט אראפגענומען זיין דאבל פרעים
ה. פוקס שרייבט קלאר אז דער עד צייכנט זיך אויס מיט אנדערע זאכן אבער נישט מיט די מעסעדזש דערפון, איך כאפ גראדע אויך נישט די מעסעדזש.
יעצט קלער איך אז עס איז מער ברענדינג, ס’הייסט זיי ווילן צושפרייטן אז עס זאל זיך גיסן g&g פון אלעמענס מויל, אויף סיי וועלכע אופן.
איך האלט אויך אז די מעסעדזש איז שוואך, מען קוקט דערויף, אבער מען נעמט גארנישט אוועק דערפון, מען באקומט נישט קיין מעסעדזש אז G&G איז ביליג אדער גוטע סערוויס וכדומה.
מישטא וואס צו רעדען די עד איז געוואלדיג
אבער אלץ איינער וואס ליגט אין גרעפיקס, האב איך געמוזט נאכגיין ווי ער האט געקויפט, (יא געקויפט) די בליד,
אטע דא האט איר:
http://www.istockphoto.com/file_search.php?action=Browse&Cache=b58addc661a13da893e2bb9625d4d08c&page=4
מערקט אן אז “ביידע בילדער” ערשיינען אויפן זעלבן בלאט.
יא,
נישטא וואס צו רעדן, קליימעקס אימעדש האט אנדעקט די סוד!
אזוי ארבעטן היינט אלע (רוב…) גראפיסטן, מ’טרעפט א אויג-פארכאפענדע בילד, מ’שפילט זיך אביסעל, און דערנאך בעט מען געשוואלענע פרייזן פון די קאסטומערס – וועלכע זענען געצווינגען לויט די היינטיגע סטאנדארד צו אדווערטייזען יעדע וואך “פול קאלארד” עדס.
קליימעקס, איך האף אז די מאכסט עפעס בעסערס פון דעם.
משה בראך: איך האלט אויך אז די מעסעדזש איז שוואך, מען קוקט דערויף, אבער מען נעמט גארנישט אוועק דערפון, מען באקומט נישט קיין מעסעדזש אז G&G איז ביליג אדער גוטע סערוויס וכדומה.
עס געט א powerful מעסעדזש אז דזשי ענד דזשי איז פראפעסיאנאל. פון דעם עד גייט מען אוועק מיט דעם געדאנק אז דזשי ענד דזשי – וועלעכער איז פעימעס פאר זייער ביליגע פרייז, איז אויך אריסטאקראטיש און שיין.
קליימעקס איך מוז מודה זיין אז די ביסט גוט פארפאלן… אין דיין טוויטפיק איז מער ווערד ווי אלעס, אבער עס ענד עס אימעדזש האט דאך געטאן א שענערע ארבייט מיד די דזשי ענד דזשי סימבאל, ווי די מיט די באלאבוס סימבאל…
איך זעה נאכנישט די בילד דארט אין אייסטאק ביטע גיב מיר די נומער פו די בילד
ווי זאגט מען? Here you go!
http://www.istockphoto.com/stock-photo-8329660-knitting.php
אדער נאט אייך דעם אימעדזש URL:
http://www.istockphoto.com/file_thumbview_approve/8329660/2/istockphoto_8329660-knitting.jpg
יידל: “עס געט א powerful מעסעדזש אז דזשי ענד דזשי איז פראפעסיאנאל. פון דעם עד גייט מען אוועק מיט דעם געדאנק אז דזשי ענד דזשי – וועלעכער איז פעימעס פאר זייער ביליגע פרייז, איז אויך אריסטאקראטיש און שיין.”
איך מוז מודה זיין, עס איז מיר נישט איינגעפאלן צו טראכטן אין דעם ריכטונג, האסט א פוינט.
קליימעקס: כל הכבוד פארן טרעפן די בילדער, גוטע דעטעקטיוו ארבעט!
