ניצן גימעיל צו עפענען א אימעיל לינק

12 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: טיפס · דורך: יוחנן שיף · וואך: ויחי , תשע"א · בעל-בית נומער: 29 · דאטום: 2010-12
http://www.balboos.com/content/2010/12/ניצן-גימעיל-צו-עפענען-א-אימעיל-לינק/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
ניצן גימעיל צו עפענען א אימעיל לינק

ווען מען קליקט אויף א אימעיל לינק אין די בראוזער, וועט זיך דאס על פי רוב עפענען אין די דיפאולט אימעיל פראגראם. אין פייערפאקס איז דא די מעגליכקייט אנצושטעלן אז עס זאל זיך עפענען אין גימעיל אדער יאהו.

גייט צו tools, options, applications טרעף אין די ליסטע mailto, אין די דראפ דאון מעניו סעלעקט גימעיל אדער יאהו.

December 13, 2010 at 4:13 PM#2
ניצן גימעיל צו עפענען א אימעיל לינק

פשיהא, איך פלעג אלץ ניצן א פלאגין פאר דעם, כהאב גארנישט געוויסט אז עס איז אריינגעבויעט אין פייערפאקס.

December 14, 2010 at 3:15 AM#3
ניצן גימעיל צו עפענען א אימעיל לינק

ווי אזוי טוט מען עס אין אינטערנעט עקספלארער?
יאהו האט עפעס וואס מען קען דאונלאדען, איך פלעג עס ניצן מיט יארן צוריק, אבער יעצט ניץ איך שוין דזשימעיל.
אויב איינער האט עפעס א עצה ביטע שרייבן, עס וועט מיר זיין א גרויסע הילף.
א דאנק
נ.ב. איך וויל נישט אינסטאלען פייערפאקס ווייל איך אינסטאל נישט קיין נייע פראגראמס ווייל מיין קאמפיוטער איז שוין געניג שטאט אן דעם.

December 15, 2010 at 12:56 AM#4
ניצן גימעיל צו עפענען א אימעיל לינק

נחמן
אז מען ניצט אינטערנעט עקספלארער קוקט מען אויס אזוי.
האב נישט מורא ניץ פייערפאקס, וועסטיך מחיה זיין, אויף מיין אחריות.
עס האט נאך צענדליגע מעלות, די וועלט איז נישט משוגע, נישט אומזיסט הייסט פייערפאקס די בעסטע.

December 15, 2010 at 11:33 AM#5
ניצן גימעיל צו עפענען א אימעיל לינק

אלעזר מענדל,

פייערפאקס הייסט די די בעסטע בעיקר אלס די פילע עקסטענשאנ’ס וואס מען קען צולייגן דערצו, אבער די לעצטערע חדשים קומט אויס “גוגל קראום” אלס די בעסטע (אין כמעט אלע סטאטיסטיקס), און ס’איז באמת די שנעלסטע וואס קיינער קען נישט ביעטן. ממש טרם יקראו ואני אענה, קוים וואס מען גיט א קליק, און זאכן רוקן זיך שנעל ווי אן אויגן בליק.

דאס איז אמאל זיכער, אז אינטערנעט עקספלאורער איז דערווייל די ערגסטע בראוזער, בעיקר אלס איר שטאטקייט. מייקראסאפט קומט ארויס בקרוב מיט די נייע ווערסיע, IE9, וואס וועט זיין א שטארקע שפרינג אין אלע הינזיכטן, אויך אין שנעלקייט, און וועט נאך דערצו האבן אסאך נייע מעלות וואס אנדערע האבן נישט, אבער וועט נאר ארבעטן פון וויסטע און העכער. אויב האסטו נאך ווינדאוס XP דאן פארגעס. מען קען שוין יעצט דאונלאודן א ווערסיע דערפון, אבער עס איז נאך אין BETA, ס’איז אבער נאך אלס פיל בעסער ווי די איצטיגע ווערזשאן IE8.

פארפאלן, מען מוז געבן קרעדיט פאר גוגל פאר די זאכן וואס זיי שטעלן צו, און דורך דעם “קנאת סופרים תרבה חכמה”, ווערן אנדערע בעסער און מער קאמפעטיטיוו, און דאדורך מוז גוגל אליין זיך נאך מער פארבעסערן כדי צו שטיין מיט א קאפ העכער און א טריט פאראויס פונעם קאמפעטישן, וחוזר חלילה, יעדער פרובירט זיך צו פארבעסערן.. גוגל אליין האט אין די לעצטע עטליכע חדשים ארויסגעגעבן עטליכע נייע ווערסיעס פון זייער “קראום” בראוזער, זיי האבן קוים געהאלטן ביי 6, אצינד האלט עס שוין ביי 8. און ווי יוחנן שיף האט שוין געשריבן איינע פון די גאר גרויסע מעלות, איז אן אריינגעבויעטע PDF לייענער וואס איז אסאך שנעלער און געשמאקער אויסגעשטעלט ווי אדאובי ריעדער אליין. (דאנט געט מי ראנג, ס’איז נאך אלץ פאראן פארשידענע הינזיכטן אין וואס גוגל דארף נאך א שטארקע פארבעסערונג און די אנדערע בראוזערס זענען בעסער פון דעם, אבער נאך אלץ האבן זיי די מערסטע מעלות, און בעיקר “שנעלקייט”, וואס דאס זוכן רוב מענטשן).

