דעת בעל בית

10 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דעת בעל הבית · דורך: ליינער · וואך: חיי שרה , תשע"א · בעל-בית נומער: 23 · דאטום: 2010-10-25
http://www.balboos.com/content/2010/10/דעת-בעל-בית-2/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דעת בעל בית

בעל-בית ספעציעל ארויסצופרינטען
ביטע שטעלט צו א וועג ארויסצופרינטען די בעל-בית, עס איז איין לאנגע פעידזש, איך ווייס נישט ווי אזוי עס ארויסצפרינטען.
ייש”כ
(-)
ענטפער פון רעדאקציע: מיר האלטן אין איין באקומען ווענדונגען דערוועגן. מיר פלעגן עס צושטעלן בעבר, עס קאסט אבער אסאך צייט  און כח צוצישטעלן א באזונדערע פארמאט איינגעטיילט אין בלעטער.
מיר פלאנען נאכאמאל אנצוהייבן בקרוב פאר באצאלטע מעמבערס, פאלגט נאך פאר ווייטערדיגע פרטים.

קאמפיוטער פראבלעמען
ענטפער פון ליינער אויף די בעל בית זייטעל פאר מ. קאהן וואס האט זיך אפגערעדט אויף קאמפיוטער פראבלעמען (בעל-בית וירא תשע”א):
וועגן קאמפיוטער פראבלעמען, איז א שווערע זאך צו ענטפערן, עס קען זיין הונדערטער סיבות פארוואס דאס פאסירט. א וויירוס איז בלויז איינע פון די מעגליכע פראבלעמען. עס וואלט געווען כדאי דו זאלסט פרובירן נאך עטליכע אומזיסטע פראגראמען, סיי פאר אנטי-וויירוס (למשל AVG), אבער ביי אנטי-וויירוס טארן נישט זיין 2 פראגראמען אויף דעם זעלבן קאמפיוטער, איז קודם אָנ-אינסטאל מייקראסאפטס. אבער עס איז ראטזאם אויך צו פרובירן אנדערע אנטי-ספייווער פראגראמען, ווי צב”ש גיב א קליק דא:

http://www.pcworld.com/downloads/1727/topic.html?&page=1&order=4

וועסטו טרעפן פארשידענע גוטע פראגראמען פאר מאלוועיר, ספיי-ועיר, ראט-קיטס, און אנדערע שמות הנרדפים. א גרויס חלק פון די פראגראמען זענען גענצליך אומזיסט.
אבער עוד יש דברים בגו, א חוץ אן אינפעקטירטע קאמפיוטער, איז אויך מעגליך אז פיילס זענען קארופטירט, צובראכענע רעדזשיסטרי, און נאך אסאך מעגליכקייטן. וואס באמת וואלט זיך געלוינט צו צאלן פאר א פראפסיענאל דאס אדורכצוקוקן. עס קען אויך זיין אז דיין קאמפיוטער איז שוין צו שטאט אדער אלט פאר געוויסע פראגראמען, עס קען זיין אז דיין הארד-דרייוו האט שוין כמעט נישט קיין פלאץ פאר די דאטא זיך צו רירן שנעל (ד.ה. עס איז שוין כמעט אנגעפילט)..
אויב דו ביסט מסכים צו טרייען און באצאלן, וואלט איך רעקאמענדירט איין מורא’דיגער פראגראם, וואס רופט זיך: System Mechanic. עס קאסט 50 דאלער (40 אויף AMAZON) און כמעט ווער עס האט דאס נאר פרובירט, קען נישט גענוג רעדן וואס פארא מהפכה (לטובה) עס האט געמאכט אויפן קאמפיוטער, ערסקענט אדורך דעם קאמפיוטער פאר 100′טע מעגליכע פראבלעמען, און ער פאררעכט דאס אלעס!! ער מאכט דעם קאמפיוטער שנעלער, שנעלערע סטארט-אפ, טוט אויפקלינען דזשאנק, בקיצור, מענטשן זאגן אז זיי האבן ממש באקומען א נייע קאמפיוטער נאכן אינסטולירן דעם פראגראם. PC WORLD טוט דאס רעיטן אלס אן “עדיטאר טשויס” פון צווישן אלע אנדערע אזוי-גערופענע ריפעיר פראגראמען, און אפילו די ריוויואס אויף עמעזאן פון די באנוצער זענען זייער גוטע און צופרידענע. איך האף אז דאס וועט דיר העלפן.
עס איז אויך כדאי אויב דו קענסט שרייבן די “ספעקס” פון דיין קאפמויטער (פראסעסאר וועלכע און ספיד, וויפיל מעמארי, הארד-דרייוו ספעיס, גרעפיקס קארד, וכדו’ וכדו’…)
אדער פאר ביליגער קענסטו פרובירן WinCleaner One-Click – וואס איז $28 ביי AMAZON.
אדער קענסטו פרובירן צום ערשט אן אומזיסטע קלינער CCLEANER, מאך א סוירטש ביי גוגל אדער בינג (אדער יאהו..) און דו וועסט טרעפן וואו דו קענסט דאס דאונלאודן. דאס טוט פאררעכטן און אויסקלינען די רעדזשיסטרי (וואס איז דער רוקן-ביין פון ווינדאוס, פאר ווער עס ווייסט נישט), און אויכעט טוט ער געוויסע אנדערע אימפראוומענטס.
שמעלקא

