יעדע מאל ווען איר זענט עוסק אין מסחר, מאַכט זיכער אַז אייער ציל איז קלאָר. איר מוזט טראַכטן פון אַ ליסטע פון מיטלן וואָס וועלן אייך העלפן דערגרייכן דעם ציל אויף אַ פארשטענליכען אופן.
מען דערציילט אַ מעשה פון אַ יונגער ביזנעסמאן וואָס האָט פּרובירט זיך צו האַלטן ביים לעבן דורך פאַרקויפן מעלאָנעס אויף די גאַס פאַר $1. מיט גרויס הצלחה האָט ער פאַרקויפט יעדע איינציגע שטיקל, אָבער ווען ער האָט צוזאַמגערעכנט זיינע הכנסות, האָט ער באמערקט אַז ער איז געבליבן מיט גאָרנישט.
איז דער יונג זיך געגאנגען שואל עצה זיין ביי זיין קלוגן חבר, און דער חבר האָט אים גע’עצה’ט, אַז אַנשטאָט צו אויפשניידן נאָר עטליכע מעלאָנעס, זאָל ער קויפן איין קעסטל.
ער האָט געפאָלגט זיין חבר’ס אָנווייזונגען און ער האָט טאַקע ווייטער פאַרקויפט יעדעס איינציגע שטיקל. אָבער ווי אַנטוישט איז ער נאָכאַמאָל געוואָרן צו זעהן אַז ער האָט נאָכאַלץ נישט פאַרדינט אַ רויטע פּרוטה.
זיין חבר’ס נייע עצה איז געווען: “עפן אַ גרויסע מעלאָנע-געשעפט!” אָבער וויבאַלד זיין חשבון איז בכלל נישט קלאָר געווען, האָט דאָס אויך נישט צופיל געהאָלפן.
ווען אַ געשעפטסמאַן איז נאָר פאַרנומען מיט’ן שלעפּן קונים פון די גאַנצע שטאָט אויף אַזוי ווייט אַז ער געבט ממש אַוועק זיינע פּראָדוקטן פאַר בחינם, טוט ער גאָרנישט אויף. אויב זיין ציל איז אַז ער זאָל וויסן ביי זיך אַז “זיין געשעפט האָט די מערסטע קונים פון גאַנץ…”, האָט ער דאָס טאַקע דערגרייכט, אָבער וואָס העלפט דאָס אים? וואָס איז זיין אמת’ער ציל?
אויב דער מענטש שטעלט זיך אַ קלאָרער ציל אַז מיט זיינע געשעפטן וויל ער פאַרדינען און ער וויל קענען לעבן מיט הרחבת הדעת, וועט ער דאָס אינזין האָבן סיי ווען ער באשטימט די פּרייזן פון זיינע פּראָדוקטן און סיי ווען ער סערווירט די קונים. אויב ער פאַרלירט זיין קלאָרע וויזיע און ער הייבט אָן צו נידערן די פּרייזן צופיל, וועט ער טאַקע זיין פאַרנומען מיטן סערווירן הונדערטער קונים אַגאַנצן טאָג, אָבער אויף דער נאכט וועט ער זיך טרעפן אין זיין קליינטשיגע דריי-צימערדיגע דירה’לע…
קלארע צילן
2 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: ויחי , תשע"א · בעל-בית נומער: 29 · דאטום: 2010-12
http://www.balboos.com/content/2010/12/קלארע-צילן/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2010/12/קלארע-צילן/ קאפיע אין ארכיוו