December 15, 2010 at 2:45 PM#6
ניצן גימעיל צו עפענען א אימעיל לינק

שמעלקא, אמת אז די עקסטענשאנס זענען די גרעסטע מעלה מן הסתם, אבער עס איז דא נאך מעלות.
טאקע דעי טיפ דא, קען מען טון אן א עקסטענשאן, אויך אין פייערפאקס אז מען מאכט בטעות צו אדער אויב די בראוזער קרעשט, קענסטו רעקאווערן אלע טעבס, און עס איז דא נאך זאכן וואס איך דערמאן זיך נישט אויף די מינוט.
אויך פאריגע וואכעדיגע טיפ, דאכט זיך מיר אז איינער האט געזאגט אז אין עקספלארער ארבעט עס נישט.
קראום איז טאקע זייער שנעל, אבער פייערפאקס 4 וועט זיין נאך שנעלער.

December 15, 2010 at 8:04 PM#7
ניצן גימעיל צו עפענען א אימעיל לינק

דאס אז ווען די בראוזער קרעשט קען מען רעקאווערן אלע טעבס, דאס האבן שוין היינט אלע בראוזערס. פארגעסט נישט זיי שלאפן קיינער נישט, ווי קאץ-און-מויז טוען זיי נאכקאפירן איינער דעם צווייטן.

קען זיין אז פייערפאקס 4 “וועט” זיין שנעלער, אבער דערווייל איז עס נישט אזוי. איך קען מיך באמת נישט פארשטעלן שנעלער פון קראום. אבער טאמער קען מען יא, קענסטו זיכער זיין אז גוגל וועט נישט זיצן מיט פארלייגטע הענט..

גראדע מייקראסאפט זאגט אז די נייע IE9 וועט זיין אזוי שנעל ווי קראום, איך האב עס פרובירט אויף עטליכע קאמפיוטערס, אבער וואס ווען וואו. לא מיניה ולא מקצתיה. זיי וועלן האבן די מעלות אז עס וועט זיין אריינגעבויעט בעסער אין ווינדאוס 7 ווי סיי-וועלכע אנדערע בראוזער. איך ווייס אבער נישט אויף וועלכע וועלט מייקראסאפט לעבט. וועמען ווילן זיי איינרעדן אז זייערע פראדוקטן זענען שנעלער, זיי זענען די שטאטסטע פון אלע וואס איך ווייס..

עס איז קלאר אז פייערפאקס האט די מערסטע צופרידענע באנוצערס, און די מערסטע “פענס” בלע”ז, הפנים זיי האבן נישט קיין אנדערע זאכן אויף וואס צו ארבעטן, בלויז אויפן בראוזער (אזוי דוכט זיך, פאררעכט מיר אויב איך בין ראנג), משא”כ מייקראסאפט שטופט אריין זייער נאז איבעראל וואו ס’דאכט זיך זיי אז מען קען נאר, בשעת גוגל בייסט אראפ מעכטיגע שטיקער לעבעדיגערהייט..

איין געוואלדיגע מעלה פון קראום, און איך מיין אויף פייערפאקס אויך, איז אז טאמער דו שרייבסט עפעס אויף א פארום (למשל מיין גאנצע מגילה דא אין “בעל-הבית”) און איך דרוק דערנאך POST COMMENT און עפעס גייט ראנג, און איך וועל דרוקן די BACK קנעפל צוריקצוגיין צום פריערדיגן פעידזש, וועל איך נאך אלץ טרעפן מיין מגילה. אין אינטערנעט עקספלארער איז דאס ע”פ רוב אויסגעמעקט, ברענגענדיג דעם שרייבער צו א שרעקליכע אנטוישונג, ווי יעדער קען דאס מעיד זיין…

