וויקיליעקס – דיזשיטעל איז נישט אלץ די עצה!

4 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: פון מיין אפיס פענסטער'ל · דורך: מתתי' גראס · וואך: מקץ , תשע"א · בעל-בית נומער: 28 · דאטום: 2010-11
http://www.balboos.com/content/2010/11/וויקיליעקס-דיזשיטעל-איז-נישט-אלץ-די-עצ/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
וויקיליעקס – דיזשיטעל איז נישט אלץ די עצה!

א קאמישע טעקסט מעסעדזש וואס איך האב אמאל באקומען לויטעט:
די פירמע ווערייזאן האט ערצייגט א שפאגל נייע טעכנאלאגיע וועלכע וועט מאכן אז מען זאל מער נישט ברויכן זיין פארנומען מיט איבעריגע דאגות אויפן סעלפאון, אייערע חברים וועלן מער נישט זיין ברוגז ווען איר הייבט נישט אויף צו ווען איר טענה’ט אז איר האט נישט באקומען דעם טעקסט מעסעדזש, ועל כולם וועט איר נישט דארפן צאלן די הויכע קאסטן פון 70 80 דאלער א חודש פאר א סעלפאון.
ווערייזאן האט אינסטאלירט אין יעדע גאס-ווינקל א טעלעפאן!, מיט א אינטערסאנטע טעכנאלאגיע וועלכע טשארדזשט פער יעדע טעלעפאן רוף א נישטיגע 50 צענט! זיי רופן עס אן “פאבליק פאון”…
איז דאס נישט שטוינענד? פראקטישקייט אין פולן זין פון ווארט!
פונקט די  וואך האב איך געהאט ווי א חבר האט מיך געשיקט א טעקסט מיט א “פערסאנעל אינוויטשעישאן” צום שלום זכר, איך האב אים צוריקגעשיקט מיין “פערסאנעל” מזל טוב אויפן טעקסט מעסעדזש. פון היינט און ווייטער קענט איר מיך רופן אויפן פאבליק פאון אין ביהמ”ד, אדער מאקסימום אויפן דבר יום ביומו…
איך רעד דא מענינא דיומא, ווען פרישע באמבאסטישע ליעקס רינען פונדאסניי ארויס דורך וויקי ליעקס, מען רעדט פון די גרעסטע ארויסרינונגען אין די אמעריקאנער היסטאריע.
די באשולדיגונג ציט צו איינעם וועלכע האט אנגעבליך ארויפגעלייגט די אלע דידזישטעל דאקומענטן אויף זיין “יו עס בי”, און אזוי דאס ארויסבאקומען.
ווען וועלט איז געווען וועלט האט אזא אקציע פארלאנגט אן אריינברעכעריי אין די געהיימע אפיסעס, און דורכנישטערן קארידארן פון טויזנטער דאקומענטן, א זאך וואס וואלט נישט געקענט אזוי שנעל פאסירן, ווי היינט ווען מען גייט מיטן קאמפיוטער מייזל און מען שלעפט אריין דעם פייל אינעם יו עס בי אין אונטער א מינוט.
עס איז נישטא וואס צו רעדן, די פארגעשריטנקייט ראטעוועט אונז היינט פון גאר אסאך געפארן, אבער פון די אנדערע זייט קען מען זיך נישט פארהוילן פונעם פאקט אז די נאטורליכקייט האט זיך איר אייגנארטיגקייט וועלכע קען נישט נאכגעמאכט ווערן דורך די פארגעשריטענסטע טעכנאלאגיע.
ווען מען האט געפרעגט פון א גרויסע ארטיסט די פראגע “ווער איז דער שענסטער ארטיסט?”, האט ער געענטפערט “די באשעפער”. פארפאלן, דער בורא כל עולמים האט ערצייגט אין זיין בריאה אזאלכע וואונדערליכע פאנאראמישע סצענעס וואס דער אויג קען זיך פשוט נישט אנזעטיגן דערפון. וויפיל מען זאל נאר פרובירן אויפצוקומען מיט חידושים וועט אייביג די נאטורליכע בריאה געווינען דעם מאדאל.
די מוסר השכל איז שטארק. אסאך מאל זעהן אויס זאכן אין ביזנעס קאמפליצירט און מען ווייסט נישט די וועג ארויס. זייער אסאך מאל וועט די נאטורליכקייט צושטעלן א לעזונג מיטן גאנצן גלאנץ. נישט אייביג איז א ענין זיך צו פארלאזן אויף אימעיל, קאמפיוטער, טעקסט מעסעדזשעס, און וואס נישט, מען מעג אנרופן מענטשן און זיך דורכשמועסן ברחל בתך הקטנה, מען מעג אראפשרייבן ליסטעס אויף פאפיר, וכו’ וכו’ די ליסטע איז גרויס. ווען זאכן גייען נישט אויטאמטיש, נאר מען לייגט צו אביסל מח און קאפ, געשעהן געווענליך נישט אזויפיל טעותים, און דאן וואלט נישט געווען קיין וויקיליעקס

