ווינדאוס פעקס ענד סקען

8 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: טיפס · דורך: יוחנן שיף · וואך: שמות , תשע"א · בעל-בית נומער: 30 · דאטום: 2010-12
http://www.balboos.com/content/2010/12/ווינדאוס-פעקס-ענד-סקען/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
ווינדאוס פעקס ענד סקען

אין די טייערערע ווערסיעס פון ווינדאוס וויסטא און ווינדאוס 7 איז ארייינגעלייגט א ווייניג באקאנטע פראגראם וואס הייסט “ווינדאוס פעקס ענד סקען”. עס איז א אויסגעצייכענטע פראגראם צו באקומען און שיקן פעקסעס דורך די קאמפיוטער גענצליך בחנם.
צו ניצן דארף מען האבן א מאדעם און איינשטעקן אין א פעקס ליין, און דו קאמפיוטער מוז זיין אפען ווען עס קומט אן א פעקס.

December 20, 2010 at 12:16 PM#2
ווינדאוס פעקס ענד סקען

איך זעה נאכנישט די גרויסע גדולה דערפון, איך וועל ליבערשט קויפן א געהעריגע פאקס מאשין, ווי איידער צו האבן מיין קאמפיוטער אגאנצן צייט אנגעצינדן און קאנעקטעד צום טעלעפאון ווייער.

December 20, 2010 at 5:15 PM#3
ווינדאוס פעקס ענד סקען

די גדולה דערפון איז אז עס וועט דיר שפארן אסאך פאפיר און טינט (ווענדט זיך ווי אפט דו שיקסט און באקומסט פעקסעס, ביים שיקן דארפסטו ארויספרינטן פאפירן צו קענען פעקסן, און ביים אריינקומען באקומסטו ארויסגעפרינט צעטלעך), צווייטנס, דו קענסט האבן אלע פעקס נומערן אריינפראגראמירט און עס גייט איינס צוויי, און ועל כולם האסטו א קאפי פון יעדע פעקס שיין סארטירט ביי דעיט, אדער ביי נאמען, וכדו’. ס’איז א געוואלדיגע זאך לענ”ד. איך נוץ עס שוין יארן און כ’בין זיך מחי’.

December 20, 2010 at 5:18 PM#4
ווינדאוס פעקס ענד סקען

טעקמאן,
אוודאי קען מען ניצן א פשוטע פעקס, אבער הייני מילי בדאיכא, עס קומט צוניץ ווען מען האט נישט.
היינטיגע צייט איז שוין א שאד צו קויפן.
צווייטענס, מען קען ארויספרינטען נאר וואס מען דארף, און מען שפארט זיך פאפיר און טינט.
דריטענס, מען קען שיקן גלייך פון קאמפיוטער.
פערטענס, אלעס בלייבט אין היסטארי, געסעייוד דיזשיטעל.
איך פלעג אמאל ניצן א פראגראם
WINFAX
אבער זייט נארטאן האט עס אפגעקויפט האבן זיי עס געלייגט שלאפן (איר זענט משיג אזא זאך?) און עס איז שוין נישט געאפדעיט אפאר יאר, חוץ פון וואס עס קאסט געלט.
א שיינעם דאנק יוחנן פאר די טיפ, איך האב שוין אמאל געהערט דערפון, אבער כאב שוין נישט געדענקט.
די פראגרעם קוקט אויס זייער גוט.

December 20, 2010 at 5:42 PM#5
ווינדאוס פעקס ענד סקען

שמעלקא טייערער. עס איז היינט דא צובאקומען פרינטער’ס אינאיינעם מיט פעקס, וואס קומט מיט אן אפציע ארויסצופעקסן גלייך פון קאמפיוטער, און אזוי אויך אריינצובאקומען פעקסעס גלייך אין קאמפיוטער.

און מען קען אויך האבן אלע פעקס נומערן אריינפראגראמירט.

איך נוץ: HP לעיזער דזשעט, מאדל נומער M1522.

אשר על כן איז נאך נישט פארענטפערט וואס עס איז די גרויסע גדולה פון “ווינדאוס פעקס און סקען”.

נ.ב. אויב איז דא א אפציע צו קענען ארויספעקסן און באקומען פעקסעס בלויז מיטן זיין מחובר צום אינטערנעט און נישט ברויכן האבן דערצו א עקסטערע טעלעפאן ליין, איז עס שוין יא א שטיקל גדולה.

December 20, 2010 at 5:47 PM#6
ווינדאוס פעקס ענד סקען

יישר כח פאר די אינפארמאציע.

איך וואלט געוואלט וויסן אויב מיט די HP לעיזער דזשעט למשל קען מען אויך שיקן א פעקס פון א נעטווארקד קאמפיוטער.

אגב, יוחנן זאגט אז נאר אין די טייערערע ווערסיעס פון ווינדאוס איז עס דא צובאקומען, דוכט זיך אז נאר אויף וויסטע איז אזוי געווען, אבער ווינדאוס 7 האט עס צוריקגעשטעלט אויף אלע ווערסיעס, אזוי ווי אין די אלטע גוטע צייטן פון ווינדאוס XP.

December 20, 2010 at 6:35 PM#7
ווינדאוס פעקס ענד סקען

שמעלקא.

אויב קען מען פרינטן פון יענע קאמפיוטער קען מען אויך ארויס פעקסן.

וועגן אריינבאקומען פעקסעס אין א נעטווארקד קאמפיוטער ווייס איך נישט.

December 20, 2010 at 8:16 PM#8
ווינדאוס פעקס ענד סקען

דאס איז נישט קיין אויפטו אין ווינדאוס וויסטא אדער 7 מען קען דאס אויך טוהן אויף ווינדאוס עקס. פי. און אפי’ אויף די עלטערע ווערזשינס.
הצלחה וס”ד