דעת בעל בית

27 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דעת בעל הבית · דורך: ליינער · וואך: וירא , תשע"א · בעל-בית נומער: 22 · דאטום: 2010-10-18
http://www.balboos.com/content/2010/10/דעת-בעל-בית/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דעת בעל בית

ענפערט וועגן ארויפלייגן Markup אויף א פראדוקט

אט איז זייער א נוצליכע לינק וואס באפאסט זיך מיט די נושא פון מארקאפ, וואס איינער האט געפרעגט (בעל-בית לך תשע”א)
http://www.ericsink.com/bos/Product_Pricing.html
מ.מ.

קאמפיוטער פראבלעמען

לכבוד בעל-בית
איך האב שטארק הנאה און איך טו שטארק בענעפיטירן פון אייערע אינפארמאטיווע ארטיקלען.
מיין פראבלעם איז אז מיין קאמפיוטער איז לעצטענס זייער שטאט, איך ווייס נישט אויב ס’איז א ווייירוס, איך האב אינסטולירט די מייקראסאפט אנטי וויירוס אבער עס קוקט נישט אויס ווי עס העלפט צופיל.
ווען איך מאך צו דו קאמפיוטער באקום איך פילע עראר מעסעדזשעס ווי “עקסעס דענייד” און “נאט רעספאנדינג” באקסעס. ביז איך פארליר געדולד און מאך עס צו מיט די קנעפל.
האט אפשר איינער א עצה?
מ. קאהן

פי די עף שאלה

ערשטנס א דאנק אייך פאר די שיינע ארבעט.
איך האב א פראגע בנוגע PDF פיילס וויאזוי מ’קען מאכן אז די פייל מיט די ווערטער זאלן ארויס קומען ממש ווי א קאפיע און נישט טוישן די אותיות ביים שיקן א פעקס.
יעצט בעט איך א עצה פון די וואס פארשטייען גוט צו די PDF פראגראמס. איך האב פראבלעמען ווען איך מאך א בריוו מיט אידישע אותיות און נאכדעם מאך איך א PDF וואס דארף לכאורה זיין א פערפעקטע פארענדיגטע פייל.
נאכדעם שיק איך דאס אלס א אי מייל עטטעטשמענט אדער א דירעקט פאקס פון דעם קומפיוטער ארויס און דער וואס דארף דאס באקומען האט נישט קיין אידישע אותיות אין זיין סיסטעם.
זאגט מיר דער וואס האט דאס באקומען אז מ’קען נישט ליינען דעם בריוו ווייל די אותיות זענען געווארן פול מיט קליינע קעסטעלעך און נישט אותיות.
ביטע העלפט מיר אין דעם ענין. גיבט מיר א עצה.
אליעזר

ענטפערס פון ליינער אויף די בעל בית זייטעל:
לכאורה אויב דו מאכסט די פי די עף אלץ פיקטשער, וועט עס אלץ ארבעטן, ווייל עס וועט נישט דארפן ניצען די פאנטס אויף יענעמס קאמפיוטער.
יואל

וועלכע פראגראם נוצטו צו קריעטן דיין PDF פייל?
איין גוטע וואס איך נוץ שוין יארן פאר אומזיסט איז CUTE PDF WRITER מאך א סוירטש אין גוגל, און נוץ דאס.
לאמיר וויסן אויב עס ארבעט גוט.
שמעלקא

וועלכע איז א גוטע אנטי וויירוס? זענען די באצאלטע בעסער?
ווי לוינט צו קויפן, און נאך.

