נייעס

9 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: נייעס · דורך: יוחנן שיף · וואך: שמות , תשע"א · בעל-בית נומער: 30 · דאטום: 2010-12
http://www.balboos.com/content/2010/12/נייעס-שמות-תשעא/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
נייעס

ווינדאוס 8 מעלדונג, קומענדיגע חודש?

ווינדאוס 7 איז קוים 13 חדשים אלט, רעלאטיוו אינג -אין מייקראסאפט טערמינען- און מייקראסאפט לאזט נישט פאלן אפילו קיין רמז איבער די קומענדיגע ווערסיע פון ווינדאוס.
די ניו יארק טיימס האט אבער אנדעקט פון אן אנאנימע קוואל, אז מייקראסאפט וועט מעגליך רעדן די ערשטע מאל דערוועגן קומענדיגע חודש ביי די בארימטע CES שאו אין לאס וועגאס.
פרטים איבער די נייע אפערעטינג סיסטעם זענען כמעט נישט באוויסט, די ביסל וואס מען ווייסט יא איז אז עס וועט פארמאגן א פראגרעם סטאר, ענליך צו וואס מעק וועט האבן, און אז מייקראסאפט ארבעט צו באדייטענד פארשנעלערן די צייט וואס עס דויערט פאר א קאמפיוטער זיך צו עפענען.
די קאנסומער עלעקטראניקס שאו קומט פאר יעדעס יאר און יאנואר, עס איז פארעכנט אלץ די גרעסטע טעכנאלאגיע שאו, רוב נייע טעכנאלאגיע און קאמפיוטער פראדוקטען ווערן געמאלדן פאראויס דארט. (חוץ פון עפל וואס גלייכט צו האלטן סודות און מעלדט אלעס ביי זייערע אייגענע קאנפרענצן).

יאהו זאגט אפ ארבעטער, פארמאכט סערוויסעס, דעלישעס בוקמארקס וועט פארקויפט ווערן

די עקאנאמיע איז שווער פאר יעדן, אבער יאהו גליטשט שוין בארג אראפ פאר יארן. אין די בראשית יארן פון די נעץ איז זי געווען א סימבאל פון די אינטערנעט, אבער זינט גוגל איז אויפגעקומען האט צוביסלעך אלעס אנגעהויבן צו גיין מיטן פיטום אראפ. הגם מיט געוויסע אספעקטן, ווי צב”ש די מספר פון אימעיל אקאונטס, איז זי נאך אלץ די גרעסטע.
זיי האבן שוין געמאכט דראמאטישע שינויים, געטוישט די פירערשאפט, געשלאסן א דיל מיט מייקראסאפט בינג, און נאך. די וואך האט זי געמאלדן אז זי וועט אויפזאגן פיר פראצענט פון איר ארבייטער קראפט און פארמאכן פארשידענע סערוויסעס וואס ברענגען נישט קיין אינקאם.
עס איז ארויסגערינען א טיילווייזע ליסטע צו די פרעסע, צווישן די סערוויסעס איז דערמאנט געווארן אויך Delicious א סאציעלע בוקמארקס סערוויס, וואס פלעגט זיין מער פאפולער, אבער איז נאך אלץ היבש אקטיוו. וואס האט טאקע אויפגעברענגט ווינדער ביי מענטשן.
שפעטער האבן זיי טאקע געמאלדן אז דעלישעס בוקמארקס וועט נישט ווערן פארמאכט, נאר פארקויפט ווערן, ווייל יאהו וויל זיך מער קאנצעטרירן אויף זייער עיקר סערוויסעס ווי סיערטש, זייער האום פעידזש און אימעיל.
וואס די סוף פון יאהו וועט זיין איז שווער צו וויסן, אבער עס קוקט נישט אויס צו גוט…

