נייעס

4 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: נייעס · דורך: יוחנן שיף · וואך: ויחי , תשע"א · בעל-בית נומער: 29 · דאטום: 2010-12
http://www.balboos.com/content/2010/12/נייעס-7/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
נייעס

גוגל צייגט די קראום נעט-בוק

מעגליכקייט צו באקומען אומזינסט

גוגל האט דעם פארגענגענעם דינסטאג אפיציעל געוויזן פארן פובליקום די ערשטע נעט-בוק (דאס איז א גאר קליינע לעפטאפ וואס איז לעצטענס שטארק פאפולער) מיט גוגל’ס אייגענע “קראום” אפערעטינג סיסטעם.
די קראום אפערעטינג סיסטעם איז נישט קיין סאך מער ווי די קראום בראוזער, נאר אנשטאט ארבעטן אויף א געווענליכע אפערעטינג סיסטעם ווי ווינדאוס אדער מעק, לויפט עס דירעקט אויפן קאמפיוטער, און אנדערע ווערטער עס איז א אפערעטינג סיסטעם וואס באשטייט בלויז פון א בראוזער.
מען קען נישט איסטולירן דערויף קיין שום פראגראם, נאר מען דארף ניצן אנליין עפס, ווי למשל גוגל דאקס אנשטאט מייקראסאפט אפיס. עס איז אין איינקלאנג מיט די גוגל טעאריע אז “די נעץ גופא איז די אפערעטינג סיטעם” און אז “צו יעדע פראגראם קען מען טרעפן א אלטערנאטיווע אנליין, וואס איז בעסער און שנעלער פאר רוב מענטשן” (!).
זיי גרויסן זיך גאר “די קראום אפערעטינג סיסטעם ניצט וועב פראגראמען, אנשטאט אלטע מאדישע קאמפיוטער פראגראמען.”
די שווארצע פשוט’ע נעט-בוק מיטן מאדעל נאמען CR-48 איז נאך נישט קיין פערטיגע פראדוקט, און וועט נישט זיין צו באקומען אין געשעפטן, נאר גוגל וועט אוועקטיילן טויזענטער דערפון בחנם פאר מענטשן וואס זענען דאס גרייט צו טעסטן.
צו באקומען דארף מען אויספילן א אפליקאציע, צוזאגן אז מען וועט עס אסאך ניצן און שיקן פידבעק, און האפן אויפן בעסטן. געדענקט עס איז נאר דא א באגרעניצטע צאל, די טשאנס צו באקומען א פרייע קאמפיוטער איז נישט זייער גרויס.
אט איז די לינק

https://services.google.com/fb/forms/cr48advanced

קראום וועב געשעפט

אלץ הכנה צו די קראום אפערעטינג סיסטעם, האט גוגל געפענט די טירן פון די קראום “וועב עפס” אנליין געשעפט. “וועב עפס” איז א קליגענדיגע נאמען פאר וועבזייטלעך וואס טוען א געוויסע פונקציע, ווי איידער סתם בלעטלעך פון אינפארמאציע, א שטייגער ווי גימעיל און גוגל דאקס. (אמאל האט מען עס גערופען וועב 2.0) וואס לויט גוגל הייסט דאס א אנליין פראגראם ווי איידער א וועב זייטעל.
ווי דערמאנט, וועט דאס זיין די איינציגסטע פראגראמען וואס וועלן ארבעטן אויף די קראום אפערעטינג סיסטעם.
דערווייל קוקט אויס ווי אלעס איז בחנם, אבער זיי רישן זיך צו פארקויפן וועב עפס פאר געלט אויך. אינסטולירן א פראגראם טוט צולייגן א אייקאן וואס לינקט דערצו און די קראום בראוזער.
כדי צו אינסטולירן די עפס דארף מען האבן א גוגל אקאונט, און די נייעסטע ווערסיע פון די קראום בראוזער, קראום 8.
אגב, גוגל האט אריינגעלייגט אין דיי נייע קרואם 8 בראוזער א אייגענע פי די עף ליינער, דאס מיינט אז מען דארף שוין נישט דאונלאדען און אינסטולירן אדאבי רידער צו ליינען פי די עף פיילס אנליין.

עי טי ענד טי, די ערגסטע ווייערלעס קעריער אין אמעריקע

קאנסומער ריפארטס האט אדורכגעפירט א נייע שטודיע און אויסגעפרעגט 58,000 סעלפאון קאנסומערס איבער זייער עקספיריענס און צופרידענהייט מיט זייער ווייערלעס קעריער, עי טי ענד טי איז ארויסגעקומען די שוואכסטע.
מער ווי העלפט פון די AT&T קליענטן האבן געהאט א אייפאון (די אייפאון איז נאר אוועליבעל ביי AT&T) די אייפאון באנוצער זענען געווען מער אומצופרידן ווי די אנדערע קליענטן.
ספרינט -וואס פלעגט זיין די שוואכסטע- איז ארויסגעקומען גאר שטארק, אייניג מיט ווערייזאן -וואס פלעגט זיין די געווינער רוב יארן זונט 03′.
טראץ אלע פראבלעמען וואקסט AT&T גאר שטארק, א דאנק דעם וואס זי איז די עקסלוסיווע קעריער פון די עפל אייפאון אין אמעריקע. אויב די שמועות -אז ווערייזאן וועט בקרוב באקומען די אייפאון זענען קראנט, שטייט AT&T פאר א ערענסטן פראבלעם.

