דעת בעל-בית

17 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דעת בעל הבית · דורך: ליינער · וואך: תולדות , תשע"א · בעל-בית נומער: 24 · דאטום: 2010-11-01
http://www.balboos.com/content/2010/11/דעת-בעל-בית-3/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דעת בעל-בית

איבער גאז סטאנציע אויף פארק עוו.
הרחמן הוא יברך את בעל הבית הזה.
איך וויל מעורר זיין פאר די וויליאמסבורגער מאטריסטן בתוכינו, א זאך וואס פילע ווייסן שוין אבער איז נאך קיינמאל נישט געהעריג באהאנדלט געווארן.
דער Hess גאז סטאנציע אויף בעדפארד -פארק וועלכע איז אונטער גוי׳שע אייגנטום באשווינדלן זייערע קונדן מיט צענדליגער טאקטיקן!
איינער האט געגעבן פארן קאשיר 40 דאלער, און ביים טאנק האט ער געזען אז ער קען נאר נעמען פאר 20, דער קאשיר טענה׳ט חי וקים אז ער האט נאר באקומען איין צוואנציגער.
זיך נאכפרעגנדיג ביי חברים ווער איך געוואויר אז מען רעדט דא בכלל נישט פון איינצעלנע פעלער, איינער פארציילט אז ער האט געפונען אויף זיין קרעדיט קארד א 10 דאלער טשארדזש פון עפעס א אייטעם וואס ער זאל כלומר׳שט האבן געקויפט דארט…  אזוי האב איך געהערט נאך עפיזאדן וועלכע דארפן אנצינדן א רויטן לעמפל. אסאך זאגן אז זיי ווייסן שוין פון לאנג אז מען טאר נישט גיין צו אים.
אן איינצעלנע פאסירונג קען מען נאך אפווענדן, אבער דא רעדט מען פון פיל מער פון דעם. לזכות את הרבים פאר די וואס ווייסן נאכנישט שרייב איך דעם בריוו: גייט נישט אהין אן א באהאלטענע ווידיאו אפאראט.
יישר כח פארן דריקן די שורות, א דאנקבארע ליינער.
י. גר”וו, ניי וומ”ס.

שפארט %80, ספעציעל פאר בעל-בית ליינער
איך האב שוין  געשריבן פארגאנגאנע וואך וועגן  די “סיסטעם מעקעניק” פראגראם ווי געוואלדיג דאס איז. מען קען עס דאונלאודן פון דא:

http://www.iolo.com

דער פראבלעם איז נאר אז עס קאסט 50 דאלער. (אדער אויף אמאזאן 40 דאלער). אין די יעצטיגע עקאנאמיע קען זיך נישט יעדער ערלויבן צו באצאלן אזויפיל געלט פאר א פראגראם, אפילו פאר גאר א גוטע.
איך האב יעצט אויסגעפונען א “ספעציעלע פראמאושאן” ווי איר קענט דאונלאודן דעם פראגראם פאר בלויז $10! ביטע געדענקט אז דאס איז נישט אפן פארן פאבליק. ממילא זייט דאס נישט מפרסם. אבער פאר די לייענער פון בעל-בית, אדרבה, זאלן זיי הנאה האבן.
גייט צו אט די ספעציעלע אדרעס

http://www.iolo.com/ct10

איר וועט זעהן ווי זיי גיבן אייך דעם אפציע צו דאונלאודן פאר $10 וואס איז ממש אן עבירה נישט צו נעמען פאר ווער עס האט פראבלעמען מיטן קאמפיוטער.
האטס הנאה…
שמעלקא

פראגראם וואס רייניגט און מאכט שנעלער קאמפיוטער
נאך א עצה אויף די שאלה וואס צו טון ווען א קאמפיוטער ווערט שטאט. (בעל-בית וירא תשע”א)
ארבעט אייער קאמפיוטער שטאט? האט איר כסדר ערראר מעסעדזשעס?
איר קענט דאונלאודן א גוטן פראגראם פאר גענצליך אומזיסט. עס הייסט:
COMODO System-Cleaner
מאכטס א סוירטש און איר וועט דאס תיכף טרעפן.
איך האב דאס אקארשט אינסטאלירט ביי איינעם אויפן קאמפיוטער וואס איז געגאנגען גאר שטאט, “סטארט-אפ” (ד.ה. די צייט וואס דער קאמפיוטער נעמט זיך אנצוצינדן) האט געדויערט איבער 6 מינוט (!), און וואונדער איבער וואונדער, דער קאמפיוטער האט זיך דראסטיש פארשנעלערט! סטארט-אפ נעמט קנאפע 3 מינוט (תפלה עושה מחצה..)
אלע פראגראמען מאכן זיך אויף שנעלער, דער גאנצער סיסטעם איז מער “רעספאנסיוו”. ממש פנים חדשות באו לכאן.
לויט PC מעגעזין איז עס נישט די סאמע בעסטע, די באצאלטע פראגראמען (אזוי ווי “סיסטעם מעקעניק” וואס איך האב שוין דערמאנט) זענען נאך אלץ בעסער, (הערת הזעצער: זע קעסטל) אבער פאר אומזיסט קען מען דאס נישט ביעטן.
ווען איר אינסטאלירט דעם פראגראם, גייט אדורך דעם גאנצן ליסט אויף די לינקע זייט, און ביי יעדע מאכט “סקען” (רעכטע זייט, אונטן) און קלויבט אויס וואס איר ווילט ער זאל אייך פאררעכטן, און ביז אפאר מינוט וועט איר זעהן א שיינעם דיפערענץ בעז”ה.
שמעלקא