א גוטע זאך ווערט בעסער, מייקראסאפט סעקיוריטי עסענטשעלס 2

מייקראסאפט סעקיוריטי עסענטשעלס אנטי וויירוס (אין קורצן MSE) איז בלי ספק מייקראסאפט’ס בעסטע פרייע פראדוקט. אסאך מאל איז שווער זיך צו גלייבן די אויגן ווען מען זעט ווי עס ווערט אויסגערימט דורך אזעלכע מבינים וואס האבן נאך אין זייער לעבן נישט געשאנקן מייקראסאפט א גוט ווארט.
יעצט האט מייקראסאפט ארויסגעגעבן א נייע ווערסיע, ווערסיע 2.0 . די עיקר חידוש איז א טעכנאלאגיע וואס טרעפט וויירוסעס נישט בלויז דורך פארגלייכען די פייל צו א דאטא בעיס פון באוויסטע וויירוסעס – אזוי ווי ביז היינט. נאר עס שאצט אויך אפ לויט די אויפפירונג און כאראקטער שטריכען פון די פייל, צו עס קוקט אויס ווי מאלוועיר. אזוי ארום קען עס טרעפן גאר נייע וויירוסעס וואס זענען נאך נישט אנדעקט און קלאסיציפירט געווארן. אנדערע פירמעס ניצן שוין לאנג די טעכנאלאגיע.
עס זענען אויך צוגעקומען נאך עטליכע קליינע פארבעסערונגען. אט איז א לינק צו דאונלאדען.
http://www.microsoft.com/security_essentials

אפערע 11

מיר האבן נישט לאנג צוריק געמאלדן אז אפערע 11 איז אין בעטא, און אט איז עס שוין פערטיג. אפערע 11 איז אפיציעל ערשינען די וואך.
ווי געשמיסט האבן זיי צוגעלייגט אין ווערסיע 11 סופארט פאר עקסטענשאנס, אין די קורצע צייט איז שוין צוגעקומען איבער צוויי הינדערט עקסטענשאנס. עס איז טאקע ווי א טראפן אין ים אקעגן פייערפאקס און אפילו גוגל’ס קראום, אבער עס איז א גוטע התחלה.
זייענדיג די ערפינדער פון “טעבס” (וואס אלע בראוזערס האבן עווענטועל נאכגעמאכט), האט אפערע יעצט צוגעלייגט א פיטשער וואס רופט זיך “סטעקס” דאס הייסט אז מען קען מאכן א הויפן (stack) פון טעבס וואס האבן א שייכות, צו פארגרינגערן צו האלטן חשבון און באהאנדלען מערערע טעבס אויף אמאל.
חוץ פון דעם האט זיך אפערע אירע אייגענארטיגע מעלות און אויסזען, וואס זענען באמת נישט אוועקצומאכן, אבער משום איזה סיבה געט זיך עס נישט איין. אדרבא פרובירט עס אליינס אויס און לאזט הערן אייער מיינונג אין די קאמענטארן.
http://www.opera.com/browser/download

December 21, 2010 at 4:20 PM#2
נייעס

אפערע איז די בעסטע בראוזער, איך ניץ עס שוין איבער א יאר, עס האט מער פיטשערס פון אלע אנדערע בראוזערס צוזאמען, און יעצט אין 11 איז עס געווארן נאך שנעלער אויך.

December 21, 2010 at 6:45 PM#3
נייעס

אינטערנעט עקספלאורער האט שוין לאנג די “קאליר-קאודעד” טעבס, דהיינו אז אלע טעבס וועלכע האבן שייכות איינס מיטן צווייטן האבן דעם זעלבן קאליר (למנשל געהל), און אנדערע גרופעס אנדערע קאלירן. איך ווייס נישט צו אפערע טוט די זעלבע זאך, איך וואלט געקענט באשטיין צו זעהן א סקרינ-שאט. אויף זייער וועבסייט (http://www.opera.com/browser/features) איז נישט זייער קלאר די בילדער, אבער מען זעהט וויפיל פיטשערס זיי האבן אריינגעלייגט.

אלעזר מענדל כ’האב געמיינט אז דו ביסט פון די פייערפאקס חברה…. דו נוצט ביידע? סיי אפערע און סיי פ”פ? וועלכע האלטסטו איז בעסער?

אגב, רעדנדיג לעצטע וואך פון גוגל קראומ’ס מעלה פון די אריינגעבויעטע אדאובי-ריעדער, שטעלט זיך ארויס אז די חסרונות זענען דערווייל מער ווי די מעלות. מענטשן איבער די אינטערנעט רעדן זיך שטארק אפ דערויף. מען קען נישט סעיוון א PDF פייל (נאר אלס א וועב פעידזש, נישט אלס א PDF), נישט פרינטן, נישט סוירטשן פאר א ווארט וכדו’, און נאך אסאך מעלות וואס פעלט. פאר די וואס האבן דעם פראבלעם קענען “דיסעבלען” דעם פלאג-אין/עקסטענשן, און צוריק “אינעיבלען” דעם אדאובי ריעדער, און צוריקדרייען דעם זייגער ווי אין די אלטע גוטע (אבער שטאטע) צייטן..

