איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

53 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: פון מיין אפיס פענסטער'ל · דורך: מתתי' גראס · וואך: תולדות , תשע"א · בעל-בית נומער: 24 · דאטום: 2010-11-01
http://www.balboos.com/content/2010/11/איז-ארבייטן-און-ברענגען-פרנסה-א-לכתחלה/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

דער קוטשמע האט ביי מיר אייביג געטראגן א געוויסע כאראקטער וועלכע איך האב געוואלט ארויסהאבן, האמת אגיד איך האב עס נישט ארויס 100%, פארוואס עס איז באקוועמער ווינטער ווי זומער, איך זעלבסט בין נישט קיין קוטשמע טרעגער ווייל איך ווייס נישט פארוואס איך זאל עס אנטוהן אנשטאט מיין הוט. ווען איך באקום ווען רשות צו טוישן אויף זומער אויך, און אוועקווארפן גענצליך מיין געהעריגע הוט, וואלט איך עס מעגליך אנגעטון.
דער קוטשמע איז נישט צו שטארק אויפגעכאפט ביי כלי קודש און כולל אינגעלייט, און מען זעט עס מייסטנס ביי בעלי בתים און ארבייטער. ווען איך זעה א קוטשמע אין בית המדרש קומט אונטערן באוואוסטזיין אריין א עהרע און רעספעקט צו  “בזיעת אפיך תאכל לחם” “יגיע כפיך כי תאכל”…
צוליב דעם וואס די פלאץ ווי אידן באקענען זיך און פארברענגען צוזאמען איז א “בית המדרש”, קען זיך חלילה דאכטן אז די נושא פון גשמיות’דיגער פרנסה ברענגען איז עטוואס אין קעגנזאץ צום אידישן געזעלשאפט, אין בית המדרש דאווענט מען און מען לערנט, און ווען קען מען זיך צונויפרעדן וועגן ביזנעס? איז פאשטייט זיך דאס בית המדרש נישט דער פאסיגסטער צענטראלע מקום פאר ביזנעס לעקציעס און דברי חיזוק אדער סתם איש את רעהו יעזורו פאר ביזנעסלייט אויפן גשמיות’דיגן שפראך. און ווען עס פאסירט יא איז באופן בדיעבד. נישט אויף אן אפציעלע אויסגעטראטענע פארנעם. (איך גיי אוודאי נישט אריין אינעם טעריטאריע פון סעלפאונס און שמועסן אינמיטן דאווענען, וואס דאס איז להיפוך פון אונזער נקודה דא).
איז דאס טאקע אזוי? איז פרנסה ברענגען עפעס א “ראזשינקע” ביי אידן? איז עס עפעס א זאך וואס איז נישט קיין “לכתחלה” לכל הדיעות? ווערט נישט די מעלות פון האבן געלט און ברענגען פרנסה גענוג מופלג בדברי חז”ל? ווערט נישט פרנסה דערמאנט ביי יעדע תפלה?
געוויס איז דאס נישט ריכטיג! דער אויבנדערמאנטער בליק עקזיסטירט בלויז ביי אומוויסנדע וואס ווייסן נישט אז דער בזיעת אפיך תאכל לחם איז א סיסטעם וואס השי”ת האט אזוי אויסגעשטעלט און אז מען פראבירט אויסצושפילן דעם סיסטעם איז עס נאך א גרעסערע קללה ווי דער קללה זעלבסט. פרנסה ברענגען פארנעמט אין אידישקייט א אויבנאן! די ספעיס פון דעם אימעיל יוכלו והם לא יוכלו ווען מיר זאלן דא זיך נעמען מיט מראי מקומות ווי בעלי בתים און ארבייטער זענען די הויפט מחותנים אין סיי וועלכע ספר פון די תורה שבכתב ביז תורה שבעל פה, פון די ראשונים ביז די אחרונים ביז אלע תפלות.
“חשובער ארבייטער, דו באגייסט נישט קיין שום בדיעבד, רעדט פון ביזנעס, טראכט פון ביזנעס, זיי דיך מחזק מיט ביזנעס! דאס, יא דאס! איז אקוראט וואס דו מוזט טון אלץ א פליכט זייענדיג א קינד פונעם מלך מלכי המלכים!” אט דעם מעסעדזש האב איך ארויסגעהארכט פונעם קוטשמע, וועלכע  סימבאלאזירט אין א געוויסע זין דאס ברענגען פרנסה, אבער קומט דאך אריין לכתחלה אין בית המדרש צו דאווענען און לערנען.
פארשטייט זיך אז די גאנצע גשמיות ברויך זיין געבויט אויף רוחניות, און אפגערעדט אז מיר גייען נישט אריין דא אין די פארשידענע רוחניותדיגע אספעקטן אויף וואס ווערן דערמאנט כסדר אין די ספרי קודש, ווי אמונה און בטחון, די שיעור פון השתדלות, און ווייטער עד אין סוף. איז אבער די נקודה דא אז דער גשמיות פון פרנסה איז א שטיק רוחניות!.
קען איך זיך נישט איינהאלטן צוצוענדיגן מיט א ווארימע יישר כח פארן בעל אכסניא, דער בעל בית אויסגאבע וואס איז די ערשטע אין דעם הינזיכט צו ברענגען אויסגעהאלטענע ביזנעס אינפארמאציע אויף א לכתחלה’דיגע רעספעקטפולן אופן און נאך אינעם אידישן שפראך. בעסער געזאגט, אינעם קוטשמע שפראך…

November 1, 2010 at 9:31 AM#2
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

““חשובער ארבייטער, דו באגייסט נישט קיין שום בדיעבד, רעדט פון ביזנעס, טראכט פון ביזנעס, זיי דיך מחזק מיט ביזנעס! דאס, יא דאס! איז אקוראט וואס דו מוזט טון אלץ א פליכט זייענדיג א קינד פונעם מלך מלכי המלכים!” ”

