עצה טובה: ציילן ווערטער אין ווארד
11 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
עצה טובה: ציילן ווערטער אין ווארד
צו ציילן וויפיל מאל א געוויסע ווארט געפינט זיך און א דאקומענט.
ביי פיינד און ריפלעיס לייגט אריין די ווארט וואס איר ווילט ציילן, סיי ביי פיינד און סיי ביי ריפלעיס. און דריקט ריפלעיס.
די דאקומענט וועט בלייבן ווי בעפאר, אבער עס וועט ארויפקומן א מעסעזדש וויפיל מאל די ווארט איז געווארן ריפלעיסד! דאס איז אייער נומבער.
עצה טובה: ציילן ווערטער אין ווארד
ייש”כ ר’ יוחנן פאר די געוואלדיגע טיפ. איך האב נאר געוואלט אויפמערקזאם מאכן אז עס איז נישט ממש אקוראט פונקטליך, ווייל “ווארד” טרעפט אויך ווערטער בתוך ווערטער, א שטייגער ווי חז”ל זאגן (שבת פרק י”ב, משנה ד’) מצינו שם קטן משם גדול, שם משמעון ושמואל, נח מנחור וכו’, ממילא ווען איר וועט אריינלייגן למשל די ווארט “מיט” וועט ער אויך רעכענען “מיטגלידער”, מיטוואך”, אדער “מיטה”. און ווען איר וועט זוכן די ווארט “א” וועט ער רעכענען יעדע א’ אינעם פייל.
ולא באתי אלא להעיר.
עצה טובה: ציילן ווערטער אין ווארד
אויב איר לייגט צו א ספעיס פאר און נאך דעם ווארט, וועט איר נאר באקומען דעם ווארט.
עצה טובה: ציילן ווערטער אין ווארד
cool
סקען מיר צוניץ קומען אין אינדעזיין אויך
עצה טובה: ציילן ווערטער אין ווארד
I may use it in dreamweaver too
nice tip!
עצה טובה: ציילן ווערטער אין ווארד
געוואלדיגע טיפ יוחי טייערער!
וויאזוי זאגט נאר יענער? “א שאד אז עס איז מיר נישט בייגעפאלן”.
עצה טובה: ציילן ווערטער אין ווארד
אין עקסעל, ביי די “FIND קעסטל, האבן זיי א FEATURE פון FIND ALL – ד.ה. מען קען טרעפן אלע ווערטער, סיי אויף איין פיעדזש, און סיי אין די גאנצע ווארק-בוק (אויב איר האט מערערע פעידזשעס).
איך ווייס נישט פארוואס זיי האבן דאס נישט אין ווארד אויכעט, און מ’מוז צוקומען צו דיין עצה און גיין “אראונד די בוש”.
בכלל האט “מייקראסאפט” א שוואכקייט צו די “FIND” פיטשערס. אין אינטערנעט עקספלארער איז עס אלץ געווען שרעקליך, בעץ פייערפאקס און גוגל קראום האבן געהאט זייער א געשמאקע און פראקטישע “FIND” אויסשטעל. אין IE8 האט מייקראסאפט ענדליך דאס בעסער געמאכט.
עצה טובה: ציילן ווערטער אין ווארד
צו די אויבנדערמאנטע קשיא פון “ווערטער בתוך ווערטער”, האט WORD אן אפציע ווען איר דרוקט די “MORE” קנעפל, FIND WHOLE WORDS ONLY.
אויך איז אינטרעסאנט צו וויסן אויב דער עולם ווייסט פון די אלע אומצאליגע – צומאל אומגלויבליכע – אפציעס וואס ווארד גיט אייך ווען איר דרוקט דעם “MORE” קנעפל? בפרט ווען איר דרוקט דעם “FORMAT” און “SPECIAL” קנעפלעך? מען קען שרייבן א גאנצע ארטיקל אויף דעם אליין! למשל איר זוכט אין א ריזיגן דאקומענט “וואו האב איך עפעס געשריבן מיטן “דוד” פאנט (אות) אין סייז 16? און ווארד טרעפט אייך דאס ביז א סעקונדע. א.א.וו.
עצה טובה: ציילן ווערטער אין ווארד
איך מוז חוזר זיין פון מיינע אויבנדערמאנטע ווערטער, און איבערבעטן מייקראסאפט, און זיך אויך אנטשולדיגן פאר הרב יוחנן שיף אז אפשר ווערט דער גאנצער פשט’ל בטל מעיקרא.
דער ריכטיגער וועג דאס צו טאן (דהיינו, נישט גיין “ארום דעם בוש”) איז ווי פאלגענד:
דרוקט FIND
ווען דער קעסטל ערשיינט, לייג אריין דעם ווארט וואס דו ווילסט ציילן, און דאן מאך א טשעק ביי די אפציע פון “Highlight all items found in”, און דאן קענסטו אויסקלויבן צי ווילט איר נאר זוכן אין א געוויסע חלק (סעלעקשאן) אדער אינעם גאנצן דאקומענט, און ער וועט אייך תיכף צייגן וויפיל מאל.
עצה טובה: ציילן ווערטער אין ווארד
די מעלה פון מיין עצה (ענדערש ווי הרב שיף’ס) איז, ווייל אויף דעם אופן וועט “ווארד” אייך היילייטן אינעם דאקומענט די אלע ווערטער.
למשל, איר זוכט אינעם דאקומענט דעם ווארט “מיט”, און ווארד טרעפט 20 מעטשעס, וועט ער אייך “היילייטן” די אלע 20 ווערטער אינעם דאקומענט אזוי אז איר קענט דאס טרעפן אין א מינוט!
עצה טובה: ציילן ווערטער אין ווארד
געוואלדיג שמעלקא!
א קניפ אייך אין בעקל פאר די פרישע שאכטל ידיעות וואס איר האט מיר באשאנקען.