נאך איבער פי די עף
איך האב אויך דעם פראבלעם צומאל מיט א פי.די.עף. אז די פאנט’ס טוישן זיך ווען מען לייגט עס אין א קאמפ. וואס האט נישט די פאנט, האט עס טאקע צוטון מיט וועלכע פראגראם דער פי.די.עף. איז געמאכט געווארן?
היינט נוץ איך אדאובי אבטראקט, איך האב נישט קיין שלעכטע עקספיריענס דערמיט. אבער איך בין נאכאלץ נישט רואיג, און אלץ ווען איך שיק א פי.די.עף. פאר אן עד מאך איך דערפון א פיקטשער, אבער דאס האט פיל חסרונות, אויב איך וואלט געוואוסט וואס צו טון אז די אותיות זאלן זיך האלטן די זעלבע אפי’ דער קאמפיוטער האט נישט די פאנט’ס וואלט עס געווען א שטארקע הילף.
לייב

פראגראם ארויפצולייגן watermarks
ווייסט איינער פון א פרייע פראגראם ארויפצולייגן וואטער מארקס אויף בילדער און ווידעאוס?
א דאנק
משה גרינבערגער

וועלכע קרעדיט קארדס באקומט מען די מערסטע קעש בעק
עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן פונם עולם וואס איז די בעסטע קארטל צו באקומען די מערסטע קעש בעקס און דיסקאונטס בכלליות.
אלעזר

נאך איבער אנטי וויירוס,
וועלכע מאכט נישט שטייט די קאמפיוטער?
ווי אזוי צו באקומען א דיסקאונט.
לויט “קאנסומער ריפארטס” איז Avira personal free די בעסטע אנטי וויירוס.
יואל

קאנסומער רעפארטס זענען נישט קיין גרויסע מומחים ווען עס קומט צו אנטי וויירוס, זיי פארשטייען בעסער צו וואש מאשינען, ביי אנטי וויירוס דארף מען הערן וואס פי סי מעגעזין זאגט.
יואל וומ”ס