איך וואלט געוואלט צולייגן א נקודה. עס איז נישט קיין סוד, אז א סאך פון אונזערע כלי קודש / כולל יונגעלייט / נישט-ארבייטער מוזן – פארשטייט זיך נאר מכח הכרח – נעמען געוויסע שריט וואס מצד הדין איז עס אפשר נישט אזוי אויסגעהאלטן. אזוי ווי די גמרא אין קידושין (כט עמוד ב) זאגט טאקע “רבי יהודה אומר כל שאינו מלמד את בנו אומנות – ווער עס לערנט נישט זיין זון א פאך – מלמדו ליסטות – לערנט אים רויבעריי. פרעגט די גמרא – ליסטות ס”ד – ער לערנט אים דען רויבעריי? נאר וואס דען – אלא כאילו מלמדו ליסטות – עס איז כאילו ער וואלט אים אויסגעלערנט רויבעריי” און ווי רש”י ערקלערט אויפן פלאץ: “דכיון דאין לו אומנות – וויבאלד ער פארמאגט נישט קיין פאך – ויחסר לחמו – און עס וועט אים דאך פעלן פרנסה – ילך בפרשת דרכים וילסטם את הבריות – וועט ער דאך גיין אין גאס און באראבעווען די מענטשהייט”.
עס האט מיר איינער נאך געזאגט בשם הרה”ג ר’ חיים לייב כ”ץ סערדעהעלי רב שליט”א אז די איינציגסטע היתר צו דרייען מיט די פאפירן איז “נעשה לו כהיתר”…. (די גמרא אין מועד קטן זאגט: רב הונא כיון שעבר אדם עבירה ושנה בה הותרה לו. הותרה לו סלקא דעתך?! אלא אימא נעשית לו כהיתר…)
איך ווייס אז עס איז דא רבנים המתירים און פארשטייט זיך אז יעדער דארף גיין נאך זיין רב און פוסק, אבער אחרי ככלות הכל בלייבט עס א מורא’דיגע בדיעבד, עז ברענגט אריין אינעם מענטש א זלזול אין די איסור גניבה ושקר.

ממילא טייערע קוטשמע איד, עס קען גאר זיין אז ביים באשעפער זענט איר נאך פיל מער חביב ווי דער כלי קודש. אין א בחינה ווי די פסוק זאגט אין ישעיה “למה לי רב זבחיכם? יאמר ה’. שבעתי עלות אילים וחלב מריאים ודם פרים וכבשים ועתודים לא חפצתי: כי תבאו לראות פני, מי בקש זאת מידכם רמס חצרי?” גיי ארבייט, לערן ווייניגער וויפיל די וואלסט ווען געקענט, אין לעב אויף ערליכע געלטער!

November 1, 2010 at 9:54 AM#3
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

יא, מתתי’, ווי אייביג! איך בין ממש געשפרינגן פון יעדע ווארט, מען קען דיך נישט אפווענדן!

November 1, 2010 at 9:57 AM#4
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

יידל, ביסט כשר גערעכט. אבער ווי ווייט איך ווייס איז די רעדע אויך פון ארבעטער, נישט נאר כלי קודש. אבער לאמיר נישט רעדן צופיל…

November 1, 2010 at 10:15 AM#5
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

ייש”כ פאר די חיזוק ווערטער.

איך זעלבסט שעפ חיזוק פון די ארטיקלען. אמאל בין איך געווען פון די סארט וואס רעדן זיך כסדר אפ הלמאי איך בין פארפליכטעט ווי א קנעכט א גאנץ לעבן צו מיין ארבעט, די וועלט איז דאך אזוי גרויס און שיין, איך האב געשפירט כאילו איך בין דא “אין א תפיסה”..

היינט פארשטיי איך אז ניין, יעדע רגע בין איך מקיים דעם רצון ה’, דאס איז מיין תפקיד אויף דער וועלט, אויף דעם אופן וויל השי”ת איך זאל אים דינען, קומט אויס אז נישט נאר איך שפיר נישט אז איך פארליר מיין לעבן, נאר אדרבה דאס איז דער תכלית פון מיין לעבן, און יעדן טאג ווען איך קום אריין קום איך טון מיין “דזשאב” אויף וואס מען האט מיך אראפגעשיקט דא אויף דער וועלט.

זעלבסטפארשטעדליך אז מען קען נישט אוועקמאכן די כלי קודש, כלל ישראל דארף האבן ביידע, יעדער קומט אראפ אויף דער וועלט אויפצוטון לויט זיין תיקון הנפש, און השי”ת פירט שוין צו וואו יעדער זאל אנקומען, און מיר דארפן נאר זיך לאזן פירן און מקבל זיין באהבה, און פארשטייט זיך מתפלל זיין אויף טריט און שריט.

נאכאמאל, א דאנק פאר אייער ארטיקל, און טוט דאס אפטער!

November 1, 2010 at 10:51 AM#6
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

Mates, A1!!! Best article ever!

November 1, 2010 at 11:10 AM#7
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

בן בלי שם:
א. ביי ארבייטער איז עס אויף פיל א קלענערן פארנעם (רוב מאל איז עס פאר די קינדער – וואס לערנען אין כולל…)
ב. לאמיר טאקע נישט מקטרג זיין…

November 1, 2010 at 11:22 AM#8
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

מאטעס’ל זיסער, די ארטיקל מאלט צוקער וואסער הלוך וחזור, קענסט אפשר זאגן אין איין ווארט וואס דיר קוועטשט?
אגב: נאכ’ן אפגעבן דעם פולסטן רעספעקט פאר’ן ארבייטער (אני הקטן געהער אויך אין די קאטעגאריע) פארוואס ערוועקט דאס ביי דיר מער עהרע ווי דער בן תורה וכלי קודש?

November 1, 2010 at 11:59 AM#9
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

Anonymous, דיין “אגב” פוינט זאגט דאך שוין אלעס.

פארוואס זעט מען אזויפיל אינגעלייט היינט וואס טוען נישט למעשה? זיי זענען ביזי מיט איזי מאני, MLM, זיי מיינען אז זייער גליקליכער טאג וועט קומען מיטן זיין א אייגענע בעל הבית? און מען רעדט נישט דא פון שנה ראשונה אינגעלייט, מען רעדט דא פון טאטעס מיט שטובער מיט קינדער וואס די ווייב שטייט און ווארט אויף אביסל געלט, און די מאן איז ביזי מיט דמיונות? אלעס אויסער ארבעטן שווער.

ווייל א גראסערי ארבעטער מיט’ן בלויען מאנטל איז ביי אים א חסרון, א טרעילער דרייווער איז אפגערעדט. דאס אלעס קוקט ער אראפ. ער קוקט ארויף “בכבוד’דיגע ארבעט”! ער פארשטייט אבער נישט אז ארבעטן מיינט שווער.

