מייקראסאפט אפיס 2011 פאר מעק
דעם פארגאנגענעם דינסטאג איז עמטליך ערשינען מייקראסאפט “אפיס:מעק 2011″, דאס איז א ווערסיע פון “מייקראסאפט אפיס” וואס לויפט אויף די עפל אפרעטינג סיטעם.
עס ענטהאלט ווארד, עקסעל, פאווער פאוינט – און צום ערשטן מאל אויף א מעק – מייקראסאפט אוטלוק. (מייקראסאפט פלעגט צושטעלן א פראגראם מיטן נאמען “אנטאראזש” פאר די מעק, וואס האט געדינט אלץ אימעיל קליענט, אבער איז געווען פיל שוואכער פון אוטלוק). אזוי אויך פארמאגט עס יעצט – צום ערשטן מאל – פולע VBA SCRIPT סופארט.
מומחים וואס האבן עס שוין פרובירט, זענען זייער צופרידן, עס איז שנעלער, פארשטייט זייער גוט דאקומענטן וואס זענען געמאכט געווארן אויף די ווינדאוס ווערסיע. עס פארמאגט כמעט אלע פיטשערס פון די נייע ווינדאוס ווערסיע אפיס 2010, און האט אפילו א פיטשער וואס דו ווינדאוס ווערסיע פארמאגט נישט (פול סקרין). עס איז די ערשטע מאל וואס מייקראסאפט געט ארויס אזא שלימות’דיגע ווערסיע פון אפיס פאר די מעק.
ווי געווענליך – ביי מייקראסאפט פראדוקטן פאר די מעק, איז “אפיס:מעק 2011″ פיל שענער אין אויסזען ווי די ווערסיעס וואס לויפן אויף ווינדאוס. עס איז בלויז איינס פון די צייטן וואס איך שפיר זיך אביסל פארראטן דורך מייקראסאפט…
ערשטע בליק אויף אפערע בראוזער 11 (דעסקטאפ)
די אפערע בראוזער אויפן דעסקטאפ קאמפיוטער – אנדערש ווי אפערע מאביל – האט קיינמאל נישט געהאט צופיל חסידים, אבער די ביסל וואס עס האט יא, זענען גאר הייסע, און רירען זיך נישט אוועק דערפון. שוין יארן וואס עס געניסט פון בערך איינס צוויי פראצענט פון די מארקעט. גראדע האט עס פיל מעלות, ספעציעל ארבעט עס גוט אויף עלטערע קאמפיוטערס און שטאטערע קאנעקשאנס.
די וואך האבן זיי אנטפלעקט די ערשטע ריליעס – אדער ווי עס רופט זיך “אלפא” פון די צוקונפטיגע אפערע 11. די עיקר חידוש -א זאך וואס אנדערע בראוזערס האבן שוין לאנג, און היינט קען מען שוין נישט קאנקורירן אן דעם, איז סופארט פאר “עקסטענשאנס”. מען קען זען א ליסטע פון אלע עקסטענשאנס דא.
https://addons.labs.opera.com/addons/extensions
מען קען עס שוין דאונלאדען, אבער עס איז נאך זייער רוי (אלפא איז נאך פאר בעטא) עס קען נאך האבן באגס און גורם זיין פראבלעמען. פאר די דרייסטערע צווישן אונז, אט איז א לינק.
http://www.opera.com/browser/next/
עפל שטייגט איבער RIM (בלעקבערי) און סאני עריקסאן צו נומער 4 סעלפאן פראדוצירער אין די וועלט
עפל האט געהאט א געוואלדיגע הצלחה אינעם לעצטן קווארטער, מיט 20 ביליאן דאלער איינקונפט, שטייגט עס איבער מייקראסאפט’ס מערסטע פראפיטבארע קווארטער.
יעצט קומט די נייעס פון א מארקעט ריסערטש פירמע, אז מיטן פארקויפן 14.1 מיליאן אייפאונס דעם קווארטער, איז זי איבערגעשטיגן RIM (פראדוצירער פון בלעקבערי) און סאני עריקסאן, צו די סאמע פערטע גרעסטע אלוועלטליכע סעלפאון פראדוצירער. 14.1 מיליאן אייפאונס איז 4.3 פראצענט פון די גלאבאלע סעלפאון מארקעט אין די לעצטע פערטל. און איז דאפעלט פון עפל’ס חלק פונקט א יאר צוריק פון בערך צוויי פראצענט.
בעטא אפדעיט פאר יאהו מעיל
הגם יאהו אימעיל האלט אין איין פארלירן באניצער צו גימעיל, איז יאהו נאך אלץ די מערסטע באניצטע אימעיל סערוויס אין אמעריקע.
א מעלה פון יאהו וואס גוגל האט נישט, איז אנלימיטעד ספעיס, אקעגן גוגל’ס 7 ג”ב. און די מעגליכקייט צו זען א אימעיל אן אריינגיין דערין, ענליך צו א געהעריגע אימעיל קליענט, ווי צב”ש אוטלוק.
איינע פון די הויפט מעלות פון גימעיל איז די שנעלקייט, יעצט איז יאהו ארויסגעקומען מיט א פרישע ווערסיע, וואס איז -לויט ווי זיי זאגן- צוויי מאל אזוי שנעל ווי די יעצטיגע ווערסיע.
מיר האבן עס פרובירט, און עס טאקע היבש שנעלער. עס האט אויך אנדערע שינויים, און א מער מאדערענע אויסזען, אבער די שטארק פוירפל קאליר האקט אין די אויגן. עס וועט מן הסתם זיין א מעגליכקייט צו טוישן אין די פיינעל ווערסיע.
וויבאלד עס איז נאך אין בעטא, דארף מען עס אקטיוויזירן עס צו באקומען, קליקט אויף די לינק און פאלגט אויס די אנווייזונגען. עס איז מעגליך צוריקצוטוישן אויב מען איז נישט צופרידן.
http://features.mail.yahoo.com/