נייעס

6 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: נייעס · דורך: יוחנן שיף · וואך: ויצא , תשע"א · בעל-בית נומער: 25 · דאטום: 2010-11
http://www.balboos.com/content/2010/11/נייעס-3/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
נייעס

שטורעם: גוגל צאלט בלויז 2.4% אינקאם טעקס!

א סעריע פון לעגאלע דריידעלעך האט איינגעשפארט פאר גוגל 3.1 ביליאן דאלער אין די לעצטע דריי יאר. אין א צייט וואס די רעגירונג מאטערט זיך מיט איבער א טריליאן דאלערדיגע דעפיציט, האט די בלומבערג רעפארט ארויסגעריפן אסאך בייז בלוט.
א שטודיע אין 06′ האט געוויזן אז אמעריקאנער ביזנעסער צאלן כמעט %40 טעקס, די העכסטע אין די וועלט! עס איז דערפאר נישט קיין ווינדער אז גרויסע ביזנעסער פירן איבער פארמעגנס אין אנדערע לענדער ווי די טעקס איז פיל נידעריגער. פארשטייט זיך אז אלעס ווערט אויסגעארבעט אז עס זאל שטימען לעגאל.
מייקראסאפט און פעיסבוק טוען אויך ענליכע מאכינאציעס, אבער קיינער פון זיי  איז נישט אזוי ערפאלגרייך ווי גוגל אראפצוקלאפן די טעקס צו א נישטיגע 2.4 פראצענט. אנאליסטן שאצן אז ווען גוגל צאלט ווען געהעריג טעקס וואלטן אירע סטאקס געווען נידעריגער מיט $100 א שעיר.
די טאקטיק גייט אזוי, גוגל האט איבערגעפירט די לייסענס פון אירע טעכנאלאגיעס צו א פירמע אין איירלאנד “גוגל איירלאנד לימיטעד”, ממילא דארף  די אמעריקאנער גוגל צאלן פאר די פירמע רוב פון אירע רווחים, ווייל זי ניצט דאך איר טעכנאלאגיע. אבער די פירמע פון איירלאנד צאלט נישט קיין טעקס אין איירלאנד אויף 99.8% פון אירע רווחים ווייל איר  איינגעטומער איז א פירמע אין בערמודע – א אינזל אין די אטלאנטיק. אין איירלאנד דארף אזא פירמע נישט צאלן קיין טעקס. פון דארט גייט די געלט אויף בערמודע, אבער עס מאכט קודם א קורצע אומוועג קיין אמסטערדאם, צו א פירמע מיטן נאמען “גוגל נעדערלענס האלדינגס” די פירמע פארמאגט נישט קיין ארבעטער. און פון דארט קיין בערמודע, וואס האט נישט קיין אינקאם טעקס.
אויב איינער וויל עס נאכמאכן, אט איז א פונקטליכע אינטעראקטיווע דיאגראמע.
http://www.businessweek.com/technology/google-tax-cut/google-terminal.html
איך פערזענליך גיב זיך גאנץ גוט א עצה אן דעם.

גוגל קלאגט די גאווערמענט פאר’ן ניצן מייקראסאפט אפיס

גוגל האט אריינגעגעבן א תביעה אין געריכט די פארגאנגענע וואך אנטגעקן די גאווערמענט, מיט א באשולדיגונג אז זי פירט זיך אויף “אנטי קאמפעטיטיוו” מיטן בכלל נישט נעמען אין באטראכט צו ניצן Google Apps (א ווערסיע פון גוגל דאקס און גימעיל פאר ביזנעסער).
גוגל זאגט אז זיי האבן אסאך געבעטן די אינערן מיניסטעריום צו ניצן גוגל, אבער זיי האבן זיך געהאלטען אז זיי ווילן נאר מייקראסאפט’ס פראדוקט (א ספעציעלע ווערסיע פון אפיס פאר די גאווערמענט). אנגעבנדיג אז נאר מייקראסאפט שטעלט צו פונקטליך וואס דיי דארפן. גוגל טענה’ט אבער אז זייער פראדוקט איז אויך גוט…
יעצט איינמאל בין איך אויף מייקראסאפט’ס זייט.