מען רעדט דא נישט פון צוויי ראסעס, בני תורה קעגן ארבעטער. בני תורה זענען זייער חשוב, אויב זיי קענען עס באווייזן קען נישט זיין בעסער. מען רעדט אבער דא פון אינגעלייט מיט דמיונות און חשבונות, וואס ווילן אלעס חוץ זיין א “ארבעטער”. מען קוקט אראפ דער פאריאגטער אינגערמאן מיטן תירוץ אז ער איז נישט אזוי ערליך ווי דיר (ווען אליבא דאמת איז די תירוץ אז ער ארבעט ווי א חמור און מאכט צען מאל מער געלט ווי דיר), און פון דעם רעדט דא ר’ מתתי’.

ער מאלט שוין גארנישט קיין צוקער וואסער, ווי אומגעשמאק עס זאל דיר זיין זיך צו טרעפן מיטן רעאליטעט.

אנטשולדיגט, איך מיין נישט דיך פערזענליך. אבער עס קוקט מיר אויס ווי דו פארשטייסט גאנץ גוט פון וואס די רעדע איז.

November 1, 2010 at 12:25 PM#10
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

וועלוול, איצטערט רעדסטו צו דער זאך, און אויב (?) דו ביסט מאטעס זעלבסט, וואלט איך שטארק רעקאמענדירט אז די זאלסט אדרעסירן דעם פראבלעם פין ‘ביזנעס דמיונות’ אין א עקסטערן ארטיקל, ווייל לדאבוני איז דאס אין דעם יעצטיגן ארטיקל בכלל נישט בארירט.

עס זענען דא כולל יונגעלייט וועלכע באלאנגן נישט דארט, און זענען נאר דארט ווייל עס פאסט נישט צו גיין ארבעטן? אויך א גערעכטע נקודה וועלכע איז בהחלט ווערט צו ווערן אדרעסירט, אבער ווערט נישט דערמאנט אין מאטעס’לס ארטיקל. (טראץ דעם וואס די ערשיינונג איז פיל ווייניגער וויפיל מען מיינט, ואכמ”ל).

דער פראבלעם פין וועלן זיין א אייגענער בעל-בית איז לגמרי נישט באגרעניצט צו כולל יונגעלייט, אדרבה ביי כולל יונגעלייט איז פיל מער שכיח אז זיי גייען איין אויף קנאפ בכבוד’יגע פאסטנס כדי צו מאכן אפאר דאללאר אין די זייט. (עס וועט זיי אפשר נישט פאסן צו דרייוון אין א טראק, אבער פאקן ספרים אין בית המדרש אדער קניפן ציצית איז אויך נישט קיינעמס פירסט טשויס.)

אדרבה, אמור אתה! וויפיל יונגעלייט וואס גייען ארבעטן תיכף נאך די חתונה טרעפן תיכף א נארמאלע דזשאב און הייבן אן צו פארדינען ווי א מענטש אין די ערשטע פאר יאר ווען מען קען גרינגערהייט אפשפארן אפאר דאללאר?
רובא דרובא וועלן זיך דרייען און פרייען די ערשטע פאר יאר , און זוכן גליקן, און וועלן נישט סעטלען אויף א זשאב ווילאנג זיי מוזן נישט.

איז אלזא הדרא קושיא לדוכתיה: פארוואס ווערט מאטעס אזוי איבערגענומען ווען ער זעהט א קוטשמע?

אגב: (עס זאגט שוין אלעס?) מיינע מלמדים פין פריערדיגן דור פלעגן קומען אין חדר דוקא מיט א קוטשמע, זייט דעמאלטס ערוועקט ביי מיר די קוטשמע הרגשים פין א אנדער’ן סארט…

November 1, 2010 at 12:28 PM#11
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

וועלוול
אויב רעדט מען פין דמיונות, מאכן דעם בעל-בית איז נישט קיין דמיון?

November 1, 2010 at 1:54 PM#12
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

ווערטס נישט אזוי היציג חברה, מתתי’ איז א הומאריסטישיע שרייבער, עטץ האטס נישט געליינט אלע זיינע ארטיקלעך ביז יעצט?

מתתי’ וואס איז געבליבן מיט די קאווע? האסטאך יא געקויפטע קאווע אויפן טיש זעה איך? איינמאל האקסטו דערויף און איינמאל טרונקסטו מיט אזא געשמאק?

און דער בילד וואס הענגט דארט? ווייסט נישט אז ביי חסידישע אידן הענגט מען נישט קיין בילדער?

November 1, 2010 at 2:14 PM#13
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

מתתי’, כאטש איך גלייך דיין סטיל, האסטו שוין אבער בארירט דעם טעמע – פון א אנדערע פרעספעקטיוו – איינמאל. איך גלייך מער ווען דו רירסט אן “גשמיותדיגע” קאנטריווערסיאלע סאבדזשעקטס, ווי די פארקינג מיטערס, קאווע. וכו’. און נישט ענינים וועלכע קענען טרעטן אויף די הינער אויג פון אסאך היימישע אידן. – ווי גערעכט דו זאלסט נישט זיין.

November 1, 2010 at 2:20 PM#14
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

אז מען רעדט שוין יא פונ’ם בילד, איז עס פין מונקאטשער רב?

November 1, 2010 at 4:03 PM#15
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

טעיק איט איזי מתתי’.
די פרובירסט צו פארוואנדלן דאס ארבעטן אין א אידעאל אזוי ווי אין קאמוניזם, עס קוקט אויס ווי די פלאנסט צו גרינדן א סאציאלע ארבעטער פארטיי.
ארבעטן פאר פרנסה איז געגעבן געווארן פאר אדם הראשון אלס ביטערער שטראף פין הימל, און סך הכל א היכי תימצי פין דערמעגליכן דאס זעקל ביינער אנצוציען אויף דעם עולם התחתון אזוי ווי לאנג עס אים באשערט.
לאז געמאך מתתי’; מיר ארבעטן גענוג שווער פאר פרנסה, אז מיר זאלן עס נאך דארפן באשטעטיגן מיט א ספעציעלן יוניפארם.

