א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע

13 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: על דא ועל הא · דורך: ליינער · וואך: ויחי , תשע"א · בעל-בית נומער: 29 · דאטום: 2010-12
http://www.balboos.com/content/2010/12/א-בליק-איבער-די-האנדע-אדיסי-און-טאיאטע-ס/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע

עס טוט זיך הימל און ערד און מיני ווענס, מענטשן זענען ברוגז אויף די נייע דעזיין פון די האנדע אדיסי, און האלטן זיך לאיאל צום טאיאטע סיענע, אנדערע בלייבן ביים אדיסי.
מיר וועלן שרייבן קודם בפרטיות פון די צוויי מיני ווענס, טאיאטע סיענע און האנדא אודיסי, וואס די צוויי זענען די מערסטע אויפגעכאפט ביים היימישן עולם, און דערנאך מער בכלליות פון פארשידענע ענינים ארום און ארום, אי”ה.
טאיאטע האט ארויסגעגעבן זייער נייע סיעננע מיני ווען עטליכע חדשים צוריק. עס איז געווארן שטארק אויפגעכאפט, סיי וויבאלד עס איז א “טאיאטע”, און חוץ מזה איז עס געווען די בעסטע אויפן מארקעט, לכה”פ אויבן-אויף. ער קוקט אויס שטארק באלעבאטיש, מלכות’דיג, און גאנץ עלעגאנט סיי פון אינדרויסן און סיי אינווייניג.
אבער שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז בכלל נישט אזויפיל בעסער ווי די אלטע; אפשר גאר פארקערט. ווי מיר וועלן שפעטער אויסשמועסן מער באריכות, גייט לעצטנס טאיאטע “בארג אראפ”, וואס איז די סיבה ווייס איך נישט, אבער זיי האבן פארלוירן דעם אמאליגן גלאנץ, בפרט אין קוואליטעט. פשוט’ע מענטשן ווי איך און דיר וועלן נישט באמערקן דעם גרויסן חילוק; אבער די גרויסע אויבער חכמים און מבינים וואס דערשמעקן יעדן שינוי פון אמאל, רעדן זיך אפ אז טאיאטע האט נישט די גוטע קוואליטעט פון די אלטע גוטע צייטן. דאס באמערקט זיך נאך מער אין געוויסע מאדעלן, ווי צב”ש די קאראלע. עס איז אפשר שענער בחיצוניות ווי די גאר אלטע, האבן דאך אבער חז”ל אונז געלערנט “אל תסתכל בקנקן”, מען דארף אריינקוקן טיפער, און די שענערע אויסקוק איז נאר א ווי א שיינער “קרעים” פארן קעיק, אבער דער קעיק בפנימיות איז צריך תיקון….
עכ”פ די קוואליטעט פון די מאטעריאלן פון די נייע סיעננע שפירט זיך אסאך ביליגער ווי די פריערדיגע, וועלכע איז געווען פון גאר א גוטע קוואליטעט, כמעט ווי א “לעקסוס” (די לוקסוריעזע אפטיילונג פון טאיאטע, פאר ווער עס ווייסט נישט.. זי איז שטארק באקאנט אלס איינס פון די בעסטע אין קוואליטעט אין די אויטא מארקעט).
“קאנסומער רעפארטס”, וואס ווערט באטראכט ווי איינס פון די שטארקסטע מבינים אין דעם הינזיכט, האט מודיע געווען אז זיי לאזן אראפ די “רעיטינג” (ראטע) פון די סיעננע.
