ווינדאוס פאון 7

9 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: טעכנאלאגיע · דורך: יוחנן שיף · וואך: וירא , תשע"א · בעל-בית נומער: 22 · דאטום: 2010-10-18
http://www.balboos.com/content/2010/10/ווינדאוס-פאון-7/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
ווינדאוס פאון 7

ווי מיר האבן שוין באריכטעט פארגאנגענע וואך, האט מייקראסאפט עמטליך געמאלדן די ערשיינונג פון “ווינדאוס פאון 7″ ביי א ספעציעלע קאנפרענץ דעם פארגאנגענעם מאנטעג פ’ לך אין מאנהעטן.

עס איז – ווי געווענליך- געווען בעיקר  קאנצעטרירט אויף די סאפטווער חלק, וויבאלד די הארדוועיר פראדוצירן זיי דאך נישט אליין. מייקראסאפט האט טאקע פארגעשטעלט נישט ווייניגער ווי ניין נייע “ווינדאוס פאון 7″ סעלפאנס,  פון דעלל, HTC, סעמסאנג און LG. זעקס דערפון וועלן זיין צו באקומען אין אמעריקע, דריי פון AT&T און צוויי פון T Mobile אויף די חגאות סעזאן. און איינס פון ספרינט ערשט אין יאר 2011 למספרם. די ערשטע ווינדאוס פאון אנצוקומען צו קאסטומערס וועט זיין פון AT&T אזוי פרי ווי נאוועמבער 8.
סטיוו באלמער, די היינטיגע פארזיצער פון מייקראסאפט (ביל געיטס האט שוין פארלאזט די פירמע) האט געהאלטן די הויפט רעדע, עס איז געווען אינטערעסאנט צו זען די מהלך. אין דער צייט וואס סטיוו דזשאבס פון עפל טרומפייטערט שוין עטליכע יאר אז די איי-פאון איז די איינציגסטע און בעסטע פאון וואס איז נאר דא, האט סטיוו באלמער געלאזט אין גאנג א פארקערטע סטראטעגיע, נעמליך, עס איז נישט דא אזא זאך ווי איין פאון וואס איז גוט פאר יעדעם, אדרבא, עס איז דא מערערע, אזוי אז יעדער איינער קען זיך טרעפן מה שלבו חפץ. נאר פארשטייט זיך אז די אפרעטינג סיסטעם איז די זעלבע.
און דאס איז טאקע  געווען א נקודה וואס איז אויך שטארק ארויסגעברענגט געווארן, אז די אפרעטינג סיסטעם איז איינס, און מיט דעם האט מען געמיינט צו גיבן א שטאך פאר גוגל, ווייל גוגל’ס אנדרואיד אפרעטינג סיסטעם האט דאך שוין יא די מעלה אז עס לויפט אויף צענדליגע ערליי מאשינדלעך ארום די וועלט, אזוי אז יעדער קען זיך טרעפן עפעס צוגעפאסט פאר זיך. האט דאס אבער א חסרון אז בהמשך הזמן ווען עס האט אנגעהויבן צו ערשיינען אפגרעידס צו די אפרעטינג סיסטעם, האט זיך עס געוואנדן אין די פראדוצירער און אין די “קעריערס” (די טעלפאן סערוויס פראוויידארס ווצבש”פ טי מאביל און AT&T, ווערן אזוי אנגערופען) פון די טעלעפאנען אויב זיי ווילן ארויסגעבן א אפדעיט פאר די ספעציפישע טעלעפאן, אז מענטשן זאלן קענען אפגרעידן צו די נייערע ווערסיע פון אנדרואיד.
