די סוף פון פרייע טשעקינג אין אמעריקע.
באנק אוו אמעריקע, א סימבאל פון פרייע טשעקינג אין די לעצטערע יארן, שטעלט מער נישט צו די סערוויס פאר נייע קאסטומערס. (עס איז נישט קלאר וואס וועט זיין מיט די וואס האבן שוין א פרייע אקאונט).
אנשטאט דעם, שטעלן זיי צו א נייע סערוויס בחנם, וואס רופט זיך אי-בענקינג. די חילוק? אלעס דארף ווערן געטון אנליין אדער דורך די ATM, אויב ווילט איר באקומען פאפירענע סטעיטמענטס אדער זיך באניצן מיט א מענטשליכע טעלער, קאסט עס $8.95 א חודש.
באנק אוו אמעריקא -וואס האלב פון אלע אמערקאנער פאמיליעס האבן ביי זיי אן אקאונט- האט געמאלדן דעם דראמאטישו טויש די פארגאנגענע דינסטאג. ווער איז שולדיג דערין? וואשינגטאן!
“איך האב געזען מער (נייע) רעגולאציעס אין די לעצטע דרייסיג חדשים, ווי אין די לעצטע דרייסיג יאר,” האט געזאגט ראבערט האמער, פארזיצער פון א באנק אדווייזארי פירמע. “די הכנסות פון די בענק פאלט געפערליך, און זיי פרובירען צו שאפן נייע הכנסות פון ווי עס לאזט זיך”.
די אלע וואס האבן געמיינט אז די נייע געזעצן, ווי פארבאטן די בענק און קרעדיט קארד פירמעס פון רעכענען פארשידענע פענעלטיס, האבן בלויז מעלות שטייען פאר א מיאוסע אנטוישונג. עס ווערט פאראויס געזען אז רוב בענק וועלן נאכטון די ביישפיל פון באנק אוו אמעריקע.
איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די אידילאגישע (פאליטישע) חלק, צו די רעגירונג איז בארעכטיגט מצד די קאנסטיטוציע צו רעגולירן פריוואטע פירמעס. אבער דאס איז אמאל קלאר פון א ביזנעס שטאנדפונקט, יעדעס מאל וואס מען טשעפעט די פירמעס, זענען עס די קאנסומערס וואס ליידען דערנאך. מען קען עס נישט אפטיילן.
עפל פראדוקטן, נישט ביי מיר אין שטוב!
אין די נ.י. טיימס איז געווען א קורצע אינטערוויו מיט מרת. געיטס, די ווייב פון געוועזענע מייקראסאפט פארזיצער, און צווייט רייכסטע מענטש אין די וועלט, ביל געיטס.
אט זענען עטליכע אינטערעסאנטע אויסצוגן.
טיימס: איר פארמאגט אן אייפאד?
געיטס: ניין, איך האב א “זון” (ZUNE איז א ענליך צו א אייפאד, פראדוצירט דורך מייקראסאפט)
טיימס: וואס וועט זיין אויב אייער קינד וועט פארלאנגען “איך מוז האבן א אייפאד”?.
געיטס: עס האט שוין פאסירט, איך ענטפער, “דו קענסט האבן א ZUNE.
טיימס: איר פארמאגט א אייפעד?
געיטס: זיכער נישט.
טיימס: איז אמת די שמועה אז ביל (געיטס) באניצט זיך מיט א עפל לעפטאפ?
געיטס: פאלש! גארנישט גייט נישט דורך די שוועל פון אונזער טיר.
טיימס: איז טאקע נישטא קיין פלאץ אין די וועלט פאר עפל אויך?
געיטס: מייקראסאפט פראדוצירט סאפטווער פראדוקטן פאר די מעק. רעד צו מיין מאן.
טיימס: ווי אזוי האט דיין מאן געשפירט צו פאלן צו נומער צוויי (פון נומער איינס) אויף די ליסטע פון רייכסטע מענטשן אין די וועלט?
געיטס: אונזער אכט יעריגע טאכטער טשעפעט אים דערוועגן, אבער עס אינטערעסירט אים בכלל נישט.
און איך האב געמיינט אז די רייכע געיטס קינדער באקומען וואס זייער הארץ באגערט נאר… אט דאס הייסט חינוך.