צענטראלע פראגרעם סטאר פאר מעק

אין די לעצטע פאר יאר, זינט די קלוגע טעלעפאנען זענען געווארן פאפולער, איז שטארק אריינגעקומען אין באניץ די עפ סטאר/מארקעט. דאס איז א פראגראם וואס מען קען דארט דירעקט קויפן, דאונלאדען אין אינסטולירן פראגרעמס מיט איין קליק. אייגענטליך האט עס עפל אויסגעטראפן, צוזאמען מיט די ערשיינונג פון די אייפאון. די איידיע איז לכאורה געקומען פון “אייטונס” א פראגראם/סערוויס פון עפל וואס פארקויפט מוזיק, וואס איז ערשינען צוזאמען מיט די ערשטע אייפאד.
עס שטעלט זיך ארויס אז עס איז געווען א גלענצענדע איינפאל, ספעציעל פאר טעלעפאנען וואס ס’איז שווערער צו אינסטולירן דערויף אינדערויסינדיגע פראגראמען. עפל האלט שוין היינט ביי ארום 300,000 פראגרעמס אדער “עפס” אין די אייפאון סטאר.
צוויי וואכן צוריק האט סטיוו דזשאבס געמאלדן ביי זיין קינאוט רעדע, אז אין ליכט פון די סוקסעס מיט די “עפ מארקעט” פאר די אייפאון און אייפעד, וועט עפל אויפמאכן אזא סארט סטאר פאר “מעק” סאפטווער. עס האט זיך געפענט די וועך פאר סאפטווער דעוועלאפערס און וועט זיך עפענען פארן פובליק יאנוער 11′.
עס איז א אינטערעסאנטע טויש פון די אמאליגע פלאפי דיסק אאון דערנאך סי די וואס מען האט פארקויפט אין די געשעפטן, צו א גענצליך דיזשיטאלע דיסטריביושען, עס וועט אסאך ארויסהעלפן קלענערע אומבאקאנטע פירמעס וואס קענען זיך נישט ערלויבן צו מארקעטן זייערע סאפטוועיר ווי ריזיגע פירמעס א שטייגער ווי אדאבי, אז מען זאל זיי אויך באמערקן.
נאך א גרויסע אויפטו וואס סטיוו דזשאבס האט עפעס פארגעסן צו באטאנען איז, אז עפל וועט מאכן 30% אויף יעדע פראגרעם וואס ווערט דארט פארקויפט. די עפל “שעיר האלדערס” וועלן זיכער זיין צופרידן צו וויסן אז פון היינט און ווייטער איז עפל א 30% פראצענטיגע  שותף אין די אלגעמיינע מעק סאפטוועיר מארקעט.

ניי פון אדאבי: פייל שערינג און קריעטן פי די עף’ס אנליין

זינט די “וואלקן” רעוואלוציע איז אריין אין קראפט (Cloud based computing), מיט מער און מער פראגרעמס אוועליבעל אנליין, פילט זיך אונזער אלטע העלד “אדובי” אביסל ארויסגעלאזט, זייערע פראפיטן זענען נישט אוועקצומאכן, און זיי פארדינען נישקשה אויף די אלט מאדישע דעסקטאפ פראגראמען, אבער דאך מיינען זיי אז זיי מוזען אריינגיין אין די וואלקענעס אויך.
האבן זיי יעצט פרייטאג אנטפלעקט צוויי נייע אנליין סערוויסעס, איינס איז “פייל שערינג” א שטייגער ווי “יו סענד איט” א צווייטע – עטוואס מער אינטערעסאנט – איז א אנליין סערוויס וואס וועט קריעטן א פי די עף פון אנדערע פארמאט דאקומענטן.
ביידע סערוויסעס שטעלן צו עפעס מאגערע אפציעס פאר בחנם, אבער די עיקר סערוויסעס קאסטן חודש’ליך, און טאקע גאנץ פעטע פרייזן, נוסח אדובי. אבער אויב  איר דארפט אמאל מאכן א איינצעלנע פי די עף, קען עס צוניצקומען.