….. נאר איין הערה, איך פלעג נוצן מיקעפי אנטי וויירוס (דעלל האט עס מיטגעגבן מיט מיין קאמפיוטער) און איך האב געהאט פיל פראבלעמען.
אפשר קענט איר טאקע שרייבן א ארטיקל איבער אנטי וויירוס פראדוקטען
שכוח
מאטי
ענטפערס פון ליינער אויף די בעל בית זייטעל:
נארטאן איז זייער גוט.
(-)
איך בין זייער צופרידן פין avg, כ’האב די פולע ווערסיע.
(-)
איבער די אנטי-וויירוס, איז אזוי, איך העט געקענט שרייבן דערוועגן א גאנצע ארטיקל, אבער דערווייל לאמיר עס מאכן בקיצור. MCAFEE איז שוין פיל בעסער ווי אמאל, אבער נארטאן (אדער “סיימענטיק”) פארנעמט נאך אלץ דעם אויבן-אן. זיי זענען אויך נישט געווען צו גוט יארן צוריק, אבער אין די לעצטערע יארן האבן זיי זיך שטארק פארבעסערט אין אלע הינזיכטן, סיי אין טרעפן מערערע סארטן אטאקעס, און טון אלעס שנעל און געשיקט אָן אויפעסן צויפל “סיסטעם ריסאורסעס” ד.ה. דער קאמפיוטער וועט כמעט נישט ארבעטן שטאטער בשעת ער טוט זיין ארבעט שטילערהייט מאחורי הפרגוד.
סיי וועלכע קאמפאני מען קויפט, איז כדאי צו נעמען די פולע “סעקיוריטי סוויט”, דהיינו נישט בלויז אנטי-וויירוס, נאר אזוינס וואס באשיצט פון מערערע סארטן אטאקעס, ווי ספייווער, מאלוועיר, טראוזשען האורסעס, און געווענליך פארמאגט מערערע פיעטשערס ווי למשל “סעיף אנליין בראוזינג” זיכער צו מאכן אז קיינער גנב’עט נישט אייערע פעסווארד, אדרבה, מערערע פון זיי טוען “סעיוון” אלע אייערע אינפארמאציע און טוען דאס אליין אריינפילן אין די פאסיגע פיעלד’ס, און נאך.
נארטאן סעקיורעטי סוויט, ווי אויבנ-דערמאנט, איז גערעיטעט אלס דער קעניג, און פאר נאך עטליכע דאלער, לוינט זיך צו קויפן נארטאן 360, וואס האט כמעט אלעס פון די סוויט, בנוסף עטליכע טאלס צו האלטן אייער קאמפיוטער אין קאנטראל, ווי אויסמעקן גארביטש, דיפרעגמענטן, קלינען די רעזשיסטרי, געבן קאנטראל אויף די סטארט-אפ פראגראמען, און פיל מער.
סיי וואס איר קויפט, קויפט נישט סתם אין געשעפט. זוכן אנליין פאר ביליגערע פרייזן, צב”ש אויף עמעזאן. למשל נארטאן בעט געווענליך 70 דאלער פאר זייער פראדוקט, 80 דאלער פאר די 360. אויף AMAZON קען מען זיי ביידע האבן פאר $38 (פרייזן טוישן זיך אפט).
שמעלקא
וואס איז נארטאן בעסער פון AVG אז עס זאל זיך מיר לוינען צו צאלן געלט אנשטאט בחנם?
איך האב עס שוין א שטיק צייט, און אלעס קוקט אויס פיין.
וואלצער
אלזא, וועגן די סעקיוריטי קאמפאניס, קיינער איז נישט פערפעקט. עס איז באמת נישט דא דאס פלאץ אויסצורעכענען, ווייל דאס וועט פארנעמען א געוואלד. און ס’איז נישט וויכטיג פאר אונז. אבער אז דו וועסט מאכן א סוירטש סיי וואו, און זוכן למשל פאר די “TOP 10″ פראדוקטן, אדער “קאפעריסאנ’ס” צווישן זיי, וועסטו זעהן ווי אלע קאמפאניס טוען שטארק רעקאמענדירן די נארטאן פראדוקטן.
ביסט גערעכט, AVG איז נישט שלעכט און בעסער ווי גארנישט, אבער דוכט זיך אז לעגאל לאזן זיי נישט נוצן די אומזיסטע ווערסיע פאר ביזנעס, בלויז פאר פריוואטע באנוץ. עס זענען פאראן מערערע אומזיסטע פאר ווער עס וויל. מייקראסאפט אליינס האט אויך איינס. אבער נאכאמאל, זיי האבן א אלע נידריגע ראטע פון טרעפן ווייניגער אטאקעס און ארבעטן שטאטער און אנדערע חסרונות גרעסערע און קלענערע, וואס די באצאלטע ווערסיעס האבן נישט.
איין זייער וויכטיגע פונקט דארף מען אלעמאל געדענקן, אז ווען מען קויפט שוין יא א אנטי וויירוס וכדומ’ אנליין, זאל עס נאר זיין פון א פארלעסליכע באקאנטע געשעפט, און נישט פון סיי וועלכע וועב זייטל וואס טראגט זיך אן צו פארקויפן די דאזיגע סחורה.
ד.מ. אז אפילו למשל די געשעפט פארקויפט טאקע א אנטי וויירוס סאפטוועיר פון א גרויסע באקאנטע קאמפאני, אבער דער פארקויפער אדער וועב זייטל איז דיר נישט באקאנט, דאן איז בעסער צו אוועקשטיין דערפון וואס ווייטער.
ווייל מ’קען קיינמאל נישט וויסן וואספארא נאך סחורה ס’איז געווארן אריינגעשמירט אין די סאפטוועיר
ובפרט ווען ס’איז א דאונלאוד און נישט קיין פיזישע סי די, וואס דאן איז עס פיהל גרינגער אריינצולאדענען אומוויסענדיג אומגעווינטשענע זאכן
שמעלקא