צו פארשטיין: זיי טוען טעסטן קארן, און גיבן “פוינטס” פאר יעדן אויטא לויט זיינע פארשידענע מעלות, ווי למשל רייד, הענדלינג, שטילקייט, שפארזאמקייט אין געז, באקוועמליכקייט אין זיצן, באקוועמליכקייט און גרינגקייט פון די אלע קאנטראלס, אריינגיין / ארויסגיין פונעם אויטא, קוואליטעט פון מאטעריאלן, א.א.וו. און זיי טוען דאס אפשאצן פון איינס (די ערגסטע) ביז 100 (די בעסטע). פאר דעם לעצטן מאדעל סיעננע, וועלכע איז געלאפן פון יאר 2004 ביז 2010, האבן זיי געגעבן א ראטע פון 92 (כמעט די שפיץ), און מיטן נייעם דעזיין האט דאס געטראסקעט צו בלויז 80, און זיי זאגן אז עס שטייט אייניג מיט’ן מיניווען “קיע סעדאנע”. אזא אפשאצונג איז א שטארקע פאטש אין פאר טאיאטע. (די בעסטע קאר, מיט א ראטע פון 99, איז די לעקסוס LS460).
רעדנדיג פון די קיע סעדאנע (KIA SEDONA) איז כדאי צו באמערקן אז עס איז גאנץ א גוטער מיני ווען פאר ביליג, פאר ווער עס וויל קויפן.זיי האבן טאקע נישט גוטע פרייזן פאר ליעסן, אבער צו קויפן קען מען טרעפן גוטע דיעלס, און עס פארט גאנץ פיין, עכ”פ בעסער ווי די יעצטיגע קרייסלער מיניווען’ס. און אצינד, פאר 2011 האבן זיי פארבעסערט זייער מיניווען, חוץ די נייע פראנט גריל, האבן זיי א נייע ענדשזין און 6 ספיד טראנסמישאן (אנשטאט די אלטע 5 ספיד), מיט פיל מער פאווער (27 מער פערדן-כח) און נוצט גאר ווייניגער געז, און נאך פיטשעווקעס אינווייניג. מיר וועלן בל”נ שפעטער זיך צוריקקערן צו קיע און אנדערע קאמפאניס. לאמיר אצינד צוריקגיין צו די סיענע.
קאנסומער רעפארטס איז שטארק צופרידן פון סיענעס “אפענע און לופטיגע קאבינע”, “גאנץ באקוועמע זיצן”, “זייער א באקוועמע רייד”, “גוטע ענדזשין און גוטע שפארזאמקייט פון גאז”. אבער איז אומצופרידן אז די קאבינע איז מער נישט אזוי שטיל ווי די פריערדיגע ווערסיע, און אז די מאטעריאלן זענען זייער “טשיעפ” (ביליג) און נישט גוט צוזאמענגעשטעלט, און “הענדלינג” איז זייער נישט צו די זאך, איר זאלט אפילו נישט פרובירן צו מאכן א שנעלע דריי, נאר בעפאר דעם זאלט איר זיך פארלאנגזאמען.. (עס איז דא איין סיענע מאדעל, SE (לכאורה מיינט דאס sport edition) וואס האט יא בעסערע הענדלינג און סטירינג. עס שפירט זיך ליבערשט ווי איר דרייווט א האנדע ווי איידער א טאיאטע, אבער לכבוד דעם איז די “רייד” נישט אזוי סמאאד).
אנדערע קאמפלעינטס פון דרייווערס זענען ווי פאלגענד: די זיצן אינדערמיט איז ערגער ווי אין די פריערדיגע. די מיטעלסטע זיץ (אויף  8 פאסאנזשיר ווענס, אויב האט איר די 7 פאסאנזשיר, רעדט מען נישט צו אייך) איז זייער שמאל (אזוי ווי האנדע אודיסי האט אויף די אלטע ווערסיע), און הגם זיי האבן דאס געמאכט כדי צו קענען גרינג ארויסנעמען און לייגן אין די טראנק אין א ספעציעלע לאך, איז עס אבער נישט באקווען צו זיצן דערויף, אפילו פאר א קינד.
נאך א קאמפלעינט, אז דער אויסשטעל פון אלע קנעפלעך (בפרט פאר עירקאנדישאן און הייצונג) איז אפשר פענצי אבער זייער נישט לאגיש, און עס נעמט אסאך צייט צו טראכטן און קוקן וועלכען קנעפל צו געבן א דריק, און אינמיטן פליען זאלט איר דאס אודאי נישט פרובירן.
המשך קומט אי”ה