קאנסומער רעפארטס איז גאנץ גוט אויף אלעמען, אבער די פראפעסיאנאלן וועלכע טוען אלעס טעסטן אין לאבארטאריס זענען אויך בלויז מענטשעלעך בשר ודם, און האבן מיינונגס דיפערענצן. מען טרעפט דאס אן א שיעור מאל. וועלכע איז די בעסטע פרינטער? אדער קעמערע? “גאד לאק” ביים זוכן. יעדער עקספערט וועט דיר ענטפערן עפעס אנדערש, פון קאנסומער רעפארטס, ביז PC מעג אדער PC ווארלד אדער CNET א.א.וו….
בכלל, איינע פון די מעלות פון נארטאן (איבער די אנדערע פרייע קאמפאניס) איז אז ווען מען מאכט א “סוירטש” אויף סיי וועלכן סוירטש ענדזשין (למשל גוגל), און עס קומט ארויס מיליאנען רעזאלטס, איז דא אין די זייט פון יעדע לינק אדער א “גרינע” סירקל מיט א טשעק, וואס מיינט אז נארטאן האט “וועריפייד” אז די “סייט” איז פארזיכערט, און אסאך מאל זעהט מען “רויטע” סירקל מיט א X וואס מיינט “שטיי ווייט דערפון”! די סייט איז אינפעקטירט!
איז אבער די פלא אז עס ארבעט נישט מיט “GOOGLE CHROME” בראוזער.
א עצה אויב איינער קויפט סיי וועלכע “סיימענטעק” פראדוקט, בעיקר איז דאס שייך אויב מען קויפט “נישט” דורך א צווייטע קאמפאני, נאר דורך זיי דירעקט, ווי למשל מען טוט באנייען א פראדוקט פאר נאך א יאר וכדו’, קען מען נוצן אן “אמעריקען עקספרעס” קארד – אויב האט איר רי ריווארדס, איר קענט באקומען 10% דיסקאונט אויף אייער ביל.
שמעלקא

איבער נורטון וויל איך מוסיף זיין אז איך פעלג דאס נוצן יארן, אבער עס מאכט גאר שוער און שטייט די מאשין, און עס האט מיר אמאל קאראפטעט א הארד דיסק, דאן האט מיר א טעקנישאן גע’עצה’ט דאס ארויסצוקאפען און אריינשטעלן AVG אנשטאט…
זינט דאן האב איך באנוצט AVG ביז כ’האב אמאל געעפענט א פאלשע פראגראם פייל וואס האט מיר אאנגעווירטשאפט א ראטקיט ווירוס אויפ’ן קאמפיוטער, וואס כ’האב נישט געקענט פטור ווערן ……
…… כ’האב צווישן אנדערע אויך אינסטאלירט מייקראסאפטס סעקיורטי עסענשאלס….. א שיינעם טאג נאך איינע פון די מייקראספאט עסענשאל אפדעיטס האט ער דערווישט דעם שייגאץ, און איהם אויסגעזויבערט, און ב”ה זינט דאן האב איך מנוחה דערפון, דער האט מיר שוין געכאפט אסאך מאל ספייווער און ווירוסעס באלד ביים אריינדרינגן (פון דאונלאודס אדער קאסטומערס יו עס בי שליסלעך דרייווס וועלכע זענען רוב אנגעפיקעוועט מיט ווירוס פון ארומפירן צו אנדערע קאמפיוטערס)
אונטערשטע שורה, אין מיין עקספיריענס איז מייקראסאפט סעקיוריטי עסענשאלס דאס בעסטע, ס’האט בלויז איין חסרון, עס באקוקט צו דו האסט אריגינאלע כשר’ע ווינדאוס…. (וועלידעישאן)
משה

איך האב א שטיק צייט געהאט avg און עס האט מיר שטייט געמאכט די קאמפיוטער.
ברוך מאנדעל

גוטע נייעס!
פאר די וועלכע נוצן AVG, אדער זוכן אן אומזיסטן גוטן אנטי-וויירוס:
AVG האט אלץ געהאט צוויי ווערסיעס, איינס פאר אומזיסט, וועלכע איז געווען, ווי אויבנדערמאנט, היבש אונטערשטעליג פון די צווייטע ווערסיע, א באצאלטע סובסקריפשאן, פונקט ווי דער קאמפעטישאן.
אצינד מעלדן זיי אז די פרייע ווערסיע וועט ווערן פונקט אזוי גוט און קראפטיג ווי די באצאלטע!
שמעלקא

צו די אלע וואס זאגן אז נארטאן מאכט שטאט די קאמפיוטער.
עס איז אמאל געווען אזוי, אבער היינט שוין נישט, זיי האבן עס ראדיקאל איבערגעמאכט, ספעציעל צו מאכן שנעלער און גרינגער אויפן סיסטעם.
איך מיין אז עס איז היינט די שנעלסטע און גרינגסטע פראדוקט אויף די מארקעט.
אדרבא דאונלאד א טרייעל.
סוף כל סוף קען מען נישט פארגלייכן א ריזיגע פירמע צו קליינטשיגע פירמעלעך מיט עטליכע ארבעטער.
משה בראך ב.פ.