הגם גוגל געט טאקע ארויס די אפגרעידס גענצליך פריי, און יעדער קען עס באקומען, קען מען עס נישט סתם אזוי געבן א לייג ארויף אויף סיי וועלכע אנדרויד פאון. וויבאלד יעדע טעלפאן האט א ספעציפישע כאראקטער, אנדערע סקרין טעכנאלאגיעס און רעזולאשעןס, טייל האבן פיזישע קיבאורדס און טייל נישט, ווי אויך די צאל פון פיזישע קנעפלעך איז אנדערש, און ווער רעדט נאך פון די אינערליכע חלקים, ווי די פראסעסאר, מעמארי און ראדיא טשיפס, איז יעדע איינע א וועלט פאר זיך. ממילא דארף ווערן אריינגעלייגט אסאך ארבעט און געלט צו קאסטימייזען די סאפטווער אפגרעידס צו ארבעטן אויף יעדע טעלפאן באזונדער. וואס דאס פאלט אויף די מאניופעקטארס פון די טעלפאן, אדער אויף די קעריערס (געווענליך איז עס בשותפות). למעשה כאפט מען זיך נישט צו דערצו, קודם צוליב די געלט וואס עס קאסט אהערצושטעלן, צווייטענס צוליב די געלט וואס מען קען  שאדען האבן, ווייל מענטשן וועלן נישט האבן קיין סיבה צו קויפן א נייערע טעלפאן אויב די אלטע האט אויך אלע נייע פיטשערס וואס די נייעסטע אנדרואיד ריליעס שטעלט צו.
דאס האט געפירט צו א שטארקע צושפליטערונג אין די אנדרואיד מארקעט, עס זענען היינט דא עטליכע ווערסיעס פון אנדרואיד אין באנוץ,  וואס דאס פארשווערט זייער די ארבעט פון צושטעלן פראגרעמס פאר אנדרואיד, אפט מאל אויב א פראגראמער וויל זיכער מאכן אז זיין פראגראם זאל קענען געניצט ווערן אויף אלע אנדרואיד מאשינדלעך, וועט ער דארפען צושטעלן עטליכע ווערסיעס פון די פראגראם.
און דאס איז וואס מייקראסאפט זאגט צו, אנצוהאלטן א שטארקע קאנטראל אויף אירע פארטנערן, יעדע פאון דארף נאכקומען א רייע פארלאנגען, ווצבש”פ דריי פיזישע קנעפלעך, מינימום 1 GHZ פראסעסאר און נאך. אנדערש ווי אנדרואיד וואס איז open source, קען מייקראסאפט לעגאל אנהאלטן א שטארקע קאנטראל און לייסענען די אפרעטינג סיסטעם נאר צו אזעלכע פירמעס וואס קומען נאך אלע פארשריפטן.
אזוי אויך וועט מייקראסאפט אליין צושטעלן די אפדיעטס, אזוי אז אלע ווינדאוס פאון’ס וועלן אלץ האבן זי זעלבע ווערסיע פון די אפרעטינג סיסטעם.
למעשה שטעלט זיך טאקע ארויס אז די ספעקטרום פון ווינדאוס פאון’ס איז נישט אזוי ברייט ווי ביי אנדרואיד, וויבאלד יעדער דארף זיך האלטן צו די סטאנדארטען, איז נישט שייך צו זיין צו אנדערש פון די אנדערע.
אזוי אויך וויבאלד עס מוז האבן מינומום 1 GHZ פראסעסאר, און די סקרין רעזולוציע מינימום 480 ביי 800 פיקסעלס, איז טאקע נישטא קיין ביליגע טעלעפאנס אזוי ווי עס איז דא ביי אנדרואיד.
פארט האבן די פירמעס באוויזן אויפצוקומען מיט המצאות ווי אזוי צו קענען ערצייגען באזונדערע מאדעלן מיט באזונדערע אייגנשאפטן, ווי איר וועט זען אין די ווייטערדיגע בילדער.