November 1, 2010 at 5:39 PM#16
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

וואס איז די האסטיליט דא?
קודם כל, וואס איז די חסרון פון וועלן ארבעטן א בעסערע ארבעט ווי א טראק דרייווער, איך ארבעט שוין א לאנגע צייט צו זיין מיין אייגענע בעלבוס, און ביזדערווייל מאכט א טראק דרייוער מער, קען זיין.
האב איך נישט קיין רעכט דערצו?
פארוואס איז יעדער אזוי האסטייל? יעדער האט א רעכט אויסצושטעלן זיין לעבן וויאזוי עם שמעקט, פיריעד.
ווייל מיין ווייב דארף אזוי סאך געלט וויפיל ער טראק דרייווער פארדינט, שוין יעצט, בינ איך עפעס מחויב צו טון א זאך וואס איך האב נישט קיין געשמאק דערין?
איך הער אסאך אויס לוזער לאנדא, יואלי קליין און אנדערע, הצד השוב שבהן, יעדער האלט אז א ארבעט דארף מען ליב האבן, עס דארף זיין געאייגענט פארן מענטש.
סאו קיינער זאל נישט שוינען מיין וויב אין קינדער, אפשר וועט זיך עס אויסצאלן ווייל לסוף וועל איך מצליח זיין, און אויב נישט, איז עס מיין לעבן, און איך בין נאך אלץ בארעכטיגט צו מאכן מיינע אייגענע דעסיזשאנס, קיין עבירה איז עס נישט, צו פארדינען ווייניגער וויפיל מען קען.

November 1, 2010 at 6:26 PM#17
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

מתתי זאגט אבסולוט א גיטע געדאנק, ס’איז א בפירושע גמרא גדול הנהנה מיגיע כפו.. ס’איז דא אסאך פשטים אבער אין המקרא יוצא מידי פשוטו,
הערה: נישט נאר וועגן ערליך געלט זענען אינז חשוב’ער נאר כ’האב געהערט נאכזאגן פון א געהובנע איד אז ער האט געשיקט זיינע קינדער ארבעטען תיכף נאך די חתונה זאגענדיג אז ווער ס’קען נישט לערנען 3 שעה לכה”פ פארטאג’ס פאר די ארבעט און אויך ביינאכט נאך די ארבעט איז בכלל נישט בארעכטיגט זיך צו קרוינען פאר א בן תורה…
זייט ווען איז חשוב’ער צו טרינקען קאווע אויפן ווייב’ס חשבון ווי גיין מיט א קאטשמע, איך מיין חלילה נישט צו זאגן אז אלע כולל אינגעלאט זענען אין דעם קאטעגוריע אבער אויב ביסטו ליינער א כולל אינגערמאן טראכט’עך גיט איבער.

November 2, 2010 at 6:30 PM#18
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

העתקה מספר בית אהרן (קארלין) אודות הענין הנ”ל. מצוי כמה טעותים מחמת שהוא converted from PDF והשם הטוב יכפר

איגה”ק אשר כתב הרה”ק בו’ ארומו”ר הרב ר’ אשר זצוקללה”ה
שלום שלום כפולה ומכופלת ורב טוב לאהו’ מחותני ידידי הרבני הותיק הנגיד כבוד שמו מוה’ יוסף שיחיה:
מהודענא אדות וכו’ . ומה שסיפר לי חתנו שיחיה שמעלתו עצל במלאכתו מלאכת שמים ואינו עוסק במו”מ ורוצה להיות יושב אוהל ומקנה זה הדרך ומקרא מלא הוא יגיע כפיך כי תאכל וכו’ י ובגת’ גדול הנהנה מיגיע כפו יותר מירא שמים י ויאמין לי אהובי שגמילות חסד אחד או פרוטה צדקה אחת או שאר מצות מעשיות ובפרט הכנסת אורחים י וכל מה שבכלל כל התורה אין בכלל אלא מה שבפרט ומהפרט נעשה כלל גדול בתורה וכל פרט בפני עצמו הוא כלל כללו של דבר הוא יותר טוב מכמה שבועות ואפשר שנים שהוא לומד בתורה שהעיקר הלימוד הוא לעשות ומי ומי עלה למרום להוריד עוז מבטחה כאשר איש הנאמן ועוסק באמונה וצא ולמד מהשאלות ששואלין נשאת ונתת באמונה וקבעת עתים לתורה ומזה מי שעוסק באמונה אין החיוב עליו רק בקביעות עתים לתורה ולהבינך העטן יותר כי ידע כי בעת שהוא לומד אינו מקשר עצמו נפשו ורוחו ונשמתו להתעטג אמתי כאשר הוא עושה המצוה בעשיה ומקשר עצמו עם מי שהוא עושה עמו המצוה י וזה בחי’ זכר ונקבה והתענוג שמקבלין שניהם היא ההולדה וזהו תולדותיהם של צדיקים מעש”ט וידע אהובי שזה עיקר השלימות לבד מבני עליה אשר הם עושים יחודים בכל תנועה ותנועה ובפרט בכל דיבור ודבור וע”ז נאמר אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממני והדרך כבושה לפני בעלי בתים הרוצים להיות סור כתבתי יותר מכמה למודים וכמה אנשים שרצו לעשות למו”מ ובעז”ה מחזיקים ובעז”ה עלה בידי לכמה כמעשהו והכרחתי אותם למ”מ ובעז”ה מחזיקים לי טובה בזה ובבא והעיקר שלא יתעצל בשום עסק וידע בעת שהוא עצל במו”מ גם הלימוד שלו בעצלות. וע”ז ג”כ נאמר ולחם עצלות לא תאכל וידע שאין דרכי כ”כ להרבות בכתיבה רק מחמת וכו’ אנא נפשי בכתיבה יהבית ואי”ה כשיקיים כפי מכתבי אכתוב לו יותר באריכות ועליו לעשות וד’ יגמור בעדו לטובה י ויהיה ברוך ממקור הברכות הוא וביתו וכל אשר לו וכל הנלוים אליו ודורשי שלומו הטוב עד עולם כי טוב מהק-ל הטוב כל הימים טוב. מנאי הכותב בטוב ורוצה ומבקש שיהיה לו טוב בכל טוב סלה הק’ אשר בהרב מו”ה אהרן זצוקלל”ה
ומהודענא אדות גיסי שיחיה שיראה להשגיח עליו על בריאותו שיאכל בעת אכילה ויישן בעת השינה ויראה שיישן כפי הצורך לבריאות גופו וראשו ואיבריו ואל יהיה דבר זה קל בעיטו ובפרט שהוא כחוש ורך בטבע ובוודאי יהיה למודו אי”ה יותר טוב (חסר)