איך ניץ פילטרנט ס’זעט אויס דאס גייט נישט צוזאמן מיט נארטאן.
אפרים וומ”ס

וואס הייסט עס ארבעט נישט צוזאמען? ער קען נישט טשעקן אדער אפדעיטן? וועלכע בראוזער נוצטו פארן אינטערנעט? עס קען זיין אז דו ביסט פשוט געבלאקט פון נארטאנ’ס וועב-סייט?
שמעלקא

פאר אנטי-וויירוס האט מיר איינער אינסטאלירט avast איך האב עס נאכנישט א לאנגע צייט, דערווייל האב איך נאך נישט קיין פראבלעמען ב”ה.
לייב

October 25, 2010 at 11:39 AM#2
דעת בעל בית

אזוי ווי איך האב געהאט געשריבן אזavg האט מיר שטייט געמאכט די קאמפיוטער וויל איך מוסיף זיין אז עס געשען נאכדעם וואס איך האב עס גע אפדעיטעט מיט זייער נייע ווירזשין ( איך מיין 11 ) דעריבער אויב האט איר יעצט avg און זיי שלאגן אייך פאר צו מאכן א אפדעיט מאכט זיכער פאר איר ליייגט עס אריין ווייל איך האב מיך אפגעבריט דערמיט
יעצט ניץ איך אווירא ביז דערווייל בין איך זייער צופרידן

October 26, 2010 at 5:51 PM#3
דעת בעל בית

איך ווארט שוין אויך צו קענען נאכאמאל ארויספרינטען, איך קען באשטיין צו צאלן דערפאר.

October 26, 2010 at 5:57 PM#4
דעת בעל בית

איך זיך אויך א פראגראם צו לייגן וואטער מארקס, ביטע מהנה דיין דעם עולם ווער ס’ווייסט

October 26, 2010 at 6:08 PM#5
דעת בעל בית

איך נוץ אינדעזיין צו עקספארטען מיינע פי די עפס, עס ארבעט ווי א פידעלע, מען קען אלץ זען היברו, אפילו אויף א קאמפיוטער וואס האט נישט קיין היברו. אחיך האב ספעשל געטרייט צו עפענען אויף מיין פאון, וואס האט בכל נישט קיין היברו, אבער די פי די עף האב איך געהעריג געקענט ליינען.

October 27, 2010 at 4:16 PM#6
דעת בעל בית

ארבעט אייער קאמפיוטער שטאט? האט איר כסדר ערראר מעסעדזשעס?

איר קענט דאונלאודן א גוטן פראגראם פאר גענצליך אומזיסט. עס הייסט:

COMODO System-Cleaner

מאכטס א סוירטש און איר וועט דאס תיכף טרעפן.

איך האב דאס אקארשט אינסטאלירט ביי איינעם אויפן קאמפיוטער וואס איז געגאנגען גאר שטאט, “סטארט-אפ” (ד.ה. די צייט וואס דער קאמפיוטער נעמט זיך אנצוצינדן) האט געדויערט איבער 6 מינוט (!), און וואונדער איבער וואונדער, דער קאמפיוטער האט זיך דראסטיש פארשנעלערט! סטארט-אפ נעמט קנאפע 3 מינוט (תפלה עושה מחצה..)

אלע פראגראמען מאכן זיך אויף שנעלער, דער גאנצער סיסטעם איז מער “רעספאנסיוו”. ממש פנים חדשות באו לכאן.

