וזאת למודעי: מען האט אונז מעורר געווען אז די רבנים שטעלן פארשידענע תנאים ווען עס קומט צום באניץ פון א סעלפאן. מיר באריכטן עס אלץ נייעס, ווי אויך איז עס שטארק אינטערעסאנט אין די גרעסערע קאנטעקסט פון די טעכנאלאגיע מארק בכלליות. מיר טוען עס נישט רעקאמאנדירן, אויף למעשה זאל מען פרעגן א רב.
יוחנן
פארגאנגענע וואך האבן מיר בארירט אלע זייטיגע פרטים, יעצט וועלן מיר אנאליזירן די זאך אליין, נעמליך די אפרעטינג סיסטעם גופא, די נייע חידושים, מעלות און חסרונות.
מעטרא
די גרעסטע חידוש, וואס איז אויך די מערסטע אנגעזען, איז די “יוזער אינטערפעיס”, וואס הייסט “מעטרא”. עס איז זייער אנדערש פון אנדערע סעלפאונס, עס איז טאקע נישט ספעציעל שיין, אבער דאך עלעגאנט און מאדערן, עס איז זייער פשוט, אבער אפעקטיוו. עס איז ערווארטעט אז מייקראסאפט וועט נוצן עלעמענטן און אייגנשאפטן דערפון אויך אין אנדערע צוקונפטיגע פראדוקטן.
די געדאנק דערפון איז צו ניצן די סאמע מינימום, דער עיקר איז צו פרעזענטירן בלויז די אינפארמאציע, אן צולייגן אומנויטיגע עלעמענטן. עס פארלאזט זיך בעיקר אויף טייפאגראפיע און קאלירן אנשטאט בילדער און אייקאנס.
די הויפט סקרין באשטייט פון “לייוו טיילס” ווי זיי רופען עס, עס איז אזאנע פיר קאנטיגע קאלירטע קעסטעלך וואס פרעזענטירן אינפארמאציע פון פארשידענארטיגע פראגראמען, אן דארפען בפועל אריינגיין דערין, און עס ווערט כסדר אויטאמאטיש אפדעיטעד.
עס פארמאגט באזונדערע “טיילס” וואס ווייזן קאלס, טעקסט מעסעדזשעס און אימעיל, ווי אויך קאנטאקטס, וועטער וכדומה. אלעס קען מען זען אין א אויגן בליק. סטיוו באלמער טענה’ט אז עס אויסגעשטעלט אזוי אז מען זאל דארפן פארברענגן אויפן טעלעפאן ווי ווייניגער, און קענען ווייטער אנגיין מיטן לעבן. (איך גלייב אז נישט יעדער איז אזוי אנציקט פון די “אויפטו”).
אויך איז זייער אינטערעסאנט אויסגעשטעלט ווען עס קומט אריינצוגיין טיפער אין א זאך, אנשטאט צו קליקען און אנצוקומען צו א נייע סקרין, איז עס אויסגעשטעלט ווי לאנגע בלעטער, וואס מען דארף ציען צו זען וואס ווייטער, מען זעט טאקע אלץ ארויס אביסל פון די ווייטערדיגע, אזוי ווייסט מען אז מען קען אהינגיין (זעט בילד).
סך הכל, עס איז א נייע סארט דעזיין, עס פארמאגט מעלות, אבער מען דארף עס גלייכן.
פראגראמען
א אפרעטינג סיסטעם -ווי גוט עס זאל נאר נישט זיין- איז נאר איין זייט פון די מטבע, בעיקר דארף עס דינען אלץ פלאטפארמע פאר פראגראמען.
מייקראסאפט אפיס מאביל איז אויסגעצייכענט. אנדערש ווי ביי אנדרואיד, קען מען חוץ זען דאקומענטן, אויך שאפן נייע און עדיטן עקזיסטירענדע ווארד, עקסעל, פאוער פאונט און “אן נאוט” פיילס.