פי די עף זאל נישט טוישן אותיות אויף אנדערע קאמפיוטער
בנוגע וואס איינער האט געפרעגט (בעל-בית וירא תשע”א) וואספארא פראגראם צו ניצן צו מאכן פי די עף’ס כדי עס זאל ארבעטן אפילו אויף א קאמפיוטער וואס האט נישט קיין היברו.
איך נוץ אינדעזיין צו עקספארטען מיינע פי די עף’ס, עס ארבעט ווי א פידעלע, מען קען אלץ זען היברו, אפילו אויף א קאמפיוטער וואס האט נישט קיין היברו. איך האב ספעשל געטרייט צו עפענען אויף מיין פאון, וואס האט בכל נישט קיין היברו, אבער די פי די עף האב איך געהעריג געקענט ליינען.
מ. כהנא
מאנסי

AVG מאכט שטייט די קאמפיוטער?
ווענד זיך וועלכע ווערסיע!
אזוי ווי איך האב  געשריבן אז avg  האט מיר שטייט געמאכט די קאמפיוטער וויל איך מוסיף זיין אז עס געשען נאכדעם וואס איך האב עס גע אפדעיטעט מיט זייער נייע ווערזשען ( איך מיין 11 ) דעריבער אויב האט איר יעצט avg און זיי שלאגן אייך פאר צו מאכן א אפדעיט מאכט זיכער פאר איר ליייגט עס אריין ווייל איך האב מיך אפגעבריט דערמיט
יעצט ניץ איך אווירא ביז דערווייל בין איך זייער צופרידן.
ברוך מאנדל

November 1, 2010 at 9:58 AM#2
דעת בעל-בית

ענדליך! איך בין אליינס א באשוואונדעלטער פון דעם גאז סטאנציע דארט. יישר כח!

November 1, 2010 at 10:12 AM#3
דעת בעל-בית

Shmelke, Thank you! supper job!

November 1, 2010 at 10:21 AM#4
דעת בעל-בית

למעשה איז קיין איין גאז סטאנציע נישט באגלייבט, זיי מאכן קוים געלט פון די געז, מענטשן זענען זייער “פעני מיינדעד” ווען עס קומט צו געז, און זיי זוכן צו ארויסנעמען ווי מער פון קונדן, צו פון טיפס צו סתם אזוי. מען דארף זיך אייביג היטן ווען מען נעמט געז, און איבערקוקן די געז מיטער, און “אייביג בעטן א רעסיט!”. די טיפס זאל מען קיינמאל נישט געבן שנעלערהייט ווען מען איז צומישט מיט די טשעינדזש פון די געז געלט. ווען אלע געלט איז שוין אוועקגעלייגט און עס שטימט די חשבון, דאן רוף אים און געב אים א טיפ. (צו מען מעג בעטן טשעינדזש פון א דאלער ווייס איך נישט, אדרבה לאמיר הערן פון אנדערע).

אבער עס פארשטייט זיך אז עס זענען דא געז סטעישאנ’ס גרעסערע גנבים ווי אנדערע. איך האב אפירגעזוכט דעם ספעציפישן געז סטעישאן אויף גוגל סטריט וויו.

http://maps.google.com/maps?hl=en&ie=UTF8&ll=40.696236,-73.956472&spn=0.015032,0.032637&z=16&layer=c&cbll=40.696314,-73.956488&panoid=ezV1FNQ8GUUYLz9t3CpmIQ&cbp=12,25.5,,0,4.29

אלץ א גרעפיק דיזיינער באמערק איך א א אינטערסאנטע זאך (וואס ווייזט מעגליך אויך אויף זייער ווילדקייט).

עס איז דא דארט 3 מאל די לאגא פון hess און יעדעס מאל איז עס א אנדערע לאגא!

בכל אופן, יישר כח פארן מעורר זיין, ולהציל ממונם של ישראל.

November 1, 2010 at 10:33 AM#5
דעת בעל-בית

On the system mechanic promotion, there is no link there to download for $10, it has the link to save you $10 and get it for $40.

November 1, 2010 at 10:52 AM#6
דעת בעל-בית

Same by me

November 1, 2010 at 2:09 PM#7
דעת בעל-בית

וואו איז שמעלקא ווען מען דארף אים?

November 1, 2010 at 3:44 PM#8
דעת בעל-בית

Same by me

November 1, 2010 at 7:24 PM#9
דעת בעל-בית

איך ווייס נישט וואס צו זאגן. ביי מיר האב איך יא $9.95. איך וועל פרובירן אן אנדער קאמפיוטער און אייך מודיע זיין אי”ה.