אינדיע פארלאנגט פון בלעקבערי צוטריט צו פארזיכערטע קאמיוניקאציע

איינס פון די שטערקסטע סיבות וואס גרויסע ביזנעסער ניצן די בלעקבערי איז איר זעלטן שטארקע סעקיוריטי, די קריפטאגראפיע איז אזוי שטארק אז די רעגירונג אין אינדיע האט נישט קיין שום וועג אינטערצוהערן די קאמיוניקאציע, וואס איז אנגעבליך וויכטיג אין די קאמף אנטקעגן טעראר.
עס זענען געווען באריכטן אז אינדיע האט געגעבן א אולטימאטום אז אויב ביז סוף יאר ווועט RIM נישט נאכקומען אירע פארלאנגען וועט זי בלאקירן די בלעקבערי קאמיוניקאציעס אין אינדיע.
RIM האט מתחילה גע’טענה’ט אז עס איז אזוי שטארק אז זי האט אויך נישט קיין וועג ווי אזוי צוציקומען דערצו, אבער שפעטער האט זי זיך געבראכן, און פארשפרעכט צו ארבעטן אויף עפעס א אויסוועג.
דאס פאלגט נאך באריכטן פון עטליכע חדשים צוריק אז סאודי אראביע און קוואיט האבן אויך געסטראשעט מיט אן אולטימאטום, RIM האט דעמאלס רעאגירט אז “זי איז נישט באזארגט אז סאודי אראביע וועט בלאקירן די בלעק בערי, ווייל די גאווערמענט דארט באניצט זיך גאר אסאך דערמיט, אזוי ווי רוב רעגירונגען איבער די וועלט”.
עס בלייבט איבער צו שפעקולירן פארוואס אמעריקע בעט עס נישט…

נייע מאטאראלע “דרואיד 2″ סעלפאון עקספלאדירט

א מאן פון טעקסאס איז געווארן אפגעפירט אין שפיטאל נאכדעם וואס די מאטאראלע פאבריצירטע “דרואיד 2″ -פון די נייעסטע אנדרואיד באזירטע פאונס- האט אים עקספלאדירט אין אויער אריין בשעת ער האט געהאלטן אינמיטן רעדן דערויף. ער טענה’ט אז די טעלפאון איז געווען אין א גוטע צושטאנד און בלויז עטליכע טעג אלט.
צום מזל איז זיין שמועה נישט געשעדיגט געווארן, און איז אפגעקומען מיט עטליכע סטיטשעס.
מאטאראלע האט האסטיג פארלייקענט די מעגליכקייט אז עס איז געווען אן עקספלאזיציע. “מיר האבן נישט קיין סיבה צו טראכטן אז עס האט עקספלאדירט, וויבאלד די טעלפאן ארבעט נאך, עס איז ווארשיינליך געווען בלויז א צובראכענע גלאז (סקרין)…” האט געלויטעט די אפיציעלע אנטווארט.
די פאסירונג און די נאכפאלגענדע מידיע דעקונג איז שלעכטע נייעס פאר מאטאראלע, וואס איר גאנצע סעלפאון ביזנעס הינקעט לעצטענס אונטער.

December 13, 2010 at 4:58 PM#2
נייעס

יוחנן, הערליכע דזשאב, ווי יעדע וואך.
עס איז מיר געפאלן די נקודה למחשבה וואס דו האסט געלאזט אפן פאר שפאקולאציע, הלמאי אמעריקע בעט נישט צוטריט צו בלעקבערי.
עס איז מיר דורכגעלאפן די זעלבע געדאנק ליינענדיג, עס קען זיין אז אמעריקא קען יא דורכברעכן קאודס וואס אנדערע קענען נישט, אדער קען זיין אז אמעריקא שעצט מער פרייוועסי. ווי די אנדערע דריטע וועלט לענדער.

December 15, 2010 at 12:33 AM#3
נייעס

איך האב אויסגעפילט די אפליקאציע, לאמיר האפן אז איך וועל זיין זוכה בגורל.
א דאנק בעל-בית פארן צושטען די לינק

December 15, 2010 at 2:49 PM#4
נייעס

I dont get the concept of chrome
does it do anything that you cant do with a normal windows computer?