המשך פון פארגענגענע וואך
זיי האבן אויך אוועקגענומען אנדערע גוטע זאכן. למשל פלעצער וואו צו האלטן זאכן. אין די פריערדיגע ווערסיעס איז צב”ש געווען אין די טירן פון פארנט, אונטער וואו מען האלט די האנט אנצולאנען, אזא באהאלטענער קעסטל (bin) צו האלטן קליינע זאכן. אין די נייע איז נישטא מער. אויך די גרינגע קאנטראלס פון די אינווייניגסטע לעקטערלעך וואס איז געווען אין די אלטע האבן זיי אצינד ארויפגעשטעלט אויפן דאך (אפשר כדי איר זאלט זיך שפירן ווי א פילאט..?)
מצד שני, האבן זיי אסאך נייע מעלות וואס די אלטע האט נישט געהאט. אלע מאדעלן האבן א “בעקאפ קעמערע” וואס צייגט אייך א בילד פון אונטן ווען איר “בעקט” ארויס. כמעט אלע האבן “bluetooth” פאר אייער טעלעפאן, אלע פיר פענסטער האבן די AUTO פונקציע סיי פאר עפענען און סיי פאר צומאכן. א גרעסערערע באקוועמערע הענטל אויפצועפנען די טיר פון אינווייניג. א שפיגל אינווייניג וואס ווערט אויטאמאטיש טונקל ווען א קאר הונטער אייך שיינט אייך אריין מיט די היי-ביעמס, הייסע שפיגלעך אינדרויסן כדי צוצולאזן שניי אדער ווען עס איז “פאַגי” (פארהויכט), און נאך. (אגב, נאך א מעלה אין מיניווענס וואס בלויז די סיענע און די קיע-סעדאנע פארמאגט, און רוב מענטשן ווייסן נישט דערפון, איז אז די אונטערשטע חלק פון די ווינדשילד (דער דרייווערס פענסטער) קען ווערן אנגעהייצט כדי צו צולאזן שניי אדער אייז פון די ווייפערס. קרייסלער איז אייגענטליך די וואס האבן אריינגעברענגט די פונקציע אין מיניווענס נאך מיט יארן צוריק, אבער זיי האבן זיך אפגעלאזט דערפון עטליכע יאר צוריק, אין 2003, ווען זיי האבן אנגעהויבן שניידן קאסטן).
דערנאך איז פאראן “רילייעביליטי”. אמאליגע צייטן האט מען געקענט קויפן א טאיאטע מיט פארמאכטע אויגן. מען האט געוואוסט און געטראסט די קאמפאני אז זיי מאכן דאס אויפן בעסטן אופן וואס איז שייך, און האט יארן לאנג געהאט די קלענסטע ראטע פון “ריפעירס פער הונדערט”, ד.ה. אין אנדערע ווערטער, עס איז די ווייניגסטע געזעצן ביים מעקעניק פון צווישן אלע אנדערע קאמפאניס. דאס האט זיך געטוישט לעצטנס, און ליידער זענען שוין נישט צופיל בעסער ווי די אמאליגע “גארבעדזש” קאמפאניס, פארד, און שעווי (בכלל GM), און אפילו הייאנדעי און איר שוועסטער קיא. די לעצטערע האבן זיך א שטארקן רוק געטאן אויף ארויף, און האבן איינע פון די בעסטע צופרידנקייט ראטעס אין לאנד, ממש אומגלויבליך, מאשפות ירים אביון! מיר געדענקען נאך אלע ווי מיט בלויז עטליכע יאר צוריק האט מען אפגעלאכט פון פארד, און שעווי, און אודאי קרייסלער, און היינט האבן זיי (חוץ קרייסלער) פארדינט א שטארקן רעספעקט אינעם עולם המסחר.