October 18, 2010 at 11:35 AM#2
דעת בעל בית

“As per consumer reports Avira AntiVir Personal “FREE” is as good as anything out there

October 18, 2010 at 11:51 AM#3
דעת בעל בית

אמת. אלס וויירוס טשעקער אליינס, איז טאקע אזוי. איי ועסטו דאך פרעגן ווי אזוי זענען נאך אלץ די טייערערע קאמפאניס אין ביזנעס? פארוואס גייען נישט אלע מענטשן צו זיי? איז דער תירוץ ווייל דו באקומסט אסאך מער פאר דיין געלט. אויב איז איינער צופרידן מיט די מינימום, איז AVG טאקע זייער גוט.

October 18, 2010 at 12:22 PM#4
דעת בעל בית

מר. קאהן,

וועגן דיינע קאמפיוטער פראבלעמען, איז א שווערע זאך צו ענטפערן, עס קען זיין הונדערטער סיבות פארוואס דאס פאסירט. א וויירוס איז בלויז איינע פון די מעגליכע פראבלעמען. עס וואלט געווען כדאי דו זאלסט פרובירן נאך עטליכע אומזיסטע פראגראמען, סיי פאר אנטי-וויירוס (למשל AVG), אבער ביי אנטי-וויירוס טארן נישט זיין 2 פראגראמען אויף דעם זעלבן קאמפיוטער, איז קודם אָנ-אינסטאל מייקראסאפטס. אבער עס איז ראטזאם אויך צו פרובירן אנדערע אנטי-ספייווער פראגראמען, ווי צב”ש גיב א קליק דא:

http://www.pcworld.com/downloads/1727/topic.html?&page=1&order=4

וועסטו טרעפן פארשידענע גוטע פראגראמען פאר מאלוועיר, ספיי-ועיר, ראט-קיטס, און אנדערע שמות הנרדפים. א גרויס חלק פון די פראגראמען זענען גענצליך אומזיסט.