ואני בחסדך בטחתי וגו’ יבואר כי הנה אין הנכון להמקבל מתנה לומר שירה ושבחה למי שנותז לו מתנה הגם כי שמח מאד במתנתו אמנם ראוי לתת שבח והודי’ להקב”ה שנתן בלב אדם זה שיתן לו מתנה זה אמנם אם יגיע לו טוב ממעשי ידיו אז יודה לאלקי ית”ש שעזרו במעשיו ונתן לו כח לעשות חיל להיות נהנה מיגיע כפו וזהו כוונתם ז”ל גדול הנהנה מיגיע כפו יותר מירא שמים היינו גדול הנהנה מיגיע כפו וביותר צריך להודות ולהלל לה’ יותר מירא שמים שבא לו פרנסתו ע”י אחרים ובזה יל”פ הפסוק ואני בחסדך בטחתי יגל לבי בישועתך גילה בעלמא אם הי’ מפאת חסדך בכל אופן שבא חסדך אפי’ ע”י שלוחים אמנם אשירה לה’ כי גמל עלי הקב”ה בעצמו מידו הטהורה והרחבה (ת”מ מת”ל בשלח)

November 2, 2010 at 8:46 PM#19
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

בן בית. שכוח שכוח שכוח
איך פארשטיי נישט פונקטליך די הסבר, קען זיין וועגן די טעותים, וויאזוי ער איז מסביר אז צדקה והכנסת אורחים איז חשובער.
אבער עס איז מיר געווען א געוואלדיגע חיזוק, איך וועל עס אי”ה אויפזיכען און אדורכלערנען בעיון. ביטע געב א מראה מקום.
שכוח נאכאמאל, ותזכו למצות

November 3, 2010 at 3:17 PM#20
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

מי אנכי אריינצושטעקן מיין קליינעם קאפ אין אזעלכע גרויסע בערג, אבער בפשטות איז דאך דאס א גרויסע סתירה צו די משנה וואס מיר זאגן יעדן אינדערפרי, אלו דברים וכו’, הכנסת אורחים, גמילות חסדים, הכנסת כלה, הלוית המת, הבאת שלו’, אבער… ותלמוד תורה כנגד כולם!!

אפשר קען זיין אז גדול התלמוד שמביא לידי מעשה, אז לערנען אליין עטליכע וואכן איז טאקע נישט אזוי גרויס, ווי אויב מען “לערנט אויך” און דערנאך איז מען טאקע מקיים א מצוה, א חסד’ל, דעמאלס מיינט ער צו זאגן אז עס איז אסאך גרעסער.

אדרבה, אויב איינער פארשטייט זאל ער ביטע זיך לאזן הערן!

November 3, 2010 at 6:19 PM#21
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

בית אהרן על התורה ומועדים להר’ אהרן והר’ אשר מקארלין דף קמ”ז עמוד א’ אין די ליקוטים. (מכתב השלישי בעמוד)

איך האב עס אויף א PDF אויב איינער ווייסט וויאזוי מ’קען דא ארויף לייגן א PDF פייל זאל ער מיך זיי מוחל אויסלערנען, אדער קען איך ארויפלייגן מיין אימעיל אדדרעס דא און ווער ס’וויל זאל מיר שיקן א אדרעעס וועל איך גערן צוריק שיקן אטעטשד.

וועגן שמעלקא’ס הערה זעה אינמיטן …עיקר הלימוד הוא לעשות…

November 3, 2010 at 6:21 PM#22
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

ס’איז א גרוסע חיזוק ס’איז כדי דורך צולערנען עטלעכע מאל

November 4, 2010 at 12:49 PM#24
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

ביים שרייבן אזא סארט ארטיקל מעג מען כאטש דערמאנען איין מראה מקום צו אונטערשטיצן וואס מען שרייבט.

November 4, 2010 at 2:01 PM#25
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

משה, זיי זיך מסביר, וואס זאל ער שרייבן? מראה מקום: מסכת בבא מציעא, שולחן ערוך חושן משפט? אז זיי זענען געאייגנט אויף הלכות פועלים און ביזנעס? צו זאל ער שרייבן “אבינו מלכינו כתבינו בספר פרנסה וכלכלה” אלץ א מראה מקום אז מיר בעטן אויף פרנסה? צו זאל ער שרייבן “ר’ יוחנן הסנדלר” צו ברענגן א ראיה אז מען מעג זיין א שיסטער אויף לי עוועניו און דאך זאל מען דערמאנט ווערן אין גמרא? צו טוב תורה עם דרך ארץ?

זיי זיך מסביר וואו עס פעלט אויס א מראה מקום, צו וואלט ער געדארפט אויסקלויבן בלויז איין מראה מקום פון די 10 טויזנט מקורות און דאס ברענגען?

November 4, 2010 at 2:07 PM#26
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

קשה לי לכתוב ביידיש, הגם שאני מבין הכל פה.

בן בית, המון תודה על הקטע של בית אהרן, כל מילה מתוק! תודה!

November 4, 2010 at 7:04 PM#27
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

שכוח בן בית
וועל מער עס ארויספרינטען און מעיין זיין דערין שבת.

November 11, 2010 at 2:37 PM#29
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

אה, הערשל איז דא.
נעקסט טיים ווען די נעמסט א בית אהרן פון דא געב קרעדיט.
בכלל ווייסט איין באשעפער פארוואס די ביזט אזוי נעגעטיוו, וואס ווילסטו פון די סטאלינער, אלץ קריטיקירסטו און די עסט זיך.
עס איז באמת א מורא’דיגע ברייו, האב הנאה דערפון, נעם ארויס א לימוד פאר זיך, און געגאגען ווייטער.

November 11, 2010 at 2:39 PM#30
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

שקר וכזב
די ערשטע מאל וואס איך זעה דער סייט בכלל. איינער האט מיר מיט א האלבע שעה צוריק געשיקט דעם לינק

איר האט עס גענומען פון מיר

זייט זיך מודה

November 11, 2010 at 3:00 PM#31
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

אנשולדיגט, איך זע טאקע יעצט אויף די דעיט אז דו האסט עס געשריבן NOV 1 און בן בית האט עס צוגעברענגט NOV 2
איך קען אבער נישט מודה זיין אז יענער האט עס גענומען פון אייך, ווייל איך ווייס נישט.

November 11, 2010 at 3:02 PM#32
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

apology accepted

November 11, 2010 at 6:38 PM#33
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

ר’ הערשל ס’איז נישט קיין שיינע זאך צו געבן מיין קרעדיט פאר א צווייטן…..

November 11, 2010 at 6:41 PM#34
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

וואס הייסט דיין קרעדיט???

November 11, 2010 at 6:43 PM#35
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

איר האט עס גענומען פון מיר

זייט זיך מודה

ער האט עס גענומען??

