דעת בעל הבית

5 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דעת בעל הבית · דורך: ליינער · וואך: לך , תשע"א · בעל-בית נומער: 21 · דאטום: 2010-10-11
http://www.balboos.com/content/2010/10/דעת-בעל-הבית/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דעת בעל הבית

ארויפלייגן Markup אויף א פראדוקט

לכבוד המערכת
קודם כל מוז איך ארויסברענגן מיין געוואלדיגע הנאה פון אייער גאר פראפעסיאנאלע אויסגאבע, ספעציעל פאר היימישע אידן ווואס גייען נישט אין קאלידזש אדער ביזנעס סקול, קומט אסאך מאל אויס אז מען ווייסט נישט פארשידענע זאכן. און ניטאמאל האט מען פון ווי געוואר צו ווערן אדער פרעגן. איך בין זיך ממש מחיה און איך טו עס רעקאמענדירן פאר מיינע אלע באקאנטע.
יעצט צום ענין, מיין פראגע איז אפשר אביסל מאדנע, אבער לא הביישן למד. איך בין שוין עטליכע יאר אין ביזנעס, איך פארקויף געוויסע טעכנאלאגיע פראדוקטן  פאר ביזנעסער. אבער איך ווייס נאך אלץ נישט ווי אזוי מען מאכט אפ א פרייז. על פי רוב פרוביר איך געוואר צו ווערן וויפיל מיין קאמפעטישן בעט, און איך בעט אזויפיל צו אביסל ביליגער. פארשטייט זיך אז עס נעמט אסאך צייט, און איך פיל ווי איך טו עס נישט די ריכטיגע וועג.
איז דא אןיף דעם א געהעריגע כלל? וואס איז אנגענומען אין די וועלט? וואס טוען אנדערע?  רוב מענטשן צו וועם איך האב גערעדט זאגן צווישן 30 און 35 פראצענט. אבער עס קוקט נישט אויס ווי מיינע קאמפעטישנס גייען נאך דעם כלל, וואס איז די אמת?
י. מ. ר. וומ”ס

CRM און בוקקיפינג פראגראמען

ביטע שרייבן ווי אזו צו טון ביזנעס מיט סאפטווער פראגרעמס ווי צבש”פ CRM פראגראמען און בוק קיפינג פראגראמען, וועלכע זענען גוט, און וועלכע מען קען באקומען אומזינסט וכדומה.
(-)
רעדאקציע: יישר כח פארן מיט טיילן וואס איר וואלט געוואלט זען אין בעל-בית. מיר האבן פארגאנגענע יאר געהאט א סעריע ארטיקלען פון יוחנן שיף איבער קוויק בוקס. עס איז געפלאנט צוריקקומען צו די נושא בעתיד. דערווייל אויב עס איז דא צווישן די ליינער וואס ווילן מיט טיילן מיט זייער עקספיריענס, אדרבא. לענגערע און תוכנ’דיגע אפהאנדלונגען וועלן געדריקט ווערן אין פארעם פון א ארטיקל.

ארטיקל איבער נייע מיניווענס

אזוי ווי עס איז געווען באשריבן בעבר (בלק תש”ע) באריכות די חילוקים פון די מיניווענס פון האנדא און טיאטע, פון וואס איך האב זייער הנאה געהאט. וואלט איך געוואלט בעטן אז מען זאל שרייבן יעצט איבער די נייערע ווערסיעס וואס זענען אקארשט ארויסגעקומען.
א דאנק פון פאראויס, און בכלליות פאר די הערליכע ארבעט וואס איר לייגט אריין.
(-)
ענטפער פון דעם שרייבער:
בנוגע די טאיאטע סיענע איז נישט קיין פראבלעם (ליידער איז עס ערגער ווי די אלטע..), משא”כ די נייע האנדא אודיסי איז הערשט יעצט פריש “ארויס פון דריק”, מען קען נאך נישט טרעפן אדער הערן קיין שום ריוויואס נישט קיין פראפעסיאנאלע און נישט וואס דרייווער לאזן זיך הערן. עס וועט נאך נעמען מינימום בערך א חודש. אשר ע”כ מיין איך אז ס’וואלט געווען כדאי צו ווארטן אביסעלע.
אגב, קרייסלער (און אזוי אויך איר קאזין דאדזש) קומט ארויס מיט א פארבעסערטע ווערסיע פון זייער מיניווען, (וואס איז פאסיג פאר די מענטשן וואס דארפן אפט נוצן די ווען פאר קארגא און קענען נישט ארויסשלעפן די זיצן – אלע זיצן פון די מיניווען לייגט זיך אין דער ערד אריין). די נייע ווענס וועלן קומען מיט נייע ענדזשינס (וואס וועלן זיין מער powerful פון טאיאטע און האנדא), בעסערע קוואליטי מאטעריאלן, מער פיטשעווקעס, און וועט דרייוון היבש בעסער ווי די יעצטיגע, און ממילא זיין מער “קאמפעטיטיוו” מיט זייערע קאמפעטישנס… אבער דאס וועט אויכעט ערשט ארויסקומען אין נאוועמבער.
באטעם ליין, איך מיין אז מען זאל געבן אביסעלע צייט פאר די בעסטע רעזולטאטן…

