מעלה פון טשעיס
צו בעל הבית
איבער די באנק פראגע, ביי טשעיס טאמיר ווער איך אווערדרעפט, שיקען זיי מיר א טעקסט מעססעדזש, און איך האב צייט ביז סוף טאג צו אריינלייגען געלט אדער טרענספערן פון מיין טשעקינג אקאונט נישט צו באקומען קיין טשארזשעס.
אדרבה, זאגט פאר עפפעל וואס טשעיס אפפערט אייך, אמאל קען עס העלפען אראפצונעמען אן איינמאליגע טשארזש.
יעקב
נאך איבער פרייע K7 פעקס סערוויס
בנוגע וואס א ליינער האט געפרעגט (דעת בעל בית ויחי תשע”א) ווי אזוי זיך א עצה צו געבן מיט K7 וואס פארלאנגט מען זאל פעקסן איינמאל א חודש.
די נומבער איז אויך א וואיס מעיל באקס. מען קען לאזן איינמאל א חודש א וואיסמעיל פאר זיך אליין.
אלעזר לאנדא
snapahead.com
איך האב נאכגעקוקט, און איר האט טאקע רעכט, עס מוז נישט זיין דוקא א פעקס. אט דאס איז פון זייער וועבסייט
use is determined as a call or fax message to that number
איך פלאן טאקע צו קענסלען מיין פעקס ליין און ניצן בלויז K7, איך וויל טאקע אויסדריקן מיין דאנק פאר דער וואס האט מתחילה געשריבן דערוועגן.
דו איינציגסטע חסרון איז נאר אז עס איז א לאנג דיסטענס נומבער, און עס קוקט אויס נישט פראפעשאנעל צו געבן א לאנג דיסטענס נומבער אין די צייט וואס דער צווייטער ווייסט אז דו ביזט אין ניו יארק.
י. רייך
איך האב שוין לאנג K7 אין איך בין נישט מקפיד צו שיקן איינמאל א חודש, זיי אליין שיקן דיר כאטש איינמאל א חודש א פעקס מיט עפעס א עדווערטייזמענט, דאס איז דאך זייער בענעפיט.
(-)
רעדאקציע: זעט די וואך אין “עצה טובה” נאך א וועג צו באקומען און שיקן פעקסעס.
אינטערנעט פילטער
כ’האב לעצטנס איינגעהאנדלט אינטערנעט ביי ווערייזאן, ווייל כ’האב דאס געמוזט האבן צו קענען מאכן האוסטעד פי בי עקס פאון סערוויס, וואס ארבעט נישט אמבעסטן מיט זשעי נעט.
ביזדערווייל האב איך נישט קיין שום פילטער, וואס איז א פאברעכן בעיני אלוקים ואדם. כ’וויל דאס שטארק ערלעדיגן, אבער כ’קום פשוט נישט אן ווייל כ’בין ב”ה פארנומען מיט דער ארבייט.
איז מיין פראגע: וואס פאר א פילטער איז כדאי צו אינסטאלירן, וואס איז סיי ביליג און סיי עפעקטיוו?
כ’ברויך נישט קיין סאך ארומבראוזן. כ’דארף מיר נאר מיינע פאר סייטס, אנליין בענקינג, יו סענד איט, פארשטייט זיך בעל הבית וכדו’… ווארשיינליך קען איך גוט פארן מיט א ווייסן ליסטע, און אלעס אנדערש ווערט געבלאקט. איינער האט מיר געזאגט אז דאס בעסטע איז “סעיף אייס” safe eyes, אלזא, איז מיין פראגע האט איינער ערפארונג מיט דעם? וואס זאל איך טון?
כ’דאנק אייך פון פאראויס ווער ס’קען מיר בייהילפיג זיין אין דעם הינזיכט, ותחשב לו לצדקה. ולמצוה גדולה.
יענקל
איך האב געהערט פון מענטשן וואס זענען צופרידן פון filternet. אבער איך האב נישט קיין אייגענע עקספיריענס.
יוחנן שיף
עס איז אויך דא ישיבה נעט און וועב חבר
yeshivanet.com
webchaver.org
משה בראך, ב.פ.
סיערטשן אין אלע גוגל סערוויסעס
איך נוץ זייער אסאך די גוגל אנליין פראדוקטן, איך ניץ שוין ממש נישט עפעס אנדערש.
איין זאך וואס עס שטערט מיר זייער און איך וואלט געוואלט פרעגן אויב איינער ווייסט, צו איז דא א וועג צו זוכען אין אלע גוגל סערוויסעס אויף אמאל?
למשל איך זוך א געוויסע אדרעס וואס איך האב ערגעץ פארצייכענט, זאל עס מיר קענען זאגן ווי עס ליגט אין קעלענדער גימעיל אדער דאקס.
א דאנק
ש. ל. וומ”ס
רעדאקציע: מיר ווילן אנמערקן אויף נאך עטליכע אינטערעסאנטע שמועסן וואס זענען פארגעקומען אנליין, נאר מיר קענען נישט אלעס אראפברענגען.
אט זענען עטליכע לינקס.
א שמועס וועגן די מעלות פון פארשידענע בראוזערס און וועלכע איז די שנעלסטע.
http://goo.gl/cEjBc
וואס קען ווערן גערעכנט פאר א עקספענס לגבי טעקס.
http://goo.gl/SAybt
ווען די משפחה וואקסט אויס א מיני ווען
http://goo.gl/dcQg5
א הסבר אויף CC און BCC ביי אימעיל
http://goo.gl/jmnz3