ביי די וועי גוט גיט אין מיין פי די עף העסטו זען פון ס’קימט.

November 11, 2010 at 6:44 PM#36
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

שקר וכזה

לא לקחתי שום דבר
קוק דו ביי מיינס

November 11, 2010 at 6:47 PM#37
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

איך האב נישט געזאקט אז די האסט גענומען BPGUY האט געזאגט..
בכלל האלט איך ס’איז נישט קיין שיינע זאך משוגע מאכן די גאנצע עולם אזוי לאנג SO LETS STOP THE DISSCOTION
ריגלע ריגלע רוגז…….

November 11, 2010 at 6:49 PM#38
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

ok
Hatzlooche

November 12, 2010 at 1:36 PM#39
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

איך האב באקומען אין אימעיל א מורא’דיגע ברייו פון א טאטע איבער דעם ענין פון ארבעטן, וויאזוי קען איך עס דא ארויפלייגן?
נ.ב. עס איז א פי די עף פייל

November 12, 2010 at 1:37 PM#40
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

go to scribd.com and upload it

November 12, 2010 at 2:06 PM#41
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

נחמן ח.:
איר קענט עס שיקן אין אימעיל, און מיר וועלן עס ארויפלייגן אויף די סייט.
הירשל: עס איז א גוטע געדאנק, אבער Scribd.com ווערט נישט אדורכגעלאזט דורך JNET

November 14, 2010 at 2:28 PM#43
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

גאנץ פיינע נקודות, אבער וואס וויל ער פון די ישיבות? אין קיין שום ישיבה רעד מען נישט פון די זאכן, לרע או להטיב. זאל ער זאגן פאר זיינע קינדער וואס ער האלט פאר ריכטיג, וחסל.
זיך נעמען קריטיקירען כלל ישראל, ישיבות, חינוך סיסטעם וכו, איז א אפגעפרעגטע מהלך.

November 14, 2010 at 8:08 PM#44
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

פששש!!! נחמן מעכטיג !
ס’איז טאקע נישט צו פארשטיין פון ווי ס’נעמט זיך אזא פארקערטע מהלך המחשבה ביי א גרויסער עולם (זעה אויבן א לעבדיגע דוגמה Anonymous ,13th Ave.) . די קשיות וואס ער פרעגט דארט האט מיך אויך אלץ געבאדערט און כ’ווייס נאך אלץ נישט די תירץ..

November 15, 2010 at 2:34 PM#45
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

אנטשולדיגט אז איך קום אחרי ככלות הכל, נאך יעדער האט זיך שוין געענדיגט אויסגעבן. אבער איך האב געזען אין די נייע “בעל הבית” אז עס איז געווען אזא הייסע דיסקוסיע איבער דעם ענין, האב איך באשלאסן צו געבן א בליק אריין דערין, און איך האב געקלערט אז איך מעג זאגן מיין מיינונג אויך.
במחילת כבודם פון די אלע וואס האבן זיך גענומען די מיה און קאמענטירט, אפגיסענדיג ר’ מתתי’ מיט א קיתון של שופכין. וויל איך זאגן אז איך האב בכלל נישט געזען וואו אין ר’ מתתי’ס ארטיקל שטייט עפעס אויף וואס ער האט זיך אזוי הארציג געדארפט אנטשולדיגן די וואך.
איך בין היינט צוטאגס נישט אין כולל, און איך וואלט רעקאמאנדירט אז יעדער אינגערמאן וואס קען בלייבן אין כולל זאל דארט בלייבן. אבער בין כך ובין כך ר’ מתתי’ס ארטיקל רעדט בכלל נישט פון דעם!
די איינציגסטע זאך וואס איך האב געקענט זען אין ארטיקל פון ר’ מתתי’ איז אז “דו בעל הבית, שפיר נישט אז דו ביזט אן אויסגעשפילטער, ארויסגעפאלענער / פארפאלענער”, אויב דיינע אומשטענדן האבן געפירט אז דו האסט געדארפט גיין ארבעטן, איז נישטא וואס זיך צו שעמען דערמיט, אודאי דארף מען ארויפקוקן און זיכער אויך שטיצן דעם אינגערמאן אדער מיטליעריגער איד וואס זיצט און לערנט, און דאס איז אונזער חלק וואס מיר דארפן טון אלס דער זבולון וואס ארבעט, אבער “דו ביזט מיט גארנישט ווייניגער מענטש / איד ווי יענער”.
איז דער כולל אינגערמאן חשוב’ער פון מיר בעל הבית וואס ארבעט? אויב זיצט ער באמת און לערנט “יא”, אויב איז ער שולדיג געלט פאר מענטשן צוליב זיין נישט וועלן ארויסגיין ארבעטן דאן “ניין” איז ער אויסדרוקליך נישט חשוב’ער פון דיר, דאן איז ער אין כלל פון “לוה רשע ולא ישלם”, אבער פאר מען גייט איינעם דן זיין, דארף מען וויסן “צו האט ער געהאט די געלעגענהייט צו ארבעטן?” נישט יעדער כולל אינגערמאן אדער אינגערמאן וואס ארבעט נישט, איז דאס ווייל ער וויל נישט. עס איז דא אזעלכע וואס “קענען באמת נישט”, און מען קען זיי נישט דן זיין דערפאר.
פון די אנדערע זייט א אינגערמאן וואס ער האט נישט קיין געהעריגע פרנסה אין שטוב “מיינט נאכנישט אז ער איז שוין מחויב ארויסצוגיין ארבעטן”, אויב האט ער די מעגליכקייט אדורכצושטופן “אפי’ ער דארף אנקומען צו מענטשן” מעג ער און לכאורה דארף ער בלייבן ביים לערנען, “ווילאנג ער ווערט נישט קיין בעל חוב צוליב דעם”.
אויסער דעם איז צומאל דא אומשטענדן וואס א אינגערמאן האט פראבלעמען מיט די משפחה (עלטערן, געשוויסטער, און אמאל אפי’ די ווייב), וואס ער קען נישט טון קיין ארבעט וואס ווערט ביי די משפחה באטראכט אלץ בזיון, און מען דארף האבן א דעת תורה וואס זאל ביי יעדן פאל באזונדער פסק’נען צו דער אינגערמאן איז טאקע מחויב צו ווערן א טראק דרייווער, אפי’ ווען דאס גייט אויפן חשבון פון מצער זיין די עלטערן, אדער זיך צוקריגן מיט די משפחה, אדער האבן אינדערהיים זמירות פון די ווייב… וכדו’
עס איז נאך דא אסאך מאריך צו זיין, דער עיקר איז אז אין ר’ מתתי’ס ארטיקל איז נאר געשטאנען אזויפיל אז “אן ארבעטער וואס האט זיך נישט געזוכט ארויסצודרייען פון זיין חיוב אויף דער וועלט, און איז געגאנגען טון וואס ער האט געפילט אז ער דארף טון, איז ווערט צו ווערן באטראכט מיט א בליק פון חשיבות, יא! דער פשוט’ער ארבעטער פאר דעם אליינס וואס ער איז “א פשוט’ער ארבעטער” קומט אים קרעדיט” ווילאנג ער האנדלט ערליך און לערנט ווען ער קען און פירט אן ערליכען שטוב.
זעלבסטפארשטענליך ווי שוין געשריבן, אז דער בן תורה (ווען ער איז בארעכטיגט צו זיצן און לערנען), איז פיל חשוב’ער פון דעם, און עס איז אויך וויכטיג צו באמערקן אז א כולל אינגערמאן וואס שטופט די צייט און כולל וכדו’, טראגט פיל ווייניגער חשיבות פון דעם בעל הבית וואס טוט זיין תפקיד אויף דער וועלט באמונה. אבער דאס איז שוין נישט דערמאנט געווארן אין ר’ מתתי’ס ארטיקל, ולא ידעתי על מה יצא הקצף.
ווי געשריבן איז נאך דא פיל מער מאריך צו זיין, און איך האף אז איך האב ריכטיג געשריבן, און אז מען וועט דאס ריכטיג פארשטיין. און אויב דער “בעל הבית” אדער “בן בית” אדער “ר’ מתתי’” אדער ווער אימער, פארשטייט אויך אזוי איז אפשר וויכטיג ארייצולייגן דעם קאמענט אין די קומענדיגע אויסגאבע. יישר כח

