רעגירונג קאנספיקירט צענדליגע וועב זייטלעך
די דעפארטמענט פון האמלענד סעקיוריטי האט אין א פרעצעדענטלאזע אקט איבערגענומען דעם פארגאנגענעם שב”ק די דאמעין פון צענדליגע וועבזייטלעך אן קיין שאס. באזוכער צו די וועבזייטלעך זענען געווארן ערשטוינט צו טרעפן א קורצע נאטיץ מיט די סימבאלן פון די יוסטיץ דעפארטמענט און האמלענד סעקיוריטי וואס האט געלויטעט אז די דאמעין איז געווארן קאנספיקירט.
רוב פון די זייטלעך -איבער זיבעציג אין צאל- האבן עוסק געווען אדער אין פארקויפן נאכגעמאכטע סחורה, אדער אין פארשפרייטן אומלעגאלע דאונלאודס פון סאפטווער און מוזיק.
אייגענטומער פון די זייטלעך האבן איבערגעגעבן פאר די פרעסע, אז זיי האבן קיינמאל בעפאר נישט באקומען קיין מעלדונג פון געריכט אדער קיין שום אנדערע ווארענונג. א פאקט וואס איז שטארק קריטיקירט געווארן דורך ארגענעזאציעס וואס פרובירן צו פארזיכערן פרייהייט פון ווארט אויף די נעץ.
די פאקט אז די רעגירונג קען אזוי גרינג איבערנעמען א וועבזייטל, איז פאר זיך אליין שאקירענד, עס ווייזט אז די רעגירונג האט א פולע קאנטראל אויף די דאמעין סיסטעם.
גלייכצייטיג דארף עס דינען ווי א ווארענונג אז מען זאל נישט נעמען פאר גרינג צו דאונלאדען אומלעגאלע סאפטוועיר און אנדערע זאכן, מען האלט אין איין זען שטערקערע באווייזן אז די רעגירונג מיט די אינדוסטרי זענען שטארק אנטשלאסן צו מאכן א סוף דערצו.
ערשינען אדאבי אקראבאט און פי די עף רידער X
פארגאנגענע וואך האט אדאבי ארויסגעגעבן א אפדעיט צו אקראבאט און אדאבי רידער 9, אונטער די נאמען X.
די נאמען X איז בלויז א מארקעטינג באשלוס, ווייל טעכניש הייסט עס ווערסיע 10 איין שטאפל ארויף פון ווערסיע 9.
אקראבאט איז בעיקר געמאכט פאר ענטערפרייז באניצער, שטעלט אהער פארשידענע עדווענסד מעגליכקייטן פאר פי די עף באניץ, צב”ש OCR צוזאמנעמען דאטא פון פי די עף פיעלדס וכדומה.
איר קלענערע געשוועסטער קינד אדאבי רידער האט אויך באקומען עטליכע מינימאלע אפגרעידס. צוליב די פארמערטע סעקיוריטי אטאקעס אויף די פי די עף ריעדער, האט אדאבי צוגעלייגט א נייע שיכט פון סעקיוריטי, דורך ניצן די ווינדאוס “סענד באקס” פיטשער וואס טיילט אפ די פראגראם פון די איבעריגע סיסטעם. עס איז טאקע נאר אוועליבעל אויף ווינדאוס סיסטעמס.
חוץ מזה פארמאגט עס נישט צופיל חידושים. די אויסזען איז געווארן שענער און מער מאדערן, און אדאבי האט מער פראמינענט געלייגט זייערע אנליין פיטשערס, אין א פרואוו צו ברענגן מער מענטשן עס צו ניצן.
עס איז ראטזאם צו דאונלאדען און אינסטולירן וועגן סעקיוריטי. עס ווערט נאכנישט דאונלאדעד אליין דורך אדאבי אפדעיטער.
פאר מער פרטים און צו דאונלאעדן
http://www.adobe.com/products/acrobat.html
בלעקבערי אינזשענירן גייען אריבער צו עפל
RIM (די פירמע וואס פראדוצירט די באקאנטע בלעקבערי) פארשפרעכט טאקע גאר אינגיכן ארויסצוקומען מיט די נייע “פלעי בוק” טאבלעט וואס וועט זיין א ענטפער צו עפל’ס “אייפעד”. אבער דערווייל -האט די וואל סטריט זשורנאל אנטפלעקט- האבן זיך שוין אמווייניגסטענס פינף גרויסע קעפ פון RIM אפגעטראגן, און געגאנגען צו די בלעקבעריס גרעסטע שונא, עפל.
די מצב קוקט נישט אויס אזוי פויגעלדיג פאר RIM, זי האט טאקע מאמענטאל די גרעסטע שעיר אין די אמעריקאנער סמארטפאון מארקעט, בעיקר צווישן גרויסע ביזנעסער. אבער ביזנעסער פארלאזן איר מיט א שנעלע טעמפא לטובת די אייפאון און אנדרואיד, וואס איז מער פאפולער ביי די יונגערע ארבייטער.
גוגל דאקס וועט ארבעטן מיט מייקראסאפט אפיס
גוגל קוקט אויס אנטשלאסן אוועקצונעמען די מארקעט פון מייקראסאפט אפיס.
אין א פרישע שריט האבן זיי געמאלדן א נייע טעכנאלאגיע, וואס איז געווארן פאבריצירט דורך א קליינע פירמע וואס גוגל האט לעצטענס אפגעקויפט, מיטן נאמען “דאק-ווערס”. וואס איז אייגענטליך א פלאג-אין פאר מייקראסאפט אפיס, וואס וועט צושטעלן די אנליין בעק אפ פיטשערס פון גוגל דאקס פאר מייקראסאפט אפיס דאקומענטן, אן דארפן בפועל ניצן גוגלס וועב זייטל. נאר אלעס איז אוועליבל אינעווייניג אין די מייקראסאפט פראגראמען.
די טעכנאלאגיע איז געאייגנט פאר מענטשן וואס האלטן נישט ביים אויפגעבן די מייקראסאפט פראגראמען -וואס איז טאקע באמת פיל מער פארגעשריטן פון גוגל דאקס- אבער וועט דאך געבן א געלעגנהייט צו ניצן די שטארקע חלקים פון גוגל דאקס. ווי צב”ש בעקאפ, Auto Save וואס טוט אויטאמאטיש סעיוון די דאקומענט, “לייו שערינג” וואס ערמעגליכט עטליכע מענטשן צו ארבעטן אויף איין דאקומענט, ווי אויך די מעגליכקייט צוציקומען דערצו פון סיי וועלכע קאמפיוטער דורך די אינטערנעט, גענוי ווי גוגל דאקס אליין.
די נייע טעכנאלאגיע איז נאכנישט אוועליבעל פארן פובליק, אבער גוגל פארשפרעכט אז עס וועט זיין גאר בקרוב, און עס וועט זיין אומזינסט.
עס איז כדי צו באמערקן אז מייקראסאפט האט שוין א ענליכע סערוויס מיטן נאמן “אפיס לייוו”. און ארבעט אויף א נייערע טעכנאלאגיע מיטן נאמען “אפיס לייוו ווארקספעיס”.
פאר מער אינפארמאציע איבער דאק ווערס זעט די ארגינעלע סייט.
www.docverse.com