איבער גאז סטאנציעס בכלליות
בנוגע וואס י גר”וו האט מעורר געווען אז א געוויסע סטאנציע באשווינדעלט מענטשן.
למעשה איז קיין איין גאז סטאנציע נישט באגלייבט, זיי מאכן קוים געלט פון די געז, מענטשן זענען זייער “פעני מיינדעד” ווען עס קומט צו געז, און זיי זוכן צו ארויסנעמען ווי מער פון קונדן, צו פון טיפס צו סתם אזוי. מען דארף זיך אייביג היטן ווען מען נעמט געז, און איבערקוקן די געז מיטער, און “אייביג בעטן א רעסיט!”.
די טיפס זאל מען קיינמאל נישט געבן שנעלערהייט ווען מען איז צומישט מיט די טשעינדזש פון די געז געלט. ווען אלע געלט איז שוין אוועקגעלייגט און עס שטימט די חשבון, דאן רוף אים און געב אים א טיפ. (צו מען מעג בעטן טשעינדזש פון א דאלער ווייס איך נישט, אדרבה לאמיר הערן פון אנדערע).
יעקב מיכל
איך האב שטארק הנאה געהאט פונעם קאמענטאר פון “יעקב מיכל” ווי ער ברענגט ארויס די צומישעניש בשעת’ן נעמען געז וואס קען ברענגן אז די גאז סטאנציע זאל באשווינדלן במזיד צו בשוגג.
איך וויל אבער צולייגן אז דאס איז געזאגט געווארן ביי יעדעס מאל מען צאלט געלט.
אט זענען אפאר כללים וואס מינימיזירן די שאנסן צו מאכן טעותים ביים רעדזשיסטער ולהציל ממונים של ישראל.
1) האלט אלע געלט אין בערזל, אפענערהייט און נישט איינגעקנייטשט, און נישט אין טאש. וואס ברענגט זייער אסאך צומישענישן.
2) ווען עס קומט צו צאלן שרעקט אייך נישט אז דער קאשיר ווארט אומגעדולדיג, אדער אנדערע מענטשן שטייען אין די ליין, און טראכט נישט פון גארנישט עפעס אנדערש נאר פון “אייער” “אויסגעהארעוועטע” געלט. קוקט רואיג אריין אין אייער בערזל, און קוקט אריין וועלכע דאלער בילל אדער מטבע איז די פראקטישסטע ארויסצונעמען אז מען זאל דארפן ווי ווייניגער טשעינדזש.
3) נישט יעדער קען רעכענען שנעל מאטאמאטיק אויפן פלאץ, אבער שפעטער גייט איר וועלן אויסרעכענען וואס עס האט דא פאסירט. א רעסיט איז בכלל נישט באגלייבט צו דאס צו טון. ממילא זאגט ארויס מיטן מויל יעדעס קלייניגקייט! און טראכט רואיג איבער די ווערטער וואס איר זאגט. זאגט ארויס -פארן קאשיר – מיטן מויל די געלט וואס איר געבט, און די געלט וואס איר באקומט צוריק. אויב איז דא א דיסקאונט זאגט עס ארויס מיטן מויל.
4) ביים באקומען טשעינדזש ציילט עס איבער! (אפילו יעדער ווארט), און לייגט עס באלד אריין אין א באזונדערע “ליידיגע” טאש (נישט אין בערזל, און נישט אין א טאש וואס פארמאגט אנדערע פאפירן און חפצים וואס וועט אייך בלויז צומישן). די רעסיט לייגט אוועק אויף א פלאץ וואס איר וועט גרינג געדענקן, ווייל באלד וועט מען עס אייך בעטן!
5) שטעלט אייך אין א א זייט און גייט איבער רואיג די גאנצע טראנזאקציע, נאך איידער איר גייט ארויס פון געשעפט. און נאכן מאכן זיכער אז אלעס שטימט לייגט אריין אייער געלט אין בערזל שיין מסודר.
הצלחה רבה.
משה ב. – ק”י
קאנווערטן היברו פי די עף
ווי אזוי קען מען קאנווערטאן א PDF צו א ווארט פייל פאר היברא- לשון הקודש, איך האב געטרייט אפאר וועגן ווי למשל SAVE AS TEXT אבער עס קומט ארויס אלע ווערטער פארקערט, די פראגראם NITRO PDF קומט אויך ארויס נאכ’ן קאנווערטען פארדרייט אלע אותיות, איך האב געדרייט Adobe Acrobat ME און עס איז אויך נישט גוט.
ווייסט איינער פון א גוטע פראגראם צו עפענען א היברו PDF?
י. ווייס
פראגראם צו מאכן פי די עף פיילס בחנם
איך וואלט געוואלט פרעגן אויב איינער ווייסט פין א ‘אומזיסטע’ פראגראם צו מאכן פי די עף פיילס.
נישט קיין גניבה, נאר באמת א אומזיסטע (אויב עס איז בכלל דא)
יישר כחכם
מ.פ. וומ”ס
רעדאקציע: אין די נייעס ווינקל די וואך איז באריכטעט פון אזא סערוויס דורך אדובי.