November 29, 2010 at 11:05 AM#2
וויקיליעקס – דיזשיטעל איז נישט אלץ די עצה!

יא, עס האט אבער א א אנדערע זייט אויך. אן טעכנעלאגיא וואלט מען קיינמאל נישט געקענט בייקאומען על קיידע, און איראן.

November 29, 2010 at 5:33 PM#3
וויקיליעקס – דיזשיטעל איז נישט אלץ די עצה!

דער עיקר נקודה איז א “טעכנאלאגיע” איז נישט אלץ די עצה, און איך וואלט געוואלט צולייגן אז אויסער דעם וואס מען מעג אמאל אויך שרייבן זאכן אויף פאפיר, און רעדן מיט מענטשן (נישט מיט מאשינען), איז עפ”ר זייער וויכטיג אויסער א “דיזשיטעל” בעקאפ, צו האבן א בעקאפ אויף אלטמאדישע פאפיר, ווייל די פארגעשריטענע קאמפיוטער, קען אונז איין טאג אזוי אויסשפילן, ער קען צומישט ווערן, פארגעסן, פארלירן, פארטוישן, פארמישן, פארטושן, שעדיגן, פאררוקן, וכו’ אלע אינפארמאציע וואס מען פארמאגט דערין, עס איז נישט אייביג כדאי זיך צו פארלאזן דערויף, בפרט ווען די אינפארמאציע קען אמאל זיין קריטיש וו.צ.ב. חובות פון קליין געלט (וואס דער מלוה האט נישט קיין שטר, אדער ער וועט עס קיינמאל נישט מאנען), וואס אויב מען באצאלט עס נישט און מען פארגעסט אז מען איז שולדיג קען די נשמה קיינמאל נישט האבן קיין תיקון, צומאל וועגן א שוה פרוטה, און צומאל דארף מען נאכאמאל מגולגל ווערן ל”ע.

November 29, 2010 at 8:01 PM#4
וויקיליעקס – דיזשיטעל איז נישט אלץ די עצה!

יעדע זאך אויף די וועלט האט מעלות און חסרונות ,”אן א אויסנאם” (הוי מחשב הפסד מצוה כנגד שכרה….) אן טעכנולעגיע וואלט על קיידע און איראן אויך נישט אנגעקומען ווי זיי זענען אנגעקומען, נאר ר’ מתתי איז זייער גיט מעורר אז אמאל פון פארגאפטקייט פון די שנעל לויפדיגע מעכטיגע פארגעשריטנע טעכנילוגיע פארגעסט מען אכט צו געבן אויף די פראבלעמען, אנדערש ווי ביי פאפיר איז מען שוין צוגעוווינט צו זיין aware אויף די פראבלעמען.
(כ’וואלט עס צוגעשטעלט להבדיל צו אן עבירה וואס צוליב די תאוה אדער אינטערסאנטקייט נעמט מען נישט אין אכט וואס ס’גייט ארויסקומען פון דעם, אבער ווען ס’קומט צו א מצוה ווייסט מען פינטקלעך אלע פראבלעמען ס’אז הייס ס’קאלט וכדו’)