ווען מען קעשט א טשעק דויערט עס לענגער דורכצוגיין ווי א דעפאזיט
אזוי ווי יואל פ. האט געשריבן פארגאנגענע וואך ווי אזוי עפל באנק האט אים שלא ביושר, גערעכנט א טזשארזש. וויל איך צולייגן פון מיין אייגענע שלעכטע עקספיריענס ביי די זעלבע באנק.
איך האב געקעשט א טשעק פון 4,500 דאלער, בשעת איך האב געהאט אין מיין אקאונט איבער 5,000 דאלער.
א וואך שפעטער האט געקליערט א טשעק פון עטליכע הונדערט דאלער, און איך האב באקומען א $35 פי, פאר אינסופישענט פאנדס.
עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז טראץ דעם וואס עס איז שוין געקעשט געווארן איבער א וואך צוריק, וואס איז מער ווי גענוג פאר א טשעק דורכצוגיין ווען מען מאכט א נארמאלע דעפאזיט, אבער דא, וויבאלד איך האב נישט באקומען קיין רעסיט מיט א קלארע דעיט, לאזן זיי די טשעק איבער א וואך, און מען רעכנט אויף דעם א טשארדזש!
איך וואלט געראטן אז מען זאל מאכן א געהעריגע דעפאזיט, און נישט קעשן, כדי זיי זאלן אייך נישט קענען בארויבן.
שמעי’
וועגן עפל באנק, האב איך געוואלט מוסיף זיין, אז שמעי’ האט א טעות, אפי’ ווען מען מאכט א דעפאזיט און מען באקומט א סליפ איז נישט די געלט עוועילעבל אייביג צו די צייט וואס שטייט אויפן סליפ, בדידי הוה עובדא כמה פעמים, אז די געלט איז נאכנישט געווען עוועילעבל.
נאר איך האב קיינמאל נישט געגעבן קיין טשעקס פאר איך האב נישט זיכער געמאכט אז איך האב גענוג געלט “עוועילעבל” אין באנק צו קאווערן דעם טשעק, איך האב נישט געשריבן א טשעק אויפן חשבון פון א פענדינג טרענזעקשאן.
לייב
נאך וועגן שיקן טעקסט מעסעדזשעס צו א גרעסערע גרופע
בנוגע וואס א ליינער האט געפרעגט (דעת בעל בית וישב תשע”א) א עצה צו שיקן טעקסט מעסעדזשעס צו א גרויסע סכום מענטשן אויף איינמאל.
לגבי שיקען מעסעדזשעס צי גרופ’ס איז היינט מיין איך די גרינגסטע וועג דורך גוגל וואויס google voice.
שלמה שרייבער
לגבי די עצה צו ניצן אימעיל (דעת בעל בית מקץ תשע”א) צו שיקן טעקסט מעסעדזשעס. פעלט אויס צו וויסן ווער דער קעריער איז.
אויף וועלכע פראגרעם/וועבסייט קען מען נאכקוקן א סעלפאון נאמבער ווער דער פראוויידער איז?
משה
אויף whitepages.com קען מען נאכקוקען ווער די פראוויידער איז.
שמעי’
אויף ווייט פעידזשעס האב איך עס נישט געטראפן, קען זיין אז מען דארף מער זוכען.
אבער איך האב א אנדערע וועב זייטל וואס איך ניץ כסדר פאר דעם, רוב מאל איז עס זייער אקוראטfonefinder.net.
מען דארף אבער וויסן, די סייט געט דיר די קאמפאני וואס האט ארויסגענימען די נומבער די ערשטע, אויב האט מען עס שפעטער געטרענספערט, אזוי ווי די געזעץ איז היינטיגע צייטן, אז יעדער קען טרענספערן, וועט מען נאך אלץ זען די ערשטע קאמפאני.
מרדכי, ק”י
שיקן א אימעיל צו א גרעסערע גרופע
איך וויל וויסן וועגן דזשי. מעיל, וויאזוי מען קען שיקן פאר א גאנצע גרופ א אי-מעיל, און עס זאל נישט ארויפקומען ביי יעדעם איינעם די גאנצע ליסטע פון אדרעסן פאר וועם איך האב געשיקט דעם זעלבן אי-מעיל.
לייב
מען נוצט BCC אנשטאט CC.
איך גלייב שווער אז דו האסט דאס נישט געוויסט, מן הסתם מיינסטו עפעס אנדערש, אבער פארוואס איז דאס נישט גענוג גוט?
(-)
אין צייר כאלוקינו
לכבוד ר’ מתתי’ גראס.
איר שרייבט וועגן דעם ארטיסט וועלכע האט געזאגט אז דער שענסטער מעלער איז דער באשעפער.
די גמרא – איך מיין אז אין ברכות – זאגט דאך אין צייר כאלוקינו מיר דארפען נישט די ארטיסט דערצו.
הצלחה.
ענטפער פון מתתי’ גראס: יישר כח פארן אויפמערקזאם מאכן.
די גמרא איז אין מגילה יד ע”א: אין צור כאלקינו, אין צייר (-ארטיסט) כאלקינו, אדם צר צורה על גבי הכותל ואינו יכול להטיל בה רוח ונשמה, קרבים ובני מעיים, אבל הקב”ה צר צורה בתוך צורה ומטיל בה רוח ונשמה קרבים ובני מעים.
פראבלעם מיט פרייע K7 פעקס סערוויס
א ליינער האט פארגאנגענע וואך רעקאמאנדירט צו ניצן K7 פאר פרייע פעקס סערוויס.
די פראבלעם איז אז מען דארף באקומען א פעקס צום ווייניגסטענס איינמאל א חודש צו האלטן די אקאונט אפען.
איז דא עפעס א וועג ווי אזוי מען קען אויטאמאטיש באקומען א פעקס, כדי נישט צו פארלירן די נומער?
ישראל כ”ץ