קאמענטארן איבער די “עצה טובה” פון פארגאנגענע וואך ווי אזוי צו ציילן ווערטער אין ווארד
די טיפ קען צוניצקומען אין אנדערע פראגראמען אויך.
(-)
איך האב נאר געוואלט אויפמערקזאם מאכן אז עס איז נישט ממש אקוראט פונקטליך, ווייל “ווארד” טרעפט אויך ווערטער בתוך ווערטער, א שטייגער ווי חז”ל זאגן (שבת פרק י”ב, משנה ד’) מצינו שם קטן משם גדול, שם משמעון ושמואל, נח מנחור וכו’, ממילא ווען איר וועט אריינלייגן למשל די ווארט “מיט” וועט ער אויך רעכענען “מיטגלידער”, מיטוואך”, אדער “מיטה”. און ווען איר וועט זוכן די ווארט “א” וועט ער רעכענען יעדע א’ אינעם פייל.
ולא באתי אלא להעיר.
(-)
אויב איר לייגט צו א ספעיס פאר און נאך דעם ווארט, וועט איר נאר באקומען דעם ווארט.
יואל ו.
צו די אויבנדערמאנטע קשיא פון “ווערטער בתוך ווערטער”, האט WORD אן אפציע ווען איר דרוקט די “MORE” קנעפל, FIND WHOLE WORDS ONLY.
שמעלקא
דער גאנצער פשט’ל איז בטל מעיקרא.
דער ריכטיגער וועג דאס צו טאן (דהיינו, נישט גיין “ארום דעם בוש”) איז ווי פאלגענד:
דרוקט FIND
ווען דער קעסטל ערשיינט, לייג אריין דעם ווארט וואס דו ווילסט ציילן, און דאן מאך א טשעק ביי די אפציע פון “Highlight all items found in”, און דאן קענסטו אויסקלויבן צי ווילט איר נאר זוכן אין א געוויסע חלק (סעלעקשאן) אדער אינעם גאנצן דאקומענט, און ער וועט אייך תיכף צייגן וויפיל מאל.
די מעלה פון מיין עצה איז, ווייל אויף דעם אופן וועט “ווארד” אייך היילייטן אינעם דאקומענט די אלע ווערטער.
למשל, איר זוכט אינעם דאקומענט דעם ווארט “מיט”, און ווארד טרעפט 20 מעטשעס, וועט ער אייך “היילייטן” די אלע 20 ווערטער אינעם דאקומענט אזוי אז איר קענט דאס טרעפן אין א מינוט!
אויך איז אינטרעסאנט צו וויסן אויב דער עולם ווייסט פון די אלע אומצאליגע – צומאל אומגלויבליכע – אפציעס וואס ווארד גיט אייך ווען איר דרוקט דעם “MORE” קנעפל? בפרט ווען איר דרוקט דעם “FORMAT” און “SPECIAL” קנעפלעך? מען קען שרייבן א גאנצע ארטיקל אויף דעם אליין! למשל איר זוכט אין א ריזיגן דאקומענט “וואו האב איך עפעס געשריבן מיטן “דוד” פאנט (אות) אין סייז 16? און ווארד טרעפט אייך דאס ביז א סעקונדע. א.א.וו.
שמעלקא
פרנסה מעגליכקייט: זיין א דאלמעטשער
לכבוד המערכת, איך בין א קורא ותיק און איך וואלט געוואלט מיטיילען די ליינער פון א מעגליכקייט פאר א צייטווייליגע פרנסה, גוט פאר די וואס האבן פארלוירן די ארבעט, אדער פאר מאמעס פון קינדער וואס זוכן פארט טיים.
עס איז צו מיר אנגעקומען די פאלגענדע אימעיל, איך שיק עס ככתבו וכלשונו, איך האב נישט מער אינפארמאציע פון וואס עס שטייט ארויס דערין, עס קוקט אויס אינטערעסאנט. פארבינד זיך מיט זיי אויב איר זענט אינטערעסירט.
ע. ברוין, ב”פ
Geneval Worldwide has a pretty solid demand for Yiddish speakers for interpretation assignments all over NYC.
Geneva Worldwide is contracted by the State of New York to provide interpreters for a variety of government and state agencies. The majority of our everyday work that requires Yiddish speaking is for the Administration of Children’s Services. Case workers are often required to meet with families that can only communicate in Yiddish (that is the language they primarily request). We ask our interpreters to meet the family with the case worker to assist in Yiddish <> English communication.
Previous experience is not required; we provide training for new interpreters. We only require two things: the individual must be completely fluent in English and Yiddish, and they must be authorized to work in the U.S. These assignments usually last less than one hour, but we always compensate for a 2-hour minimum.
THOSE INTERESTED IN THIS FREELANCE WORK,
PLEASE RESPOND TO:
Julia Rozin<jrozin@genevaworldwide.com>
Recruiter
GENEVAWORLDWIDE, INC
261 West 35th Street -Suite 700
New York, NY 10001