November 1, 2010 at 7:27 PM#10
דעת בעל-בית

דא איז דער הונט באגראבן. די פראמאושען איז געווען פארן יאר 2010. זעהט אויס אז זייער פיסקעל יאר איז שוין 2011.

פון יעצט און ווייטער אנשטאט CT10, שרייבט CT11.

לאזט מיר וויסן צי עס ארבעט!

November 1, 2010 at 7:35 PM#11
דעת בעל-בית

איך וויל אויך מעורר זיין אז סיי וועלכע פראגראם, ווי גוט עס זאל נאר נישט זיין – קען צומאל קאליע מאכן גוטע זאכן וואס ארבעטן.

איך וואלט שטארק רעקאמענדירט איידער איר נוצט סיי וועלכע פון די סארט פראגראמען, צו מאכן א בעקאפ פון די רעדזשיסטרי.

November 1, 2010 at 7:45 PM#12
דעת בעל-בית

No, it still does not work, it just redirects to the homepage, same as before.

November 1, 2010 at 8:07 PM#13
דעת בעל-בית

יא גערעכט AVG 11 מאכט די קאמפ. זייער שטיי, איך האב עס UNISTALLED אין INSTALLED MICROSOFT ESSENTIAL אין די קאמפץ ארבעט א מחי,

November 2, 2010 at 11:09 AM#14
דעת בעל-בית

אזוי ווי עטליכע ליינער האבן לעצטנסס גערעדט וועגן א טאנאפ פאר די קאמפיוטער איז כדאי צו וויסן אז אווירא האט יעצט א ספעשל אויף זייער טאנאפ אז ווער עס קויפט די אנטי וויירוס פון זיי באקומט בחינם א טאנאפ וואס מען קען נוצן ביי 3 קאמפיוטערס (די לייסענס איז גיט 3 מאל) איך האב נישט קיין עקספיריענס מיט די טאנאפ אבער זייער אנטי וויירוס איז זייער גיט מיט אסאך פיטשערס – זיי האבן איין אנטי וויירוס פאר בחינם און איינס פאר $30 א יאר און איינס פאר $50 א יאר (און אויב קויפט מען פאר 2 יאר איז עס פאר $77) די ספעשל וואס זיי האבן איז אויב מען קויפט די טייערע אנטי וויירוס

November 2, 2010 at 6:09 PM#15
דעת בעל-בית

פרוביר צו לייגן CT09 און CT10 און דערנאך CT11 – בקיצור, שפיל זיך ארום, נאך אפאר מאל פרובירן דארף דאס לכאורה צו ארבעטן.

אגב, זעה איך אז עס איז דא אויף אנדערע סייטס אויכעט (אדרבה, מאכט א סוירטש אויף סיסטעם מעקעניק קיופאן), איז דאס ממילא א מילתא דעבידי לגלויי, ולא משקרי אינשי, און איר מעגט דאס מפרסם זיין אפילו פאר אייערע פריינט וועלכע לייענען נישט דעם בעל בית..

אז איך רעד שוין פון קיופאנס, וואלט איך געדארפט עקסטער מהנה זיין דעם עולם, בפרט די דאזיגע וועלכע ווייסט נישט דערפון, אז אויף טויזענטער געשעפטן איבער אמעריקע קען מען טרעפן קיופאנס. אודאי דארפן מיר פרובירן שטיצן היימישע געשעפטן אונזערע אידישע ברודער, וחי אחיך עמך, מ’האט שוין געשמועסט דערפון אין בעל הבית אין איינע פון די אויסגאבעס, אבער אויב עס קומט אייך אויב צו קויפן אין סיי וועלכע גרויסע (גוי’אישע, דעפארטמענט) געשעפט, פון טויס, מוזיק, קליידער, אפלייענסעס, עלעקטראניקס, און וואס נישט, מאכט א סוירטש פאר דעם נאמען פון דעם געשעפט און “קיופאן” דערנאך. עס זענען פאראן אסאך סייטס וועלכע שטעלן אייך צו אומזיסטע קיופאנס.

November 3, 2010 at 1:15 PM#16
דעת בעל-בית

פיינעלי יעצט ארבעט עס ביי מיר
טאקע CT10, איך האב גארנישט געטון אנדערש ווי נעכטן, אבער היינט ארבעט עס.
יישר כח שמעלקא, געמיר דיין פעיפאל און איך וועל דיר שיקן קאמישן אויף די פערציג וואס כאב מיך געשפארט….

November 5, 2010 at 12:39 AM#17
דעת בעל-בית

ווי אזוי קען מען קאנווערטאן א PTF צו א ווארט פייל פאר היברא- לשון הקודש, איך האב געטרייט אפאר וועגן ווי למשל SAVE AS TEXT אבער עס קומט ארויס אלע ווערטער פארקערט, די פראגראם NITRO PTFקומט אויך ארויס נאכ’ן קאנווערטען פארדרייט אלע אותיות, איך האב געדרייט ADOBE ACROBAT MIDDLE EAST און עס איז אויך נישט גוט ווייס איינער פון א גוטע פראגראם צו עפענען א היברא PTF?