לויט PC מעגעזין איז עס נישט די סאמע בעסטע, די באצאלטע פראגראמען (אזוי ווי “סיסטעם מעקעניק” וואס איך האב שוין אויבן דערמאנט) זענען נאך אלץ בעסער, אבער פאר אומזיסט קען מען דאס נישט ביעטן.

ווען איר אינסטאלירט דעם פראגראם, גייט אדורך דעם גאנצן ליסט אויף די לינקע זייט, און ביי יעדע מאכט “סקען” (רעכטע זייט, אונטן) און קלויבט אויס וואס איר ווילט ער זאל אייך פאררעכטן, און ביז אפאר מינוט וועט איר זעהן א שיינעם דיפערענץ בעז”ה.

October 27, 2010 at 10:25 PM#7
דעת בעל בית

שכוח שמעלקא
כ’אב שוין וואס צוטין היינט ביינאכט

October 28, 2010 at 11:08 PM#8
דעת בעל בית

איך האב שוין צופיל מאריך געווען פריער אויף די “סיסטעם מעקעניק” פראגראם ווי געוואלדיג דאס איז. מען קען עס דאונלאודן פון דא:

http://www.iolo.com

דער פראבלעם איז נאר אז עס קאסט 50 דאלער. (אדער אויף אמאזאן 40 דאלער). אין די יעצטיגע עקאנאמיע קען זיך נישט יעדער ערלויבן צו באצאלן אזויפיל געלט פאר א פראגראם, אפילו פאר גאר א גוטע.

איך האב אויסגעפונען א “ספעציעלע פראמאושאן” ווי איר קענט דאונלאודן דעם פראגראם פאר בלויז $10. ביטע געדענקט אז דאס איז נישט אפן פארן פאבליק. ממילא זייט דאס נישט מפרסם. אבער פאר די לייענער פון בעל-בית, אדרבה, זאלן זיי הנאה האבן.

לייגט אריין דעם אדרעס אין דעם אדרעס באר (http://www.iolo.com), און צום סוף לייגט צו דאס פאלגענדע:

ct10/

איר וועט זעהן ווי זיי גיבן אייך דעם אפציע צו דאונלאודן פאר $10 וואס איז ממש אן עבירה נישט צו נעמען פאר ווער עס האט פראבלעמען מיטן קאמפיוטער. איז האטס הנאה און געדענקט צו מאכן א נאך-ברכה…

November 16, 2010 at 4:11 PM#9
דעת בעל בית

וועגן קרעדיט קארד’ס מיט קעש בעק, איך האב נישט קיין עקספיריענס מיט צופיל קרעדיט קארד קאמפאני’ס אבער פון די פאר מיט וועלכע איך האב שוין געהאנדלט (טשעיס, קעפיטאל וואן, TD, דיסקאווער) האט נאך טשעיס די גרעסטע מעגליכקייטן פון צוריקזען געלט, בפרט אויב האט מען ביי זיי א טשעקינג אקאונט. ווי אויך גייט ביי זיי ארויף די קרעדיט שנעלער ווי ביי אנדערע (קען זיין היינט שוין נישט, ביי מיר איז עס שוין ארויף פאר אפאר יאר צוריק, און איך האב עס אפגעשטעלט).

November 16, 2010 at 6:18 PM#10
דעת בעל בית

איך האב שוין יארן “סיטי”, אויף די ביזנעס, און איך באקום צוריק א פוינט פאר יעדע דאלער. איך האב שוין פארדינט איבער 2000 דאלער אין גיפט קארדס. ווען מען נעמט גלייך קעש איז עס ווייניגער.
אבער ווען מען נעמט גיפט קארדס קומט עס אויס א צענט פאר יעדע דאלער וואס מען ספענד, אין אנדערע ווערטער, א הינדערטסטל! עס איז נישט קיין סאך, אבער דורכאויס די יארן האב איך שוין געמאכט ארום צוויי טויזנט דאלער,(אויף ארום 200,000 דאלער וואס עס האט זיך דורכגעדרייט)