די מייסטערשאפט פון איבערגעבן פליכטן

4 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: וירא , תשע"א · בעל-בית נומער: 22 · דאטום: 2010-10-18
http://www.balboos.com/content/2010/10/די-מייסטערשאפט-פון-איבערגעבן-פליכטן/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
די מייסטערשאפט פון איבערגעבן פליכטן

אלס א פארנומענער בעל הבית אדער ארבעטער, האט איר פילע אחריות’ן אויף אייער קאפ. און איר מוטשעט זיך אלס אויסצופירן אלע. האט איר אמאל געטראכט זיי צו איבערגעבן פאר אנדערע? פילע מענטשן שטייען ווייט פון דעם מושג. ווי נישט ווי, אויב איר טוט דאס אליין זענט איר זיכער אז איר האט דאס גוט געטוהן.

“איבערגעבן פליכטן קען פיל אויפטוהן פאר אייער ביזנעס”

אמאל איז דאס א קאנטראל סיטואציע: איר ווילט אפשר דאס געפיל אז אלעס ווערט געטוהן אין א ספעציפשע וועג, אייער וועג. אדער, עס קען זיין אז איר האט מורא אז אויב געבט איר איבער דעם פליכט זענט איר מער נישט איבער דעם.
באמת, אבער, איז איבערגעבן פליכטן א גאר קלוגע וועג אין פילע הינזיכטן פון ביזנעס. עס קען פארגרינגערן אייער עול און אייך געבן צייט צו זיין פארנומען מיט וויכטיגערע פליכטן.
איר מוזסט אבער וויסן ווי אזוי דאס צו טוהן ריכטיג.
ווען איר האט א פליכט וואס איר ווילט איבערגעבן, מאכט זיכער דאס צו איבערגעבן פאר דעם ריכטיגסטן מענטש אויסער אייך! געדענקט אז יענער וועט דערגרייכן דעם ציל אויף א צווייטע וועג, נישט פונקט ווי אייך, אבער ער וועט דארט אנקומען סוף כל סוף.
איבערגעבן פליכטן קען פיל אויפטוהן פאר אייער ביזנעס ווען עס ווערט געטוהן ריכטיג. הייבט דאס אן היינט!

October 18, 2010 at 1:30 PM#2
די מייסטערשאפט פון איבערגעבן פליכטן

ר’ יואל צלח ורחב… איך ליין אייערע ארטיקלען און איך הער אייערע בליציגע געדאנקען אויף קול מבשר.

עס האט מיר שוין ארויסגעהאלפן א געוואלד.

איך לייד פון דעם פראבלעם איך האב מורא איבערציגעבן אחריות פאר אנדערע. וואס איז די בעסטע עצה נישט מורא צוהאבן איבערציגעבן? ווען איך געב איבער ווערט עס למעשה נישט געטיען ריכטיג!

א דאנק פאר אייער הילף.

א חבר

October 18, 2010 at 5:17 PM#3
די מייסטערשאפט פון איבערגעבן פליכטן

שפתים יושק
איך פיל ווי איר מיינט מיר, אמת איך האב טאקע נישט קיין ארבעטער, אבער טאקע פאר די סיבה, און אויך וועגן איך וויל מיך עס נישט ערלויבען אלץ די געלט.
איר האט מיר געגעבן א שטארקע שטופ אויף פאראויס.
איך וואלט געקענט באשטיין צו זען ארטיקלען איבער אויפנעמען ארבייטער, וואס צו זוכען וכדומה.
כה לחי

October 21, 2010 at 1:54 PM#4
די מייסטערשאפט פון איבערגעבן פליכטן

איך בין מסכים מיט יעדע איינציגע ווארט וואס “חבר” האט געשריבן.
אדרבה! לאמיר הערן וויאזוי קען מען זיין רואיג אויב האט מען שוין ערפארונג אז עס ווערט נישט ריכטיג געטון ווען מען גיט דאס איבער (און ווער רעדט נאך אויב מען האנדלט פון הייקעלע זאכן, און אויב מען גיט דאס איבער אין די נישט ריכטיגע הענט קען דער אנדערער נאך אמאל ח”ו קאליע מאכן -שלא ברצון).