איז די נייע סיעננע האט ליידער גאר אסאך פראבלעמען, און זיצט אסאך ביים מעקעניק, זאגן פילע אייגענטומער. ס’איז וויכטיג צו פארשטיין אז אין די וועלט פון קארס איז א נארמאלע זאך אז שנה-ראשונה ווערסיעס זיצן ביים מעקעניק מער ווי עלטערע, וויבאלד זיי זענען קוים געבוירן, טרעפט זיך כסדר פארשידענע “באגס” וועלכע ווערן פארראכטן (זיי רופן דאס בדרך צחות “עס ציינדלט”…), די צווייטע יאר איז שוין געווענליך רוב דערפון פארראכטן, און ווערט פארבעסערט יעדע יאר. אבער עכ”ז האט טאיאטע ע”פ רוב אויסגעמיטן די שוואכקייט, און אפילו אין די ערשטע יארן האבן זיי כמעט נישט געמאכט קיין טראבל, זייער אינזשענירינג איז געווען ערשט-קלאסיג. די נייע סיענע איז אבער נישט אזוי.
אנדערע אינטערעסאנטע כאראקטעריסטישע שטריכן פונעם סיענע: די בעק ווייפער איז “באהאלטן” אינעם אויבערשטן חלק קאר. עס מאכט גרינגער אפצופוצן די קאר פון שניי, אדער אפוואשן אין א קאר-וואש וכדו’. אבער עס טוט נישט אפווישן אזא גרויסער חלק ווי די געווענליכע אויסשטעל.
לאמיר אריבערגיין צום האנדא אודיסי.
די גרעסטע אנטוישונג אין די נייע 2011 מאדעל, ווי איר ווייסט שוין געוויס, איז די מאדנע דעזיין פון אינדרויסן. ס’איז כמעט נישטא איינער וואס רעדט פון די 2011 מאדעל און וועט נישט קאמענטירן אויפן אויסזעהן. פארוואס האנדע האט דאס געטון, איז פשוט ווייל זיי ווילן זיין “דיפערענט”, נישט אז זייערס א ווען זאל אויסקוקן פונקט ווי דעם קאמפעטישאן’ס. שטעלט זיך ארויס אז רוב מיניווען דרייווערס זאגן, לא מדובשך ולא מעוקצך. אויב מוז איך נעמען אזעלכע ראדיקאלע דעזיינס, ליבערשט בלייב שוין ביים אלטן דעזיין. האנדא פארענטפערט זיך אז די מעלה פון די דעזיין איז אז די דריטע שורה פון פאסאזשירן קענען בעסער ארויסקוקן פון פענסטער, ווייל עס איז פיל נידריגער ווי געווענליך, און מער אפן צו די גאס (זעהט אויס האנדא ווייסט נישט פון שמירת עינים).
בכלל איז די גאנצע גוי’אישע מידיא היבש פארנומען די לעצטערע יארן אראפצורייסן האנדא – און אקיורע, זייער לוקסוריעזע אפטיילונג – פאר ראדיקאלע דעזיינס. הגם זיי זענען גאר גוטע אויטאס, און דרייוון זייער גוט, און מענטשן זענען שטארק צופרידן, נעמט דאס נאך נישט אוועק פונעם פאקט אז זייער אויסקוק איז אומפאר-שטענדליך. עס זעהט כמעט נישט אויס ווי איינער גלייכט דאס. אן אנדער אפרעדעניש וואס אלע רעדן זיך שטארק אפ אויף האנדא/קאיורע, איז אז די קנעפלעך אין זייערע אויטאס זענען אומנויטיג קאמפליצירט. אפילו די באקאנטע עקארד סעדאן, איז מלא קנעפלעך, וואס איז זייער שווער צו קאנטראלירן, בפרט אינמיטן דרייוון. למעשה אבער קוקט אויס אז האנדא לאכט זיך אויס פון אלעמען, אפנים זייערע אויטאס פארקויפן זיך אין די הויכע נומערן טראץ די אלע קריטיק.
המשך קומט אי”ה
א בליק איבער די האנדע אדיסי און טאיאטע סיענע 2
5 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: על דא ועל הא · דורך: ליינער · וואך: שמות , תשע"א · בעל-בית נומער: 30 · דאטום: 2010-12
http://www.balboos.com/content/2010/12/האנדע-אדיסי-און-טאיאטע-סיענע-2/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2010/12/האנדע-אדיסי-און-טאיאטע-סיענע-2/ קאפיע אין ארכיוו