October 18, 2010 at 10:05 AM#2
ווינדאוס פאון 7

נאך אלעם מייך איך אז גוגל’ס open source פאליסי איז די בעסטע וואס האט געקענט פאסירן צו די סמארט פאון מארקעט. פרעגט אייך נאך ביי אלע חבירים, רובא דרובא זענען מודה אז ווען עס קומט צו ביזנעס איז א iPhone משונהדיג frustrating. U. ווידראום א אנדראוד איז א מחיה. (דאס איז נאר אנדראוד קאמפערד צו איי-פאון. די בלעקבעררי איז שוין אן אנדערע מעשה.)

לאמיר זעהן וויאזוי דער עולם וועט אויפנעמען די ווינדאוס 7. איך ערווארט נישט קיין גרויס סוקסעס פאר זיי.

October 18, 2010 at 2:34 PM#3
ווינדאוס פאון 7

יידל
קיינער זאגט נישט אז אפען סארס איז נישט גוט, עס האט אסאך מעלות.
די פאקט איז אבער, אז מייקראסאפט איז צווישן די צוויי עקסטרימען פון גוגל און עפל.
גאנץ ענליך צו די דעסקטאפ מארקעט, ווי זיי זענען מער אפען פון עפל, אבער נאך אלץ נישט אפען סארס ווי לינוקס.
דאכט זיך אז זיי שטייען דארט גאנץ פיין…
חוץ מזה דארף מען אבער האבן א גוטע פראדוקט אויך, עיין ערך וויסטא און ווינדאוס 7. ווינדאוס מאביל האט טאקע געהאט אירע פראבלעמן, אבער עס קוקט אויס ווי ווינדאוס פאון 7 איז א צווייטע פרשה, ווי מיר וועלן אי”ה אויסשמיסען קומענדיגע וואך.

October 18, 2010 at 4:35 PM#4
ווינדאוס פאון 7

הערליכע ארבעט יוחנן, זייער שיין און זייער גרינטליך! קיפ איט קאמינג.

October 18, 2010 at 8:00 PM#5
ווינדאוס פאון 7

יוחנן טייערער, א שיינע ארבייט. איך בין פערזענליך א שונא פאר די אלע סמארט פאונס, וואס הרג’ענען דעם מענטשנ’ס לעבן (אויב עס איז נאך נישט גענוג..) און איך האלט אויך אז מייקראסאפט’ס ווינדאוס 7 אויף סעל פאונס איז א תירוץ אויף א קשיא וואס קיינער האט נישט געפרעגט, אבער עס האט געוויס עפעס פאטענציעל. איך האלט אביסל מיט די אלע נייעסן, און איך האב הנאה צו זעהן ווי שיין דו באשרייבסט..

אגב, ווען קומט דער ארטיקל “וואס איז ניי אויף קוויק-בוקס 2011″? אייגענטליך איז נישט שווער צו וויסן, מען קען דאס זעהן אין א מינוט, (איך פערזענליך האב שוין די אינפארמאציע), אבער אפשר לטובת הציבור זאלט איר דאס ארויפלייגן?

יישר כח

October 19, 2010 at 4:27 AM#6
ווינדאוס פאון 7

וואס איז טאקע די סיבה אז גוגל זאל צושטעלן א גאנצע אפערעטינג סיסטעם פאר פרי?

October 19, 2010 at 5:28 PM#7
ווינדאוס פאון 7

הרב כ”ץ-

קודם כל, קען מען פרעגן די קשיא אויף צענדליגער אנדערע פלעצער. כמעט אלעס קען מען שוין היינט האבן פאר פרי. פארוואס שטעלט גוגל צו זייער “קראום” בראוזער (וואס איז, אגב, גאר שנעל און געשמאק צו נוצן) פאר אומזיסט? און פארוואס מייקראסאפט? און פייערפאקס אדער סאפארי? אמאל איז עס צוליב די אדווערטייזמענטס, אמאל אנדערע ביזנעס ענינים. איך אליין פארטיי אויך נישט אלץ..

אבער דא, ביי די סעל פאון’ס, איז אן אנדערע מעשה. גוגל מאכט געלט פון יעדע סעל פאון וואס ווערט פארקויפט מיט אנדרויד – דירעקט פון די קאמפאני. איך ווייס נישט צו פון די טעלעפאן קאמפאני (סעמסאנג, HTC, LG, מאטאראלע, וכו’) אדער אויב פון דעם סערוויס פראוויידער (ספרינט, ווערייזאן א.א.וו.)

עכ”פ, יעדע מאל וואס דו צאלסט געלט פאר א “סמארט טעלעפאן”, גייט א חלק פון די געלט פאר פעטער גאגל. זעהט אויס ער האט נאך נישט גענוג, ער מוז אנקומען צו אונזערע פאר אויסגעקארגטע נארישע טאלער..

וויאזוי זאגט יאנקל מילער – איך האב אזא גוטן נאמען אין די גאס, אז אפילו ווען די באנק האט נישט צו קאווערן מיינע טשעקס קאלן זיי דווקא “מיך” אן! איך זאג עס נישט לשם גיאות ח”ו, נאר בלויז לידיעה בעלמא…

October 19, 2010 at 11:28 PM#8
ווינדאוס פאון 7

וויזוי קען זיין אז מען בעט געלט פאר א אפען סאורס פראדוקט?

October 20, 2010 at 12:48 PM#9
ווינדאוס פאון 7

מסתמא בעטן זיי פארן צושטעלן (מיט שווערע הארעוואניע) א באקוועמע פלאטפארמע אויף וואס צו בויען אייערע APPS (אפליקעשיאנ”ס).