באנק רעכנט לויט די צייט וואס פעימענט איז געמאכט געווארן
לכבוד המערכת.
קודם כל א געוואלדיגע יישר כח פאר אייער געוואלדיגע צייטשריפט, עס איז פראקטיש, צו די זאך און עס העלפט מיר אסאך.
איך וויל מיט טיילן א פערזענליכע דורכפאל, און איך האף אז עכ”פ אנדערע וועלן וויסן נזהר צו זיין , והי’ בזה שכרי.
די מעשה איז געווען אד איך האב געדארפט מאכן א קרעדיט קארד פעימענט אנליין, די דיו דעיט איז געווען יענע טאג, אבער די באנק (עפל באנק) איז שוין געווען פארשפארט, און איך האב נישט געהאט גענוג געלט אין אקאונט.
איז מיר איינגעפאלן, היות מיין עקספיריענס האט געוויזן, אז עס געדויערט סיי ווי א שטיק צייט פון ווען איך מאך די פעימענט ביז עפל באנק ווערט געוואויר דערפון, און לייגט עס ארויף אויף מיין אקאונט. וועל איך מאכן די פעימענט ממש פאר 5 אזייגער נאכמיטאג, און גלייך די נעקסטע צופרי לייג איך אריין קעש אין מיין באנק אקאונט נאך פאר זיי ווייסן אפילו אז איך האב געמאכט א פעימענט. ממילא ווען עס קומט אן צו זיי וועט שוין זיין געלט אין די אקאונט. ושלום על ישראל.
די נעקסטע צופרי ווען איך האב געמאכט דעם דעפאזיט האב איך טאקע געטשעקט, און געזען אז די פעימענט איז נאך בכלל נישט אדורך, ס’טייטש אז אלעס פארט פיין.
למעשה האב איך אבער יא באקומען א $35 טשארדש פאר אינסופישענט פאנדס פון די באנק, זעט אויס אז אפילו זיי האבן שוין געהאט גענוג געלט ווען עס איז געקומען צו באצאלן, און פארדעם איז עס איז טאקע דורך! האבן זיי נאך אלץ א רעכט צו בעטן א טשארזש אויב עס שטעלט זיך ארויס אז אין די צייט פון די טראנזאקציע האב איך נישט געהאט.
איך האלט אז עס נישט קיין יושר, איך ווייס אבער נישט וואס אנדערע בענק טוען אין אזא פאל.
אבער אזויפיל טרייסט איך מיר אז אנדערע אידן וועלן שוין נישט מאכן די טעות, דורכן מפרסם זיין.
אויב האט איינער געהאט אזא אדער ענליכע עקספיריענס, ספעציעל אויב אנדערע בענק האבן א אנדערע פאליסי, ביטע לאזט זיך הערן.
יואל פ. וומ”ס
וועגן שיקן טעקסט מעסעדזשעס צו א גרעסערע גרופע
בנוגע וואס א ליינער האט געפרעגט (דעת בעל בית וישב תשע”א) א עצה צו שיקן טעקסט מעסעדזשעס צו א גרויסע סכום מענטשן אויף איינמאל.
אויב האט איר א בלעקבערי איז די עצה פשוט מאכט א גרופ און לייגט אהין אריין אלע קאנטאקטס וואס איר ווילט אז די מעסעטש זאל אנקומען צו.
ווען איר ווילט שיקן די מעסעטש שיקט עס צו יענע גרופע נאמען און עס וועט זיך אויטאמאטיש שיקן צום גאנצן עולם וואס איז אין יענע גרופע.
פאר א פאלם איז דא א פראגראם פאר אזא זאך אבער איך קען נישט מיך דערמאנען די נאמען אויף די מינוט.
(-)
די ריכטיגע עצה איז צו ניצן גימעיל.
איך האב געהאט די זעלבע פראבלעם ביז איך האב אויפגעקומען מיט ניצן גימעיל, און עס ארבעט זייער גוט.
ערשטענס, דארף מען צוזאמשטעלן א קאנטאקט ליסט, איך האב עס געטון דורך אימפארטירן פון עקסעל.
צווייטענס, דארף מען צולייגן נאך יעדע פאון נומער די ריכטיגע דאמעין נאמען, געוואנדן אין די סערוויס פראוויידער פון די נומער. למשל ביי א ספרינט נומער דארף מען אויסשטעלן אזוי
“7188091234@messaging.sprintpcs.com”
און אזוי ווייטער ביי יעדע נומער. (זעט ווייטער פאר א ליסטע פון אנדערע קאמפאניס) אויב ווייסט איר נישט א געוויסע קאמפאני, בעט יענעם אייך צו שיקן א טעקסט גלייך צו אייער אימעיל, און זעט פון וואספארא אימעיל אדרעס עס איז געשיקט געווארן.
ווען מען שיקט א אימעיל צו אזא סארט אדרעס, וועט די טעלעפאן קאמפאני פארווערדן די ערשטע 140 אותיות אלץ טעקסט מעסעדזש צו די באטראפענע נומער.
