ביזנעס קריעטיוויטעט: טעמן
19 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
ביזנעס קריעטיוויטעט: טעמן
ווען מען רעדט פון קריעטיוויטי ווי קען מען ארויסלאזן דעם הייליגן יום טוב חנוכה?
באמת וואלט איך אריינגעלייגט אזויפיל אספעקטן פון דעם יום טוב חנוכה זעלבסט אינעם קריעטיוון קאטאגאריע, אנגעהויבן פונעם דריידל מיט די נ’ג’ה’ש’ ראשי תיבות וואס יעדע פאמיליע באשלוסט פאר זיך די ריכטיגע אפטייטש פון די אותיות ביים שפילן דריידל, און ווייטער ביים צינדן חנוכה לעכט וואס עס זענען פארהאן אן א שיעור אינטערסאנטע וועגן וויאזוי אנצוגרייטן, צינדן און זינגן ביי די חנוכה לעכט, און געענדיגט ביי די – להבדיל – די חנוכה פארברענגען סעודות, וואס איך וועל נישט דא אראפלייגן פון וועלכע ערפינדונגען מען רעדט אלץ. פשוט נישט צו מישן רוחניות מיט גשמיות.
מיר אין אמעריקא זעטיגן זיך אן יערליך בעפאר’ן יום טוב חנוכה מיט די רייע ערפינדונגען פונעם נר מצוה פירמע. פאראיאר איז עס געווען די פרישע “טיימער” פאר די אומגעדולדיגע וועלכע ווילן זיך אויפשטעלן פון די חנוכה לעכט עסן די לאטקעס גלייך ווען עס ענדיגט זיך די האלבע שעה. באגלייט מיט א קליינע קאנע אוועקצולייגן די מותר השמן והפתילות.
מענטשן וואונדערן זיך יערליך “מיט וואס נאך קען מען אויפקומען”? מען רעדט דא אויבנאויף פון א “לעכטל פירמע” וואס דארף צו מאכן נר שעוה פאר שבת און יארצייטן, אבער דאס קריעטיוויטעט קומט ארויס מיט’ן פולן פראכט, א מעין המתגבר פון פרישע בייפעלער יערליך. אלע ערליי גלעזער, אייזענעס און קנויטן פאר וועלכע מנהג עס זאל זיך נאר נישט אנגלוסטן. און פראדוקטן וועלכע זענען נעבן די קאטאגאריע “לעכט” קיינמאל נישט געשטאנען.
*
איך האב זיך אבער באגעגנט מיט א קאמפיין פון א שמן זית פירמע אין ארץ ישראל מיטן נאמען “טעמן” וועלכע איז געגאנגען א טריט ווייטער מיטן קריעטיוויטעט, און זיי לייגן אראפ בעפאר חנוכה ריזיגע שמן זית פלעשער ביי פארשידענע צענטערן צו אדווערטייזן זייער פראדוקט. די רעדע איז פון פאפירענע פלעשער וועלכע קוקן אויס ווי עכט. פון אן אדווערטייזינג קוק ווינקל איז עס שטארק קריעטיוו.
בקשה פון די רעדאקציע:
דער קאלום פון ה’. פוקס איז געצילט צו הייבן ביזנעסער און געלונגענע ערפינדונגען, כדי זיך אפצולערנען דערפון. מיר ניצן פאר דעם צוועק אמת’דיגע ביזנעסער וואס געהערן צו אידן.
כאטש עס איז זייער מעגליך אז איר זענט מחולק מיט די ספעציפישע אויסוואל, בעטן מיר אייך דאס נישט ארויסצוברענגען אויף א נעגאטיווע אופן, ווייל אפילו איר זענט טאקע אנאנים, איז דער מדובר נישט.
די רעדאקציע וועט זיין געצווינגען צו פאררעכטן אדער גענצליך אפמעקן קאמענטארן וועלכע קומען נישט נאך דעם פארלאנג.
מיט פארשטענדעניש
ביזנעס קריעטיוויטעט: טעמן
א גוטע איידיע.