בינג מעפס, קומט מיט די אפרעטינג סיסטעם, עס איז נישט שלעכט, אבער עס פעלן וויכטיגע פיטשערס וואס גוגל מעפס פארמאגט אויף אנדערע אפרעטינג סיסטעמן, ווי למשל עס “זאגט” נישט קיין דרייווינג דירעקציעס.
מייקראסאפט פארשפרעכט אז עס וועלן זיין ארום טויזענט פראגראמען עוועליבעל צו דאונלאדען אדער קויפן פון אנפאנג, און אז עס ווען צוקימען הונדערטער נייע יעדע חודש. עס איז ווי א שפיי אין ים אקעגן די איבער 300,000 פראגראמען אוועליבעל פאר די אייפאון. און איבער 80,000 פאר אנדרואיד, אבער דאס איז דאך נארמאל פאר א נייע פלאטפארמע.
א גוטע פיטשער איז די מעגליכקייט אדורכצוקוקען די פראגראם מארקעט אויפן קאמפיוטער, און אנצייכענען וועלכע פראגראם זאל זיך אויטאמאטיש דאונלאדען אויפן טעלעפאן.
חסרונות
ווי ערווארטעט, ביי די ערשטע ווערסיע פון א אפרעטינג סיסטעם, זענען דא היבש פעלערן און האלב אויסגעבאקענע חלקים, א טייל ווייל מען איז נישט אנגעקומען דערצו אדער פארזען געווארן, און א חלק אלץ פאליסי. אט זענען עטליכע,
“קאט ענד פעיסט” עקזיסטירט נאך נישט, אזא פשוטע זאך ווי קאפיען עטליכע ווערטער און אריינקלעבן אין א צווייטע פלאץ, איז א לוקסוס וואס איר זאלט נישט ערווארטן צו טרעפן אין ווינדאוס פאון. מייקראסאפט פארשפרעכט עס צו פאררעכטן מיט א אפגרעיד אין אנפאנג פון יאר 11′.
מען קען נישט אריבערפירן אלע סארטן פיילס פון קאמפיוטער און צוריק, מוזיק און בילדער יא, מיט א ספעציעלע פראגראם, אנדערע פיילס, ווי למשל ווארד פיילס איז די איינציגסטע וועג דערווייל צו טון דורך די אינטערנעט אדער אימעיל.
פרעמדע פראגראמען (נישט פראדוצירט דורך מייקראסאפט) קענען נישט לויפן אין די אונטערגרונט, ווען מען גייט אוועק דערפון ווערט עס פארמאכט און מען מוז עס אויפמאכן פון דאסניי ווען מען קערט זיך צוריק דערצו. אזוי אויך, אויב עס איז למשל א פראגראם וואס שפילט מוזיק, וועט עס אויפהערן צו שפילן ווי נאר מען עפנט א צווייטע פראגראם. מייקראסאפט זאגט אז עס וועט פארראכטן ווערן, אבער זיי געבן נישט קיין דאטום.
פראגראמען קענען ווערן אינסטולירט נאר דירעקט פון די “מארקעט פלעיס”‘ ווי עס קאסט געלט ארויפצולייגן א פראגראם. און נישט דירעקט דאונלאדן פון סתם א וועב זייטעל.
למעשה טראץ אלע חסרונות זענען עקספערטן גאנץ אימפרעסד מיט “ווינדאוס פאון”, און האלטן אז עס האט א מעגליכקייט צו ווערן א אנגעזענע שפילער אין די סמארט פאון מארקעט. עס ווענד זיך אסאך יעצט און מייקראסאפט’ס ווייטערדיגע שריט, ווי שנעל זיי וועלן פארעכטן פעלערן, שטארקע מארקעטינג און א נאכנאנדע פלייץ פון אינטערעסאנטע פראגראמען.
לכשעצמי, (פאר וועם עס איז נישט אינטערעסאנט קען דא אויפהערן צו ליינען) האלט איך אז “ווינדאוס פאון” איז לעת עתה צו פארשלאסן און באגרעניצט, די דעזיין אפעלירט נישט צו מיר, און עס האט נישט קיין אויסערגעווענליכע מעלות וואס זאלן באוועגן מענטשן צו טוישן פון אנדרואיד אדער אייפאון.