אבער עוד יש דברים בגו, א חוץ אן אינפעקטירטע קאמפיוטער, איז אויך מעגליך אז פיילס זענען קארופטירט, צובראכענע רעדזשיסטרי, און נאך אסאך מעגליכקייטן. וואס באמת וואלט זיך געלוינט צו צאלן פאר א פראפסיענאל דאס אדורכצוקוקן. עס קען אויך זיין אז דיין קאמפיוטער איז שוין צו שטאט אדער אלט פאר געוויסע פראגראמען, עס קען זיין אז דיין הארד-דרייוו האט שוין כמעט נישט קיין פלאץ פאר די דאטא זיך צו רירן שנעל (ד.ה. עס איז שוין כמעט אנגעפילט)..

אויב דו ביסט מסכים צו טרייען און באצאלן, וואלט איך רעקאמענדירט איין מורא’דיגער פראגראם, וואס רופט זיך: System Mechanic. עס קאסט 50 דאלער (40 אויף AMAZON) און כמעט ווער עס האט דאס נאר פרובירט, קען נישט גענוג רעדן וואס פארא מהפכה (לטובה) עס האט געמאכט אויפן קאמפיוטער, ערסקענט אדורך דעם קאמפיוטער פאר 100′טע מעגליכע פראבלעמען, און ער פאררעכט דאס אלעס!! ער מאכט דעם קאמפיוטער שנעלער, שנעלערע סטארט-אפ, טוט אויפקלינען דזשאנק, בקיצור, מענטשן זאגן אז זיי האבן ממש באקומען א נייע קאמפיוטער נאכן אינסטולירן דעם פראגראם. PC WORLD טוט דאס רעיטן אלס אן “עדיטאר טשויס” פון צווישן אלע אנדערע אזוי-גערופענע ריפעיר פראגראמען, און אפילו די ריוויואס אויף עמעזאן פון די באנוצער זענען זייער גוטע און צופרידענע. איך האף אז דאס וועט דיר העלפן.

עס איז אויך כדאי אויב דו קענסט שרייבן די “ספעקס” פון דיין קאפמויטער (פראסעסאר וועלכע און ספיד, וויפיל מעמארי, הארד-דרייוו ספעיס, גרעפיקס קארד, וכדו’ וכדו’…)

October 18, 2010 at 2:41 PM#5
דעת בעל בית

שמעלקא ער רעד פון אווירא (עבירה) נישט פון AVG

October 18, 2010 at 2:42 PM#6
דעת בעל בית

אדער פאר ביליגער קענסטו פרובירן WinCleaner One-Click – וואס איז $28 ביי AMAZON.
אדער קענסטו פרובירן צום ערשט אן אומזיסטע קלינער CCLEANER, מאך א סוירטש ביי גוגל אדער בינג (אדער יאהו..) און דו וועסט טרעפן וואו דו קענסט דאס דאונלאודן. דאס טוט פאררעכטן און אויסקלינען די רעדזשיסטרי (וואס איז דער רוקן-ביין פון ווינדאוס, פאר ווער עס ווייסט נישט), און אויכעט טוט ער געוויסע אנדערע אימפראוומענטס.

October 18, 2010 at 2:45 PM#7
דעת בעל בית

שכוח יואל פאר די אינפא.
אבער קאנסומער רעפארטס זענען נישט קיין גרויסע מומחים ווען עס קומט צו אנטי וויירוס, זיי פארשטייען בעסער צו וואש מאשינען, ביי אנטי וויירוס דארף מען הערן וואס פי סי מעגעזין זאגט.

October 18, 2010 at 4:35 PM#8
דעת בעל בית

איבער נורטון וויל איך מוסיף זיין אז איך פעלג דאס נוצן יארן, אבער עס מאכט גאר שוער און שטייט די מאשין, און עס האט מיר אמאל קאראפטעט א הארד דיסק, דאן האט מיר א טעקנישאן גע’עצה’ט דאס ארויסצוקאפען און אריינשטעלן AVG אנשטאט…

זינט דאן האב איך באנוצט AVG ביז כ’האב אמאל געעפענט א פאלשע פראגראם פייל וואס האט מיר אאנגעווירטשאפט א ראטקיט ווירוס אויפ’ן קאמפיוטער, וואס כ’האב נישט געקענט פטור ווערן, כ’האב אינסטאלירט אן אויסוואהל פון פארשידענע ווירוס און מאלערווער ספייווער קלינערס אלע האבן געטראפן עפעס און געקלינט און געזאגט אז איצט איז שוין גוט, אבער ס’איז נישט געווען פארטיג…

ביי א געוויסע פוינט האט זיך דער קאמפיוטער שוין נישט אנגעצינדן אויך נישט.