createpdf.acrobat.com
sendnow.acrobat.com

November 8, 2010 at 2:19 PM#2
נייעס

פאר גוגל לוינט זיך מן הסתם די גאנצע שפיל, אבער ביי קליינע ביזנעסער וועט די גאנצע שפיל אויסקומען טייערער ווי צאלן געהעריג טעקס.

איך האב אבער הנאה געהאט אז גוגל מאכט נישט נאר גוטע פראדוקטן נאר זיי לייגן אריין קאפ און מח וויאזוי צו מאכן יעדע פרוטה.

November 8, 2010 at 3:49 PM#3
נייעס

יוסף איז גערעכט מיט דעם.
איך האב שוין אמאל גערעדט מיט א אקאונטענט איבער פארשידענע דריידעלעך, עס האט זיך ארויסגעשטעלט, אז מען דארף רעדן פון א געניג ערענסטע סומע, אז עס זאל זיך לוינען די אלע זאכן.

דיין צווייטע נקודה האב איך אויך געטראכט בשעת’ן ליינען, עס איז מיר עפעס געפאלן די פאקט, אז גוגל ניצט דעם קאפ, ווען איינער ניצט דעם קאפ איז עס א גוטע זאך. נישט אומזינסט זענען כמעט אלע זייערע פראדוקטן אזוי געוואלדיג.

פארדעם ווינדער איך מיר טאקע אויף די נארישע קלעים וואס זיי האבן אריינגעגעבן אויף די רעגירונג, עס פאסט נישט פון זיי, מאך א געניג גוטע פראדוקט, וסוף הכבוד לבא.

ביי די וועי, יוחנן די נייעסלעך זענען געוואלדיג, איך האב באמת הנאה דערפין, דיינע קורצע באמערקונגען אויף יעדע זאך איז ווערט אלע געלטער.

November 8, 2010 at 4:03 PM#4
נייעס

“יעצט איינמאל בין איך אויף מייקראסאפט’ס זייט.”…

איך מיין אז עס איז ליגנט

November 9, 2010 at 4:30 PM#5
נייעס

די מעק סטאר איז א געוואלדיגע איידיע.
הלוואי זאל עס מייקראסאפט אויך מאכן, קודם כל פילט מען זיך מער סעקיור אז א פראגראם וואס איז דארט איז נישט קיין וויירוס וכדומה.
צווייטענס, אלעס גייט מיט איין קליק, אפילו אפדעיטס אויך, איך ניץ עס אויף ענדרואיד, עס איז א מחיה.
דריטענס, מען קען טרעפן די בעסטע פראגרעמס וואס אנדערע מענטשן ניצן.

November 11, 2010 at 3:53 AM#6
נייעס

עס איז זייער אינטערעסאנט געווען צו ליינען די גוגל טעקס מעשה. עס וואלט געווען כדי לענגער אויסצושמיסען ווי אזוי מען קען טון אזעלכע זאכן און עס זאל נאך אלץ זיין לעגאל.
דער אמת איז אז מכירת חמץ איז דען נישט אזא סארט זאך? צו היתר עיסקא. מען קען אלץ טרעפן א וועג, און עס זאל נאך ווייטער זיין אויסגעהאלטן, א שאד טאקע צו טון א זאך באיסור, מען דארף נאר טרעפן דעם ריכטיגן מהלך.
איך האב בכלל זייער הנאה פון דעם קאלום. כה לחי.