איך מוז ארויסהייבן דעם קאלום, עס געט א פאזיטיווע בליק אויף היימישע טויגליכקייט. די ערשטע מאל איך טרעף אזא קאלום אין היימישע זשורנאליזם.
יישר כח!
ביזנעס קריעטיוויטעט: טעמן
איינער האט מיר געשיקט בעפאר תשעה באב אז נר מצוה האט שוין אייער מיט אש פאר ערב תשעה באב…
ביזנעס קריעטיוויטעט: טעמן
עס באלאנגט נישט ביי עדווערטייזמענטס?
ביזנעס קריעטיוויטעט: טעמן
מעג מען דא לייגן א קליפ צו יוטוב?
איך האב יעצט געזען א קליפ פון א נר מצוה אינטערויו מיט וואס איס נייעס.
העכסט אינטערעסאנט. ווי אזוי זיי זענען געווארן אזוי גרויס מיט די ריכטיגע מארקעטינג און איידיעס. אין די אלגעמיינע גאס.
אגב פאלט מיר שוין יעצט איין, אז די בעל בית דארף ווען מאכן אייגענע אינטערוויס מיט סוקסעספולע ביזנעס לייט.
ביזנעס קריעטיוויטעט: טעמן
אפשר דאונלאוד די קליפ ווייל איך קען נישט זעהן קיין יו טוב לייג עס ארויף אויף יו סענד איט נאכדעם
ביזנעס קריעטיוויטעט: טעמן
איך קוק מוראדיג ארויף די יידן וואס האבן די ריכטיגע פילטערס. הלואי טויף מיר כעזאגט, נאר דאס איז שוין א גאנצע ארבעט. אפשר וועל איך מיך בארעכענען…
ביזנעס קריעטיוויטעט: טעמן
אויב מעגליך
איך וואלט עס זייער געוואלט זעהן
ביזנעס קריעטיוויטעט: טעמן
האסט דען א השגה וואסערע שווערע זאך די בעסט פון מיר?
איך וועל אי”ה טרייען מארגן.
ביזנעס קריעטיוויטעט: טעמן
וואס דאונלאודן איז אזא שווערע זאך
אדער יו סענט איט?
ביזנעס קריעטיוויטעט: טעמן
ביידע, איך האב נאך קיינמאל נישט געטון קיין איינס דערפון. ממילא גיי זוך אינפארמעשאן ווי אזוי צו טון וכו.
ביזנעס קריעטיוויטעט: טעמן
אקעי איך קען דיר געבן אינפא
אויב האסטו ריעל פלעיער דארף ארויף קומען בשעת די קוקסט די קליפ אויף די רעכטע זייט העכרן קליפ א אפשען פון דאונלאודן
ווען די האסט עס שוין וועל איך דיר זאגן וואס צו טוהן ווייטער
ביזנעס קריעטיוויטעט: טעמן
ריל פלעיער? עס עקזיסטירט נאך?
איך האב עס נישט.
ביזנעס קריעטיוויטעט: טעמן
ביזנעס קריעטיוויטעט: טעמן
its 600 MB
I will never finish downloading
ביזנעס קריעטיוויטעט: טעמן
אן קיין פרעשור
איין זאך יא ביי יו סענד איט וועסטו עס נישט קענען שיקן אבער איך וועל דיר געבן א צווייטער פלאץ
ביזנעס קריעטיוויטעט: טעמן
איך צו שוין צוריק, ס’נישט אינטערעסאנט די קליפ, נאר כדי שלא יאמרו אז מלאזט מסי”נ אידן אויפן וואסער, בלויז ווייל זיי האבן א פילטער וועל איך עס ענדיגן, אבער סוועט שוין זיין מארגן, אגב סהאט זיך גאנץ גוט פארברענגט די איינזאמע שטונדן אין מיין אפיסל. מען דארף ווען האבן אזא היימיש פלאץ, פאר די אלע וואס ארבעטן אין די שפעטע שעות, זאלן קענען פארטרייבן די איינזאמקייט דורך שמיסן. להתראות.
ביזנעס קריעטיוויטעט: טעמן
ביזנעס קריעטיוויטעט: טעמן