November 15, 2010 at 3:20 PM#46
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

לייב, שפתים יושק. זייער שיין און קלאר!

November 15, 2010 at 7:13 PM#47
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

לייב, זייער גוט געזאגט, ווי ביזטו געווען פריער ווען מען האט דיך געברויכט.
איך בין מסכים מיט יעדע ווארט.

בעיקר מיט די נקודה אז יעדער האט א רעכט אויסצוקלויבן וואס מען וויל, אזוי אויך האב שוין אויבן געשריבן. קיינער איז נישט מחויב צו ארבעטן נאר כדי צו לעבן ברייט, אויב קענער שטופן אזוי, מי יאמר לו מה לעשות?

אמאל זעט מען אז מענטשן פארגינען נישט איינעם דאס דלות אויך נישט, ואין לך מדה מגונה מזו.

November 16, 2010 at 8:10 PM#48
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

הרב לייב! א גיטן!
קודם זע איך האסט מיך צאמגעשטעלט מיט בעל הבית און מיט ר’ מתתי’ איז לידועתך איך האב גארנישט מיט מערכת הבעל הבית איך בין א פריוואטע מענטש וואס שרייבט דא מיינע הערות פינקט ווי די.
צווייטנס במחילת כבודך הרם זענט איר אביסל צומישט אין אינזער דיסקוסיא, איז אזוי! קיינער פון אינז האט נישט גערעדט פון איינער וואס קען נישט ארבעטן מאיזה סיבה שהוא זאל הייסן שלום בית צו געזונט צו וואס אימער, ווייטער איינער וואס איז פויל צו ארבעטן ער וויל ענדערש האבן מנוחה און לעבן בדוחק דער דארף א טעראפיסט,, אונז רעדן פון 3 סארט מענטשן.
סוג א’ איז דא ב”ה רבנים און דיינים כלי קודש און סטאם אויסגעהורווטע אידן וואס זיצן און לערנען יומם ולילה לא פסיק פימי’ מגירסה ב”ה לא אלמן ישראל די אידן וואס קוקן נישט ארויס פון ספר 13 ביז 20 שעה א טאג אזעלכע אידן איז קיינער פון אינז נישט מחולק אז זיי טארן נישט צו מאכן די גמרא אפי’ זיי האבן נישט וואס צו עסן דארפן אינז זיי עס צושטעלן, דעס איז הכל מודים לית מאן דפליג.
סוג ג’ איז עמך אידן וואס שטיפן קוים אדורך די בחור’שע יארן צו ווייל זיי האבן א שוואכע קאפ צו ער קומט פון א שווערע שטיב צו ער איז סטאם ליידער נישט אזא ווארמע איד ער גלייכט נישט אזוי די גמ’ , איבער דעם זעמער אויך גלייך אז דע דארפן גיין ארבעטן.
סוג ב’ וואס נעמט אריין איך און די און כ’מיין אז 99.9999999 % מענטשן, וואס מ’וויל לערנען אבער יעדע 2′טע אדער 3′טע שטער לאט מען זיך געשטערט ווערן אמאל לערנט מען בעסער און אמאל שוואכער אמאל געווינט די ייצר טוב און אסאך מאל ני.. איז על זה אנו נידונים וואס איז די רצון ד’ אז עמך אידן זאלן ארבעטן און כללות ישראל זאל זיצן ביי די גמ’ און זיך דראפענען צו מאכן חשק צום לערנען און לעבן דוירך שיקן די וייב ארבעטן אדער דורך פ”ס צו סעק. 8 וכל שום וחנוכה ? צו איז די רצון ד’ אז ס’זאל זיין בני תורה וואס לערנען און כללות ישראל זאל פירן א נארמאל לעבן?

November 16, 2010 at 9:28 PM#49
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

בן בית
איך בין געווארן אפענדירט פון דיין שיקן מיר צו א טעראפיסט.
איך האלט זיך נאכאמאל מיט מיין מיינונג, איך בין בארעכטיגט צו זיין מיין אייגענע בעל הבית און ארבעטן רואיגער, ווייניגער שעות, און האפן אז עווענטועל וועט זיין א שטארקע הרווחה. ווי איידער שוין גיין ווערן א טראק דרייווער (א שיין באצאלטע דזשאב) כדי מיין בני בית זאל קענען האבן אלעס וואס איר פרענד האט.