December 21, 2010 at 8:02 PM#4
נייעס

שמעלקא, פייערפאקס האט א עקסטענשאן פאר דעם, אבער איך האב עס אונאינסטוילד, עס האט מיר נישט געכאפט.
ווי אזוי קענסטו זען אלעזר מענדל’ס היסטארי? מען דארף זיין איינגעשריבן?

December 22, 2010 at 2:53 PM#5
נייעס

נתן,

זיי האבן אן עקסטענשאן אויף וואס?

וועגן אלעזר מענדל האבן מיר שוין געהאט א שמועס (דא אויף בעל-הבית) נישט לאנג צוריק, ווי מיר האבן דעסקאסט איבער פייערפאקס און אנדערע בראוזערס. איך קען נישט זעהן קיין שום היסטארי, האב נישט קיין מורא (נאר גוגל קען….)

December 22, 2010 at 10:21 PM#6
נייעס

א עקסטענשאן צו מאכן קאלירטע טעבס.

December 22, 2010 at 11:22 PM#7
נייעס

שמעלקא איך וועל דיר אלעס פארענטפערן בטיב טוב טעם ודעת
איז אזוי, איך ניץ פייערפאקס שוין יארן ביי די ארבעט, איך האב אפשר פינף און צוואנציג עקסטענשאנס, עס איז נישטא קיין שום טשאנס איך זאל זיי אויפגעבן. פאר מענטשן רעקאמענדיר איך עס אויך ווייל עס איז א “נארמאלע” גוטע בראוזער.
אפערע האב איך אינסטולירט אין מיין לעפטאפ וואס האט אפט שוואכע וויי פיי קאנעקשאנס, זיי האבן די טארבא פיטשער אריינגעלייגט בערך א יאר צוריק ספעשל פאר שטאטע קאנעקשאנס (גענימען פון אפערע מאביל) איך בין זייער נתפעל ווי פלייסיג זיי ארבעטן אריינצולייגן נייע אויסטרעפן ביי יעדע אפדעיט. עס האט א געוויסע געשמאק און אויסזען מען דארף עס אבער גלייכן, וועגן דעם רעקאמענד איך עס נישט פאר סתם מענטשן און אחרי ככלות הכל האבן זיי נישט קיין עקסטענשאנס, וואס איך קען נישט אויפגעבן.
אבער יעצט אז זיי האבן עקסטענשאנס, האלט איך אז עס וועט בקרוב אויסוואקסען איבער אלע אנדערע.
זיי זענען די איינציגסטע ווואס טראכטען אוט אף די באקס, דו ווייסט אז טעסבס איז זייער איידיע?
דו ווייסט וואס אפערע יונייט איז? עס איז א משוגענע אויסטרעף! איי פארוואס ווערט עס נישט באוויסט? א גוטע קושיא, אבער איך בין משוגע פאר זיי.
זי גאנצע עקספיריענס פון האבן אימעיל אין די בראוזער און יעצט יונייט מיט סטעקס מיט טארבא און נאך טעכנאלאגיעס און זאכן, עס איז א צווייטע קלאס בראוזער אינגאנצן ווי די אנדערע.

December 22, 2010 at 11:26 PM#8
נייעס

שמעלקא
אויב דו האסט נאך נישט געהערט פון יונייט לייג דיך אריין דערמיט עס איז א רעוולוציע, א פלאטפארם פאר א גאנצע הויפן מיט נייע קליינע עפפס. לויט ווי איך קען די פון דיין שרייבען וועסטו הנאה האבן. אבער דאס קען איך נישט זאגן פאר קיין סתם מענטשן.

March 9, 2011 at 5:09 PM#9
נייעס

אין אנדערע בראוזער נייעס, וועט מייקראסאפט אפיציעל רעליעסן IE9 קומענדיגן מערץ 14, זעהט דא:

http://www.pcworld.com/article/221702/microsoft_sets_ie9_launch_date_for_march_14.html#tk.hp_new

אבער דערווייל האט שוין גוגל ארויסגעגעבן אצינד ווערסיע 10 פון די קראום בראוזער, וואס הייסט די שנעלסטע אויפן מארקעט. זעה דא:

http://www.zdnet.com/blog/networking/chrome-10-close-to-a-perfect-web-browser-10/775?tag=content;search-results-rivers