ניצן א LLC פאר פערסאנעל הוצאות
איך בין א סאול אייגענטומער (sole owner) פון א LLC, וואס דאס מיינט אז עס ווערט געטעקסד אלץ פערסאנעל אינקאם וואס איז אריינגעקומען דורך די ביזנעס.
צו בין איך בארעכטיגט צו ניצן פארמעגנס פון די LLC פאר אייגענע עקספענסעס. און סוף יאר אפגעבן דין וחשבון וואס איז געווען פערסאנעל און וואס איז געווען ביזנעס עקספענסעס.
ש. ל. וומ”ס
ענטפער: לעגאל איז עס נישט קיין שום פראבלעם.
הסבר: וויבאלד א LLC איז פארעכנט ווי א פריוואטע אייגענטום, און עס ווערט ממילא געטעקסד אלע פראפיטס אפילו מען האט עס נישט אויסגעניצט (די געלט איז נאך דא), איז עס נישט קעגן די געזעץ צו ניצן פאר אייגענע געברויכן.
פארט פון אן אקאונטענט’ס שטאנדפונקט איז נישט רעקאמענדירט צו מישן פריוואטע און ביזנעס פארמעגנס. אזוי אויך אין פאל פון אן “אודיט” איז עס מער קאמפלעצירט.