צומאל דערזעהן זיך מוסדות התורה אן קיין ערפינדונגען וויאזוי צו מאכן א געווענליכע “דינער” עד אינטערסאנט.
א מוסדות התורה עד דארף טראגן מיט זיך אביסל אן ערנסטע כאראקטער, און איז דעריבער טיילווייז באגרעניצט פון א “גרעפיקס” פרעספעקטיוו.
דער פאלגענדער עד האט גאר שטארק געצויגן מיין אינטערעסע, וויאזוי זיי האבן צוגעלייגט דעם ריכטיגן “טאטש” און האט פארט נישט פארלוירן דעם ערנסקייט.
(צו איך וואלט דאס רעקאמענדירט פאר “היימישע” מוסדות התורה?, איך מיין אז ניין).
[בילד: נישט געראטעוועט]
—-
איר קענט אריינשיקן עדס וואס פארדינט -לויט אייך- דער טיטול “עד פון די וואך” און מיר וועלן דאס נעמען אין באטראכט. שיקט אריין צו adofweek@balboos.com
בקשה פון די רעדאקציע:
דער קאלום פון ה’. פוקס איז געצילט צו הייבן ביזנעסער און געלונגענע ערפינדונגען, כדי זיך אפצולערנען דערפון. מיר ניצן פאר דעם צוועק אמת’דיגע ביזנעסער וואס געהערן צו אידן.
כאטש עס איז זייער מעגליך אז איר זענט מחולק מיט די ספעציפישע אויסוואל, בעטן מיר אייך דאס נישט ארויסצוברענגען אויף א נעגאטיווע אופן, ווייל אפילו איר זענט טאקע אנאנים, איז דער מדובר נישט.
די רעדאקציע וועט זיין געצווינגען צו פאררעכטן אדער גענצליך אפמעקן קאמענטארן וועלכע קומען נישט נאך דעם פארלאנג.
מיט פארשטענדעניש