האסט שוין געבהערט די ניגון פונעם פיש כאפער מיט ר’ אייזיק? עס געפינט זיך אויף איך מיין “לחיים ברודער” עס איז א מורא’דיגע ליד. איך ברענג מיך נישט קיין ראיה פון קיין טעיפ, אבער ער ברענגט עס הערליך ארויס דארט דעם געדאנק, מען פארדינט וויפיל מען ברויך און מען ארבעט זיך נישט איבער צו לעבן ברייט. די קאפ איז קלארער און מען האט מער צייט און געדולד צו די זאכן אויף וואס מען איז באמת אראפגעקומען אויף די וועלט. און at the end of the day לעבט מען נאך אזא חיי נחת ווי דער עושר.

November 17, 2010 at 7:05 PM#50
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

לכבוד הרב בן בית
איך וויל אביסל קלאר מאכן. יא! איך האב טאקע גערעדט פון דעם סוג ב’ פון וואס דו רעדסט, כדי א אינגערמאן זאל טראגן מער חשיבות ווען ער גייט ארבעטן וואו ווען ער בלייבט אין כולל שטופנדיג די טעג, און לערנענדיג איין טאג פלייסיג און איין טאג ווייניגער פלייסיג (איך רעד נישט פון די וואס שטופן בלויז די צייט און לערנען נישט אזוי ווי איך האב קלאר געשריבן), קען דאס נאר זיין אויב דאס לערנען אין כולל איז א זאך וואס “ער קען נישט פארזעצן”, צו ווייל ער האט נישט קיין פרנסה אדער מאיזה סיבה שהוא (עס איז דא אזעלכע וואס קענען זיך נישט געהעריג סעטלען אויב זיי האבן נישט קיין עול פרנסה וכדו’, און נאך צענדליגע אנדערע סיבות וואס קען זיין). אויב קען ער אבער יא בלייבן אין כולל, איז ער לכאורה מחויב צו בלייבן ביים לערנען.
און צו באשליסן ווער עס קען יא בלייבן אין כולל, און ווער עס מוז ארויסגיין פון כולל און גיין ארבעטן, מיין איך אז מיר וועלן איבערלאזן פאר די באטרעפענדע אליינס און פאר זייערע רבנים / מוצי”ם / מורי דרך וכדו’.

November 22, 2010 at 2:52 PM#51
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

די וואך שבת קודש האב איך געהערט בשם הרה”ג ר’ מיכאל בער ווייסמאנדל (מען האט מיר עס נאכגעזאגט פון ספר איש חמודות) אז ער האט געזאגט אז ווער עס איז נישט תורתו אומנתו זאל גיין גראבן קוילן 16 שעה א טאג, און ער זאל אהיימקומען אזוי אויסגעמאטערט אז ער זאל נישט האבן קיין צייט צו טראכטן פון נישט גוטע זאכן. און אזוי האט מיר א צווייטער אויך נאכגעזאגט בשם דעם מאטעווידעא רב זצ”ל אז ער פלעגט אזוי זאגן פאר זיינע אינגעלייט, אז ווער עס קען נישט זיצן אין לערנען פלייסיג זאל ארויסגיין ארבעטן און מען זאל ארבעטן שווער און אהיימקומען אזוי אויסגעמוטשעט אז מען זאל נישט האבן קיין כח צו טראכטן פון אנדערע זאכן.
ממילא וועל איך טון אזוי ווי ר’ מתתי’ האט געטון, און איך בין מבטל אלעס וואס איך האב דא געשריבן, ליבטל ולהוי כעפרא דארעא, און איך לאז איבער די ענינים פאר גרעסערע פון מיר, און איך בעט די אלע וואס האבן אנטייל גענומען אין דעם דיסקוסיע זאלן אויך אזוי טון, און לאזן די זאכן פאר ערליכע אידן מיט א דעת תורה.

November 22, 2010 at 11:50 PM#52
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

ר’ לייבל טייערע, די מציאות איז אז אונזער לייפסטייל האט געברענגט דערצו אז מיר זענען אויף די שוועל פון פינאנציאנאלע אונטערגאנג. די מציאות איז אז רוב פונעם היימישען עולם מוז בארגען געלט חתונה צו מאכן (אן קיין שום חשבון פון ווי מ’גייט באצאלען). די מציאות איז אז קיין איין “ערליכע איד” מיט א “דעת תורה” איז אונטער דעם, נאר עס איז א לייפסטייל ווי קיינער וויל נישט זיין אנדערש, און אויב די מאיאריטעט שיקט די בחורים אין ישיבה, וויל יעדער שיקען די בחורים אין ישיבה, און אויב די מאיאריטעט לערנט אפאר יאר אין כולל נאכן חתונה, וויל יעדער לערנען אין כולל אפאר יאר, און אויב דער מאיאריטעט שווינדעלט למחצה לשליש ולרביע, שווינדעלט יעדער. און אויב די מאיאריטעט מאכט חתונה אין זאל פלוני / קויפט עכטע צירונג פאר כלות / קויפט טויזענט דאלערדיגע קערידזעשס / האט עכטע איטאליענישע פוירניטשור וכו וכו וכו טוט יעדער אזוי.

למעשה איז דא פעלער ווי מומחים און רבנים זאגן: אייער זון באלאנגט נישט אין ישיבה, שיקט אים ליבערשט ארבייטן. אבער דער טאטע זאגט: מה יאמרו הבריות? און וואס וועט זיין מיט א שידוך?
עס איז דא פעלער ווי יונגעלייט זענען בכלל נישט געמאכט פאר כולל און פעניען אוועק די ציייט אבער זיי זיצן דארט ווייל “יעדער” זיצט דארט אפאר יאר נאכן חתונה.
מיר לעבן מיט א שרעקליכן לייפסטייל וואס האט נישט קיין שאנס פאר פארבעסערונג נאר ורך איין וועג: דער עולם וועט זיך אויפוועקן אין זיך אנהייבן טוישן. מען קען נישט פארלאנגן אז די רבנים זאלן ארויסקומען אין פארשפארען די כוללים. מען מוז אונז אליין זיין HONEST מיט אונז און אנהייבן לעבען נארמאל. סיי די חלק פון חייב אדם ללמד את בנו אומנות, סיי די חלק פון גיין ארבייטן ווען סאיז פאסיג לפי הצורך והמצב און סיי ספענדען געלט לויטן אייגענעם מצב הכספי

December 14, 2010 at 1:30 AM#53
איז ארבייטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה?

ובלכתך בדרך האט יעצט ארויסגלייגט א טעיפ פון וואדריטשע רב “זאל איך גיין ארבעטן אדער לערנען אין כולל?”