נאך וועגן די קוויק בוקס פאפ אפס

כדי עס זאל נישט ארויפקומען די אלע פענסטערלעך ביי קוויקבוקס וואס פרעגן צו מען וויל גיין אנליין. דארף מען אפדעידן די 2010 וועסיע מיט די נייע רליעס פון quickbooks.com
(-)

עדיטן PDF פיילס

פאר די וואס נוצן אסאך PDF FILES איז דא זייער א געשמאקע PDF PROGRAM וואס קען צונץ קומען  עס הייסט NITRO PDF 6 ווען די דריקסט EDIT קענסטו ריקן כמעט יעדע שורה יעדע שורה ווערט סלעקטעט באזונדער
עס איז זייער גיט ווען מען האט שוין גענדיגט די ארבעט נאר מען קליינע טוטשאפס וואס מען וויל ריקן אדער קלענער צו גרעסער מאכן וכדו’  מען קען דאס אויספרובירן פאר 30 טעג אויב עס איז גיט. עס קאסט נישט קיין סאך בערך 99 דאלער.
http://www.nitropdf.com
משה מ.

October 11, 2010 at 7:58 AM#2
דעת בעל הבית

ערשטנס א דאנק אייך פאר די שיינע ארבעט.

איך האב א פראגע בנוגע PDF פיילס וויאזוי מ’קען מאכן אז די פייל מיט די ווערטער זאלן ארויס קומען ממש ווי א קאפיע און נישט טוישן די אותיות ביים שיקן א פעקס.

יעצט בעט איך א עצה פון די וואס פארשטייען גוט צו די PDF פראגראמס. איך האב פראבלעמען ווען איך מאך א בריוו מיט אידישע אותיות און נאכדעם מאך איך א PDF וואס דארף לכאורה זיין א פערפעקטע פארענדיגטע פייל.
נאכדעם שיק איך דאס אלס א אי מייל עטטעטשמענט אדער א דירעקט פאקס פון דעם קומפיוטער ארויס און דער וואס דארף דאס באקומען האט נישט קיין אידישע אותיות אין זיין סיסטעם.
זאגט מיר דער וואס האט דאס באקומען אז מ’קען נישט ליינען דעם בריוו ווייל די אותיות זענען געווארן פול מיט קליינע קעסטעלעך און נישט אותיות.
ביטע העלפט מיר אין דעם ענין. גיבט מיר א עצה.

October 12, 2010 at 1:40 PM#3
דעת בעל הבית

זייער מאדנע.
לויט ווי איך פארשטיי ליגט אין יעדע PDF איינגעפאקט אלע נויטיגע פאנטס וואס פעלט זיך אויס פאר יענע פעידזש. דאס איז דאך די גאנצע חכמה דערפון.

October 11, 2010 at 9:25 AM#4
דעת בעל הבית

לכאורה אויב דו מאכסט די פי די עף אלץ פיקטשער, וועט עס אלץ ארבעטן, ווייל עס וועט נישט דארפן ניצען די פאנטס אויף יענעמס קאמפיוטער.

October 11, 2010 at 7:00 PM#5
דעת בעל הבית

וועלכע פראגראם נוצטו צו קריעטן דיין PDF פייל?

איין גוטע וואס איך נוץ שוין יארן פאר אומזיסט איז
CUTE PDF WRITER
מאך א סוירטש אין גוגל, און נוץ דאס.

לאמיר וויסן אויב עס ארבעט גוט.