כ’האב באצאלט פאר 2 פראפעסיענאלן אויך צו קלינען און נאכ’ן ארבייטן א שעה צויי האבן זיין דערקלערט איינער אז כ’בין שוין זויבער, אאון דער אנדערער אז איך דארף ריפארמאטן……

כ’האב צווישן אנדערע אויך אינסטאלירט מייקראסאפטס סעקיורטי עסענשאלס, און אנגעהויבן שלום מאכן מיט געדאנקן אז מען וועט מוז בעווה”ר ריפארמאטן אדער קויפן א נייעם מאשין,

א שיינעם טאג נאך איינע פון די מייקראספאט עסענשאל אפדעיטס האט ער דערווישט דעם שייגאץ, און איהם אויסגעזויבערט, און ב”ה זינט דאן האב איך מנוחה דערפון, דער האט מיר שוין געכאפט אסאך מאל ספייווער און ווירוסעס באלד ביים אריינדרינגן (פון דאונלאודס אדער קאסטומערס יו עס בי שליסלעך דרייווס וועלכע זענען רוב אנגעפיקעוועט מיט ווירוס פון ארומפירן צו אנדערע קאמפיוטערס)

אונטערשטע שורה, אין מיין עקספיריענס איז מייקראסאפט סעקיוריטי עסענשאלס דאס בעסטע, ס’האט בלויז איין חסרון, עס באקוקט צו דו האסט אריגינאלע כשר’ע ווינדאוס…. (וועלידעישאן)

October 18, 2010 at 5:14 PM#9
דעת בעל בית

צו די אלע וואס זאגן אז נארטאן מאכט שטאט די קאמפיוטער.
עס איז אמאל געווען אזוי, אבער היינט שוין נישט, זיי האבן עס ראדיקאל איבערגעמאכט, ספעציעל צו מאכן שנעלער און גרינגער אויפן סיסטעם.
איך מיין אז עס איז היינט די שנעלסטע און גרינגסטע פראדוקט אויף די מארקעט.
אדרבא דאונלאד א טרייעל.
סוף כל סוף קען מען נישט פארגלייכן א ריזיגע פירמע צו קליינטשיגע פירמעלעך מיט עטליכע ארבעטער.

October 18, 2010 at 7:42 PM#10
דעת בעל בית

גערעכט! און PC מעגעזין איז אויך צווישן די וועלכע האבן אויסגעקליבן נארטאן.

אדרבה, גיב א קליק דא:

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2369749,00.asp

סקראול אראפ ביז כמעט אונטן.

October 18, 2010 at 7:47 PM#11
דעת בעל בית

ייש”כ יואל. איך הטאב טאקע נישט אינאכט גענומען אז ער רעדט פון “עבירה” (אנטי-עבירות!..)

אבער מיין נקודה (פוינט בלע”ז) טוישט זיך נישט און איז קיימא וקאי.

אגב, קאנסומער רעפארטס איז גאנץ גוט אויף אלעמען, אבער די פראפעסיאנאלן וועלכע טוען אלעס טעסטן אין לאבארטאריס זענען אויך בלויז מענטשעלעך בשר ודם, און האבן מיינונגס דיפערענצן. מען טרעפט דאס אן א שיעור מאל. וועלכע איז די בעסטע פרינטער? אדער קעמערע? “גאד לאק” ביים זוכן. יעדער עקספערט וועט דיר ענטפערן עפעס אנדערש, פון קאנסומער רעפארטס, ביז PC מעג אדער PC ווארלד אדער CNET א.א.וו….