די באקומער דארף בכלל נישט האבן קיין אינטערנעט אדער אימעיל עקסעס, עס קומט אן צו אים ווי א געווענליכע טעקסט מעסעדזש.
ווען איר זענט פארטיג מיט אימפארטירן אלע נומערן, מאכט דערפון א גרופע, און ווען איר ווילט שיקן צו די אלע נומערן דארפט איר בלויז סעלעקטן די גרופע, און גימעיל וועט אריינפילן אלע נומערן.
לאזט די סובזשעקט ליין ליידיג, און געדענקט, נאר די ערשטע 140 אותיות, אריינגערעכנט ליידיגע פלאץ צווישן איין ווארט אין די צווייטע וועט אנקומען. די איבעריגע וועט קיינמאל נישט געליינט ווערן.
(-)
אט איז א רשימה פון פירמעס, צוזאמגעשטעלט דורך די ליינער.
Sprint
@messaging.sprintpcs.com
Verizon, Page Plus
@vtext.com
T MOBILE
@tmomail.net
AT&T
@txt.att.net
Virgin Mobile
yrmobl.com
איך האב אויך פראבלעמן מיט טוויטער.. אבער אויב איר זענט א ביזנעס קענט איר שיקן דורך אימעל ס’איז דא אסאך פראגרעמס וואס וועלען אייך זאגן וועלעכע עקסטענשן קומט צו וועלכע נומבער צום ביישפיל: ווערייזן איז 123-456-7890@vtext.com ספרינט איז 123-456-7890@sprintpcs.com די פראגרעם וועט אייך זאגן וועלעכע קאמפענו דאס איז און אויך וואס די עקסט. איז.
אויך די פאלם סענטרא פאון’ס האט א פראגרעם גראפ טעקסט ווי איר קענט שיקן צו וויפיל מענטשן איר ווילט (כ’מיין אז אנלימיטעד)/
בן בית
טוויטער ווייסט פון זייערע פראבלעמען דורך טעקסט און ארבייט אין די איצטיגע טעג צו פארבעסערן זייער סערוויס. די בעסטע איז אויב מען עפענט אויף א געהעריגע טוויטער אקאונט ווייל דאס ארבייט בעסער ווי פעסט פאללאו. נאך א מעלה איז אז אויב יענער פאללאוט אייך מיט א געהעריגע אקאונט קענט איר אים שיקן דירעקט מעסעדזשעס וואס קומט אן נאר צי אים.
נאך אן אפציע איז גוגלגרופס. google groups די מעלה איז אז איר קענט שיקן פאר פיל מער ווי מיט GMAIL. די חסרון איז אז איר דארפט אליינס אריינלייגן אלע אדדרעסן, אין איר דאפט וויסן די HOST ווי אויבן דערמאנט לגבי GMAIL. אנדערע באטראכטן דאס ווי א מעלה וויל אנדערש ווי טוויטער קענט איר דא קאנטראלירן פונקטליך ווער עס זאל באקומן די טעקסט מעסעדזשס.
יידל
ביי רוב עלטערע טעלעפאנען איז דא אזא אפציע צו גרופירן מערערע קאנטאקטס אין איין גרופע און דערנאך שיקן איין מעסעדזש פאר די גאנצע גרופע, אינטערעסאנט אז אין די נייערע סמארט פאונס איז עס נישטא.
פאר ספרינט באניצער איז דא סערוויס וואס רופט זיך ZipWhip וואס איז ספעציעל געמאכט צו קענען שיקן מעסעדזשעס פאר גרויסע גרופעס. איך בין נישט זיכער צו עס האט א לימיט וויפיל מענטשן עס קענען זיין אין די גרופע.
איר וועט אבער ברויכן האבן א ספרינט יוזער נעים און פעסווארד ארייצוסיינען. דערנאך איז עס אומזינסט.
www.zipwhip.com
שמעי’
zipwhip קוקט אויס ווינדערבאר, נאך בעסער איז אז מען דארף ניטאמאל זיין קיין ספרינט יוזער, ליין דורך די אינסטראקשענס.
עס קוקט אויס גוט.
משה בראך ב”פ
וואס איז וועגן יופאק?
בערל – גראפיקער
באקומט פרייע פעקס צו אימעיל
א גוטן
איך באנוץ מיר כסדר מיט א פרייע סערוויס וואס שיקט די פעקסעס צו מיין אימעיל. זיי געבן א פרייע נאמבער 206 עריע , ווי אויך קען מען ריקארדען א גאנצע דרשה אין דאס קומט אן אין אימעיל די פעקס סערוויס איז נאר צו באקומען אין נישט ארויסצושיקן,
זייער וועבסייט איז
www.k7.net
א. פערל
די נארמאלע וועג איז צו רייט קליקן אויף די לינק און סעלעקטן די אפציע, אבער עס דא שנעלערע וועגן.
1)מען שלעפט אריין די לינק אין די טעב באר.
2)בשעת’ן קליקן אויף די לינק דריקט מען קאנטראל.
3) קליקט דערויף מיט די מיטעלסטע מויז קנעפל.