גוגל קראום האט א פראבלעם אז עס פרינט נישט גוט קיין וועב פעידשעס, אסאך וועבסייטס קומען בכלל נישט אויס גוט אויפן בראוזער, און בעיקר זענען מענטשן דערשראקן אז זיי קוקן דיר נאך און האבן צופיל אינפארמאציע וואס דו זוכסט ארום. הגם אויב זוכסטו גארנישט שלעכט וואס קען דען פאסירן? זוכסטו דען צו מאכן א באמבע ח”ו? אבער דאך ווילן מענטשן פרייוועסי. קוק מיר נישט נאך אזויפיל. גוגל איז שרעקליך אין דעם הינזיכט, סיי אין זייער אייגענעם בראוזער, און סיי ווען מען סוירטשט עפעס אויף גוגל. ואל יאמר אדם הנני בחדרי חדרים ומי רואני, ס’איז יא דא, גוגל!! (בדרך צחות.. אודאי השי”ת זעהט אלעס, אבער איך רעד אפי’ אויף דער וועלט..)

December 15, 2010 at 8:19 PM#8
ניצן גימעיל צו עפענען א אימעיל לינק

אגב, די פאריגע וואכעדיגע טיפ (פון קליקן מיט די מיטעלסטע סקראול באטאן צו עפענען א נייע טעב) האט שוין איינער געשריבן דארט אז עס ארבעט מיט גוגל קראום אויכעט. למעשה ארבעט עס אין אינטערנעט עקספלאורער אויכעט.

אונטערשטע שורה איז, פאר אונזער אויבנדערמאנטן נחמן ח. פון ק”י, האב נישט קיין מורא צו נעמען אן אנדערע בראוזער. ס’וועט דיר נאר מאכן “שנעלער” דיין בראוזינג עקספיריענס, אויב עפעס, נישט שטייטער!

December 15, 2010 at 11:13 PM#9
ניצן גימעיל צו עפענען א אימעיל לינק

א גוטן. סאררי אז איך פארדריי מעגליך די נושא. כ’בין אביסל צוריקגעשטאנען אין די אלע ענינים.

כ’האב לעצטנס איינגעהאנדלט אינטערנעט ביי ווערייזאן, ווייל כ’האב דאס געמוזט האבן צו קענען מאכן האוסטעד פי בי עקס פאון סערוויס, וואס ארבעט נישט אמבעסטן מיט זשעי נעט.

ביזדערווייל האב איך נישט קיין שום פילטער, וואס איז א פאברעכן בעיני אלוקים ואדם. כ’וויל דאס שטארק ערלעדיגן, אבער כ’קום פשוט נישט אן ווייל כ’בין ב”ה פארנומען מיט דער ארבייט.

איז מיין פראגע: וואס פאר א פילטער איז כדאי צו אינסטאלירן, וואס איז סיי ביליג און סיי עפעקטיוו?

כ’ברויך נישט קיין סאך ארומבראוזן. כ’דארף מיר נאר מיינע פאר סייטס, אנליין בענקינג, יו סענד איט, פארשטייט זיך בעל הבית וכדו’… ווארשיינליך קען איך גוט פארן מיט א ווייסן ליסטע, און אלעס אנדערש ווערט געבלאקט. איינער האט מיר געזאגט אז דאס בעסטע איז “סעיף אייס” safe eyes, אלזא, איז מיין פראגע האט איינער ערפארונג מיט דעם? וואס זאל איך טון?

כ’דאנק אייך פון פאראויס ווער ס’קען מיר בייהילפיג זיין אין דעם הינזיכט, ותחשב לו לצדקה. ולמצוה גדולה.

December 15, 2010 at 11:22 PM#10
ניצן גימעיל צו עפענען א אימעיל לינק

שמעלקא
איך האב געזען באריכטן אז פ”פ 4 איז שנעלער מיט פראסעסן זשאווא סקריפט ווי קראום מיט א משהו. אויף געוויסע טעסטס. און אזוי אויך IE 9. נאר וואס דען, ווי יענער האט געזאגט, רעקארדס זענען געמאכט צו ווערן געבראכן. און דאס איז אויך זיכער אז די קרעדיט פאר די קנאת סופרים אין דעם הינזיכט קומט זיך פאר גוגל.
נאר קראום האט א אנדערע מעלה, די בראוזער אליין איז זייער רעספאנסיוו און שנעל, עס גלייבט זיך נישט ווי שנעל עס עפענט זיך, ממש אין א רגע.
ממילא לדעתי אויף א אלטע קאמפיוטער וועט קראום טאקע זיין די בעסטע.

December 15, 2010 at 11:29 PM#11
ניצן גימעיל צו עפענען א אימעיל לינק

יענקל יענקל
איך האב געהערט פון מענטשן וואס זענען צופרידן פון filternet. אבער איך האב נישט קיין אייגענע עקספיריענס.

ס’וואלט לכאורה בעסער געווען ווען איר שרייבט די שאלה און דעת בעל-הבית.