October 19, 2010 at 2:23 AM#12
דעת בעל בית

איך וויס נישט וואס אבער איך ניצט שוין AVG שוין אפאר יאר און איך בין ב”ה זייער לוםרידעו דערפון!!!
איך האלט עס אין איין אפדעטען אין עס טוט ב”ה זיין ארבעט ווי עס דארף צי זיין

October 19, 2010 at 12:36 PM#13
דעת בעל בית

נאך א עצה אויב איינער קויפט סיי וועלכע “סיימענטעק” פראדוקט, בעיקר איז דאס שייך אויב מען קויפט “נישט” דורך א צווייטע קאמפאני, נאר דורך זיי דירעקט, ווי למשל מען טוט באנייען א פראדוקט פאר נאך א יאר וכדו’, קען מען נוצן אן “אמעריקען עקספרעס” קארד – אויב האט איר רי ריווארדס, איר קענט באקומען 10% דיסקאונט אויף אייער ביל.

October 19, 2010 at 6:12 PM#14
דעת בעל בית

גוטע נייעס!

פאר די וועלכע נוצן AVG, אדער זוכן אן אומזיסטן גוטן אנטי-וויירוס:

AVG האט אלץ געהאט צוויי ווערסיעס, איינס פאר אומזיסט, וועלכע איז געווען, ווי אויבנדערמאנט, היבש אונטערשטעליג פון די צווייטע ווערסיע, א באצאלטע סובסקריפשאן, פונקט ווי דער קאמפעטישאן.

אצינד מעלדן זיי אז די פרייע ווערסיע וועט ווערן פונקט אזוי גוט און קראפטיג ווי די באצאלטע!

לייענט דא די נייעס:

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2369869,00.asp

October 20, 2010 at 12:29 PM#15
דעת בעל בית

שכוח שמעלקא פאר די טיפ
אז מען רעד שוין פון קרעדיט קארדס מיט דיסקאונטס
וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן פונם עולם וואס איז די בעסטע קארטל צו באקומען די מערסטע קעש בעקס און דיסקאונטס בכלליות.

October 20, 2010 at 12:45 PM#16
דעת בעל בית

איך ניץ פילטרנט סזעט אויס דאס גייט נישט צוזאמן מיט נארטאן וואס ווייסטו צו זאגן וועגן דעם

October 21, 2010 at 1:34 PM#17
דעת בעל בית

מיין סיסטעם איז אויסגעשאט מיט רעסטאר טא לעסט סעשאן ,דאך ווערט צימאל אלעס נעלם ,איז פארהאן א פראגרעם אינשטעלונג מיך ערליובן האבן בילד יעדען אנדערפרי פינעם גאנצען סקרין אלע אפענע טעבס

October 21, 2010 at 1:48 PM#18
דעת בעל בית

איך האב אויך דעם פראבלעם צומאל מיט א פי.די.עף. אז די פאנט’ס טוישן זיך ווען מען לייגט עס אין א קאמפ. וואס האט נישט די פאנט, האט עס טאקע צוטון מיט וועלכע פראגראם דער פי.די.עף. איז געמאכט געווארן?
היינט נוץ איך אדאובי אבטראקט, איך האב נישט קיין שלעכטע עקספיריענס דערמיט. אבער איך בין נאכאלץ נישט רואיג, און אלץ ווען איך שיק א פי.די.עף. פאר אן עד מאך איך דערפון א פיקטשער, אבער דאס האט פיל חסרונות, אויב איך וואלט געוואוסט וואס צו טון אז די אותיות זאלן זיך האלטן די זעלבע אפי’ דער קאמפיוטער האט נישט די פאנט’ס וואלט עס געווען א שטארקע הילף.

