אַ וועלט באַרימטער פידל-שפּילער האָט אַמאָל דורכגעפירט אַ גאָר אינטערסאַנטע פּראָבע. יעדער גוי האָט אים גוט געקענט און אים אָפּגעגעבן גרויס כבוד, אָבער ער האָט געוואָלט זעהן ווי ווייניג אויפמערקזאַמקייט מענטשן האבן טראָץ זיין פּאָפּולעריטעט. איין שיינעם טאָג, האָט ער זיך באַזעצט אין אַ שטארק אויפגעכאפטע באַן סטאַנציע מיט זיין פידעלע, אַזוי ווי די שטייגער, און ער האָט זיך גענומען שפּילן הערליכע לידער פאַר אַ שטיק צייט. נעבן אים האָבן זיך באַהאַלטן עטליכע זשורנאַליסטן וואָס האָבן מיטגעהאַלטן יעדן דעטאל. דער שפּילער איז געזיצן און געזיצן, געשפּילט איין ליד נאָכן צווייטן, אָבער קיינער האָט זיך בכלל געקערט צו אים. קיין שום דורכגייער האָט זיך נישט געבאַדערט צו קוקן אויף אים.
נאָך אַ היבשע שטיק צייט, האָבן ענדליך די זשורנאַליסטן באַמערקט ווי אַ קליין קינד שפּאַצירט אין דעם סטאַנציע מיט זיין מאַמע, און ווען ער דערזעהן ווער דער שפּילער איז, האָבן זיינע אויגן אויפגעלאָכטן פון שמחה. ער האָט נישט געקענט גלייבן אַז דער פּשוט-אויסזעהנדע, אָרימע שפּילער איז באמת דער ריזיגער שטערן אין די מוזיק וועלט! ער האָט אָנגעהויבן צו שלעפּן זיין מאַמע’ס האַנט אין דעם שפּילער’ס ריכטונג, אָבער זיין מאַמע איז געווען צו פאַרנומען צו מיטהאַלטן מיט זיינע שפּילן.
דאָס אַלעס איז געוואָרן רעקאָרדירט דורך די זשורנאַליסטן, ווען די וועלט האָט דאָס געזעהן, האָט מען איינגעזעהן וואו מיר שטייען היינט. ווער קוקט זיך ארום אין די היינטיגע וועלט אויף די אויסערגעווענטליכע געלעגנהייטן טעגליך? ווער קוקט אַרויס פון זיין קערפּערליכע פענסטער?
די אויפמערקזאַם שטאַפּל אין די היינט איז גאר נידריג. נאָר יונגע קינדער, וועס זענען נאָכנישט אַריינגעדרייט געוואָרן אין די דאָגות און פירונגען פון ערוואַקסנהייט, האָבן נאָך די ריכטיגע אויפמערקזאַמקייט. נאָר זיי זעהן די הערליכע קלייניגקייטן פון די וועלט, און נאָר זיי קוקן זיך באמת ארום. פאַרוואָס? ווייל זיי ווילן זעהן, זיי ווילן וויסן, זיי ווערן נישט פאַרנומען מיט אַנדערע טרדות וואָס ערלויבן זיי נישט צו הנאה האָבן פון זייער סביבה.
ערוואַקסענע מענטשן קענען אָבער אויך האָבן די זעלבע שטאַפּל פון אוימערקזאַמקייט מיט וואָס זיי זענען געבוירן געוואָרן, נאָר עס נעמט אביסל מער כוחות. עס לוינט זיך אָבער צו אנשטרענגען און פּרובירן צו דערגרייכן דעם שטאַפּל ווייל אַ גרויסע מאָס אויפמערקזאַמקייט איז גורם אַ גרויסע מאָס הצלחה. ווען אַ מענטש קוקט זיך גוט גוט אום, ער זעהט דאָס וואָס אַנדערע זעהן נישט, ער פּרובירט צו באַמערקן אַלעס וואָס טוט זיך ארום אים, טרעפט ער געלעגנהייטן און וועגן ווי אזוי צו אָנקומען ווייטער און העכער.
די אויפמערקזאַמקייט שטאַפּל אין ביזנעס
4 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: מקץ , תשע"א · בעל-בית נומער: 28 · דאטום: 2010-11
http://www.balboos.com/content/2010/11/די-אויפמערקזאַמקייט-שטאַפּל-אין-ביזנ/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2010/11/די-אויפמערקזאַמקייט-שטאַפּל-אין-ביזנ/ קאפיע אין ארכיוו