אבער… די בעל-בית לאגא איז גאנץ א שוואכע ארבעט, קאם אן….
איך האב ניטאמאל געכאפט וואס די ווילסט דערמיט, כאב געמיינט אז די לייגסט עס ארויף ווי א וואטער מארק, אז עס קומט צו די בעל בית….
איך ליג אין גרעפיקס, און איך בין נתפעל פון די ארבעט, עס קוקט אויס זייער זייער עכט, עס איז נישט בלויז נידעריגער געמאכט די “אפעסיטי” אדער א “בלענדינג מאוד”.
עס קוקט אויס ווי ער האט זיך פלענטי ארימגעשפילט דערמיט מיט די האנט, און די קאלארס… באטראכט די קאלארס, ווי נאטורליך עס בלענד אריין.
אלעזר, די דארפסט פארשטיין אז קליימעקס וואלט מסתמא געקענט טון די זעלביגע ארבייט ווי עס ענד עס האט געטוהן, עס איז נאר א דיפערענץ אין וויפיל גרינע מען באקומט :)
כ’האב הנאה אז מ’האט ארויפגעברענגט דעם עד, ווייל ס’האט מיר אויך מורא’דיגע געכאפט.
ווי איינער אויבן האט עס ערווענט, ס’טאקע נישט די ווארט דא די מעסעדזש, אבער יעדער האט באמערקט דעם עד, און יעדער האט געזען אז דאס איז פון זשי ענד זשי, נישט אסאך מאל וואס די לאגא איז פארשטופט אונטן, און ועל כולם מ’באקומט די אימפרעשאן אז דאס איז א קלאסישע פראפעסיאנאלע קאמפאני, מיט הערליך גענייטע סחורה, הענד-קרעפטעד.
יידל: עקזעקטלי מיין פוינט.
מען דארף זיך אסאך ארימשפילן, און פארדעם דארף מען באצאלן גרינע.
נישט אזוי ווי יוסי האט געשריבן, אז מען בעט סתם געלט פאר געקויפטע בילדער. און קליימעקס האט מסכים געווען דערצו, און אויף דעם ארויף געוויזן די בילד וואס ער האט אליין געמאכט.
ניין! פראפעסיאנאלע ארבעט, כח און צייט, דארף באצאלט ווערן, יידל האסט עס נישט געקענט בעסער ארויסברענגען, דאס איז טאקע די סיבה פארוואס קליימעקס האט עס נישט געמאכט! (נניח אז ער קען)
איך האלט אז עס איז אויסגעצייכנט מיטן מעסעדזש, אזוי ווי אסאך האבן שוין ארויסגעברענגט, יעדער ווייסט שוין אז זיי זענען ביליג. אבער טאקע צוליב דעם דארפן זיי אויפווייזן אז זיי האבן טאפ קלאס סחורה, וואס דאס ברענגט ארויס די עד.
הגם קען זיין אז מען דארף צולייגן אביסל מחשבה צו כאפן די מעסעדזש, איך האלט טאקע אז ווען מען געט א אויסצייכענונג, דארף ווען אויך קיקען ווי שנעל מען כאפט די מעסעדזש, איז עס געניג שארף אז אפילו איין בליק וועט זיין געניג צו כאפן? ווייל אסאך מענטשן געבן נישט מער ווי איין בליק.
ביי די וועי, איך גלייך זייער די קאלום, און די קאמענטס. כה לחי.
רייך דיין פוינט וועגן די מעסעדזש איז ריכטיג, אבער דא איז עס נישט גילטיג. פארוואס? זייער פשוט. די עד איז אזוי אויג פארכאפענד, אז מען קוקט דערויף מער ווי א סעקונדע, און דעריבער קען מען זיך ערלויבן צו שיקן א מעסעדזש וואס פארלאנגט אביסעל מחשבה. און פארשטייט זיך אז איינמאל מען ‘כאפט’ דעם מעסעדזש האט מען מוראדיג הנאה דערפון….