October 21, 2010 at 1:50 PM#19
דעת בעל בית

אגב, פאר אנטי-וויירוס האט מיר איינער אינסטאלירט avast איך האב עס נאכנישט א לאנגע צייט, איך האף אז עס ארבעט גוט, דערווייל האב איך נאך נישט קיין פראבלעמען ב”ה.
איך האב שוין עטליכע מאל געהאט וואס איינער איז געקומען צו מיר מיט א USB קארד, און Avast האט געטראפן דערויף א וויירוס, (איך האב אויך אינאכט גענומען די “ריסייקלער” פאלדער וואס רוב וויירוס’עס מאכן), און יענער האט מיר פארזיכערט אז ער האט עס געטשעקט ביי איינעם מיט א גוטע אנטי-וויירוס פראגראם, און עס איז געווען ריין.

October 21, 2010 at 3:13 PM#20
דעת בעל בית

וואס הייסט עס ארבעט נישט צוזאמען? ער קען נישט טשעקן אדער אפדעיטן? וועלכע בראוזער נוצטו פארן אינטערנעט? עס קען זיין אז דו ביסט פשוט געבלאקט פון נארטאנ’ס וועב-סייט?

בכלל, איינע פון די מעלות פון נארטאן (איבער די אנדערע פרייע קאמפאניס) איז אז ווען מען מאכט א “סוירטש” אויף סיי וועלכן סוירטש ענדזשין (למשל גוגל), און עס קומט ארויס מיליאנען רעזאלטס, איז דא אין די זייט פון יעדע לינק אדער א “גרינע” סירקל מיט א טשעק, וואס מיינט אז נארטאן האט “וועריפייד” אז די “סייט” איז פארזיכערט, און אסאך מאל זעהט מען “רויטע” סירקל מיט א X וואס מיינט “שטיי ווייט דערפון”! די סייט איז אינפעקטירט!

איז אבער די פלא אז עס ארבעט נישט מיט “GOOGLE CHROME” בראוזער, זעהט אויס אז נארטאן האט זיך זיינע פלעצער וואו און ווען ער ארבעט יא אדער נישט.

October 24, 2010 at 3:11 PM#21
דעת בעל בית

איך האב א שטיק צייט געהאט avg און עס האט מיר שטייט געמאכט די קאמפיוטער

December 15, 2010 at 6:01 PM#22
דעת בעל בית

ESET איז זייער גיט

eset.com

December 15, 2010 at 11:13 PM#23
דעת בעל בית

ESET האט אמאל געהייסן טאפ, אבער נארטאן האט זיי שוין איבערגעיאגט פון לאנג.
און אויב צאלט מען שוין, איז נארטאן נישט טייערער , דאכט זיך.

December 16, 2010 at 4:34 PM#24
דעת בעל בית

ESET ניצט ווייניגער מעמארי פון די קאמפיוטער אויך מאכט נארטען שטייטער די קאמפיטער ווי ESET אויך די נייע ווערשונס , ביודעי ובמכירי קאמינא..

December 16, 2010 at 5:04 PM#25
דעת בעל בית

איך האב געניצט נארטאן פאר עטליכע חדשים און עס האט נישט שטייטער געמאכט.
אבער קען זיין אז נישט יעדע קאמפיוטער איז די זעלבע.
ווידעראום, ESET האט געהייסן גאר גוט עטליכע יאר צוריק, אבער זיי זענען שוין געפאלן אין די טעסטס די לעצטערע יארן, אפילו קעגן מייקראסאפטס אומזיסטיגע אנטי ווירוס, טייערער פון נארטאן איז עס אויך, סאו ס’נישט קיין מציאה.

December 16, 2010 at 9:29 PM#27
דעת בעל בית

שמעלקא,
יענץ איז גאר א שוואכע סייט, איך האב עס שוין אמאל באגעגענט,עס קומט מיר פאר ווי זיי לייגן אריין דעם וואס עס לוינט זיך זיי די מערסטע, דוק ותשכח.
וואס דארפסטו מער, באטראכט זייערע BUY NOW לינקס, עס איז רעפערל לינקס פון וואס זיי מאכן געלט ווען מען קליקט דערויף.