איז עס צייט צו שניידן?

4 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: חיי שרה , תשע"א · בעל-בית נומער: 23 · דאטום: 2010-10-25
http://www.balboos.com/content/2010/10/איז-עס-צייט-צו-שניידן/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
איז עס צייט צו שניידן?

קיינער קען נישט פאראויסזאגן וואס דער עתיד וועט ברענגען, אבער די יעצטיגער מצב הפרנסה איז נישט ווי עס פלעגט אמאל זיין. דאס ברענגט צו אז מענטשן זאלן אנהייבן טראכטן, “ווי אזוי קען איך שניידן מיינע קאסטן?” און פילע זענען מחליט אז איין גוטע וועג צו פארמינערן הוצאות איז צו אפזאגן געטרייע איינגעשטעלטע, און מיר רעדן נישט פון פוילע ארבעטער וואס זיצן מיט די פיס ארויף פון ניין ביז פינעף און ברענגען נישט קיין רווחים. אבער, אויב טראכט איר דאס צו טוהן, האט אינזין די פאלגענדע פונקטן.
ווען א בעל הבית זאגט אפ א גוטע ארבעטער, האט דאס די פאלגענדע עפעקטן:
1. איר שאדט געפערליך די מאראל פון די אנדערע ארבעטער- וואס זאלן זיי טראכטן ווען אלע זייערע מיטארבעטער ווערן צוביסלעך נעלם? אפשר בין איך דער נעקסטער אין די רייע?
2. פארמינערונג אין געלעגנהייטן- ווי ווייניגער ארבעטער, אלס ווייניגער ארבעט קען געטוהן ווערן אייך צו העלפן אויפבויען אייער פירמע.
עס זענען דא אזויפיל אנדערע וועגן צו אנשפארען הוצאות און אריינברענגען מער פארדינסטן. אמאל קען מען מיט חכמה צוריק אויפשטעלן א ביזנעס אן אפזאגן ארבעטערס וואס דאס צושאקעלט נאך מער די ביזנעס. פאלגט נאך אלע עצות איידער איר טוט דעם שריט.

October 25, 2010 at 3:56 PM#2
איז עס צייט צו שניידן?

איך קען שוין קוים ווארטן אויף די נעקסטע ארטיקל… דאס איז א מעזשאר נושא היינט, אויף די פלאץ ווי איך ארבעט האט מען שוין אפגעזאגט איינעם, און עס פילט זיך טאקע א אומרואיגקייט אין די לופט, אבער יעדער ארבעט פלייסיגער יעצט.

October 26, 2010 at 11:57 AM#3
איז עס צייט צו שניידן?

יואל קליין איך קען נישט מער ווי זאגן יישר כח! איך באלעק זיך די פינגער יעדע וואך

October 26, 2010 at 12:40 PM#4
איז עס צייט צו שניידן?

א גוטן ר’ יואל.

איך מוז אייך זאגן אז וואך נאך וואך געבט מיר אייער ארטיקל אריין א שטיק חיות אין מיין ביזנעס, עס העלפט שטארק אויסקלארן א וויזיע. רעדנדיג מיט מיינע חברים ביזנעס קאלעגעס באוואונדערן אלע אייער ארטיקלעך דא, און אויף קול מבשר.

אויב ס’שייך ביטע שרייבט אביסל איבערן נושא פון מאטיוואציע אין ביזנעס, וויאזוי צו האבן קאנטראל איבער אלעס וואס שפילט זיך אפ אינערהאלב די ביזנעס און נישט ווערן נאכגעשלעפט פון מצבים, נאר שטיין “העכער” מצבים. וכו’, (מעגליך אז דאס אלעס האט קלארערע טערמינען ווי איך שרייב עס דא, אדרבה, וועגן דעם זענט איר דא).

נאכאמאל:

Thanks a million!