December 13, 2010 at 11:00 AM#2
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע

איין ווארט: WOW

איך קען זיך נישט איינהאלטן צו זאגן, פארפאלן דער בעל בית שטעלט צו ארטיקלען וואס מען וועט נישט טרעפן אינערגעץ!

אלץ דרייווער איז מיר דער ארטיקל ספעציעל צום הארצן, איך קוק זיך צו ווי איינער נעמט א האנדע און איינער א סיענע, וואס ווייס איך קליינע מענטשעלע? און דא אלעס מיט אזא קלארקייט.

די וועלט זאגט אז מען געט נעמט מען, מען פרעגט נישט קיין קשיות. ביז יעצט האב איך דאס געטון. אבער דא מוז איך ארויסקומען פון מיין מויזן לאך, און שרייען “יישר כח!!!”

December 13, 2010 at 11:00 AM#3
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע

btw, דער קעפל פון די ארטיקלעך זעט מען נישט די גאנצע אונליין, נאר אויף די אימעיל.

December 13, 2010 at 1:03 PM#4
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע

גייט מען דא שרייבן פון אנדערע מיני ווען’ס אויך? איך האב א ניסען קוועסט. איך בין שטארק נייגעריג צו זעהן די מעלות און חסרונות דערפון

December 13, 2010 at 1:14 PM#5
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע

איך האב שוין מיני ווענס איבער צעהן יאר, איך בין עס שוין אויסגעוואקסען קע”ה, מיר טראכטען שטארק פון א סובארבען…. האט איינער דא עפעס עקספיריענס אין דעם??

December 13, 2010 at 5:57 PM#6
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע

וואס הייסט ביסט שוין אויסגעוואקסן? א גרעסערע משפחה (קע”ה)? אין א סובורבען גייט נישט אריין מער פאסאזשירן ווי אין א מיניווען. רוב מיניווענס קען אריין לעגאל 7 ביז 8 פאסאזשירן. וויפיל מיינסטו גייט אריין אין א סובורבען?

וואס איז בכלל די מעלה פון א סובורבען? בפרט אז עס פרעסט אסאך מער געז ווי כמעט סיי וועלכע אנדערע קאר/ווען.

December 13, 2010 at 6:10 PM#7
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע

יא טאקע דאס מיין איך קע”ה איך פיט שוין נישט אריין אין א מיני ווען, אין א סובארבען קען מען אריין לייגן נאר א סיט אין די בעק וואס דאס מאכט עס פאר א 11 אדער 12 פעסענדשער וייהקעל.

December 13, 2010 at 9:37 PM#8
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע

יענקעלע,
כ’האב נאכנישט געהערט פון אזא מין סובארבן, אפשר צייגסטו מיר אן ווי מ’קען דאס זעין?
יישר כח

December 14, 2010 at 12:56 AM#9
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע

שמעלקע די שרייבסט דאך מורא׳דיג keap it up

December 14, 2010 at 12:39 PM#10
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע

שמעלקא זיסער, א קניפ דיר אין בעקל.
כ’האב נישט קיין סיענע און נישט קיין אדדעסי, מיין משפחה’לע ציילט זיך נאך ביזדערווייל ביי צוויי קינדערלעך קיעה”ר, אבער כ’האב א געוואלד הנאה געהאט ווי דו נעמסט א סוביעקט וואס רירט אן א גרויסן פראצענט היימישע אינגעלייט, און עס אזוי שיין אויסגעשמועסט אין דער לענג און דער ברייט.

ווי זאגט בערעלע? קיפ איט אפ!

December 14, 2010 at 1:05 PM#11
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע

זעליג

איך ווייס איינער וואס מאכט דאס, איך האב שוין גערעדט צי אים, און איך ווייס אויך פאר וועם ער האט דאס שוחן געמאכט.

אבער צי מיין פראגע האב איך נאכנישט קיין ענטפער = איך בין זייער נייגעריג פאר די היימישע געבענטשטע משפחות פון 6 קונדער און מער קע”ה ווי גיט מען זיך אן עצה מיט א קאר ווען וכד’???

December 15, 2010 at 3:44 PM#12
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע

יעקעלע
וואספארא עצה קען שוין זיין?
גרעסערע משפחות פיטען נישט אריין אין קיין מיני ווען, סאו אנלעסס מען קויפט א מיני באס, האט מען טאקע נישט קיין פלאץ אויף איינמאל. ביודעי ובמכירי קאמינא.
די סובארבן מעשה וואס די זאגסט האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט.

December 15, 2010 at 4:06 PM#13
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע

יעקעלע, געווענליך בלייבט מען מיט א מיני ווען, אפילו מיט א קינדער געבענטשטע משפחות. (כאטש עס זענען דא וואס גייען אריבער צו א 15 פעסעדנזשער ווען – אבער ווייניג) און צו דיין פראגע וויאזוי מען געט זיך א עצה, וויאזוי געט מען זיך א עצה מיט פרנסה פאר א קינדער געבענטשטע משפחה? אויף אלעם איז פארהאן א סימפל עצה? מען שיקט קינדער מיט א צווייטן וכדומה.

חוץ פון דעם, איז געווענליך נישט שייך צו מיטנעמען אלע קינדער אויפאמאל ווען מען האט קינדער פון אלע עידזשעס, אין קאנטרי נעמט מען דאך נישט מיט די עלטערע וואס גייען אין קעמפ, סאו ווען דען? חול המועד האלטן? פארן צו די עלטערען וואס וואוינען אינדרויסן פון שטאט? מען רעדט סך הכל פון איינס צוויי מאל א יאר. דאס איז נישט אזוי שווער זיך א עצה צו געבן.

עס לוינט ליבערשט צו שיקן אפאר קינדער (צו אפילו אלע…) מיט א באס און צאלן געלט, ווי איידער צאלן געלט פאר א ריזיגע ווען פאר א גאנץ יאר.