ווען איז בעסער נישט צו שאפן א קארפארעישאן

7 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דער אקאונטענט ענטפערט · דורך: Kaufman Tax & Financial Inc · וואך: שמות , תשע"א · בעל-בית נומער: 30 · דאטום: 2010-12
http://www.balboos.com/content/2010/12/ווען-איז-בעסער-נישט-צו-שאפן-א-קארפארעיש/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
ווען איז בעסער נישט צו שאפן א קארפארעישאן

שאלה:
איך האב זיך אריינגעלאזט אין טייפסעטינג, און איך וויל האבן א ביזנעס אז איך זאל קענען נעמען קרעדיט קארד’ס פון מענטשן און אז איך זאל קענען איינגעבן ביי די שטאט (מעדיקעיד, טעקס ריטורן וכדו’) פון וואו איך מאך מיין געלט, איך וויל אז די אינקאם פון די ביזנעס זאל ווערן גערעכנט אלץ מיין פרעזענליכע אינקאם וועלכע סארט קארפארעישאן איז די בעסטע פארדעם.
ו.ב.

ענטפער:
פון אייער בריוו קוקט אויס ווי מען רעדט נישט פון א גרויסע ביזנעס וואס וועט אריינברענגען  הונדערטער טויזענטער דאלער  א יאר – עכ”פ נישט גלייך ביים אנפאנג. נאר פון א ארבייט וואס וועט ברענגען פרנסה פאר איין מענטש, בערך וויפיל עס איז נארמאל די מינימום פאר איין מענטש צו פארדינען א יאר
אין אזא פאל, וואס די פארדינסטן זענען בערך, אדער אביסל מער, ווי די סכום וואס איר ווילט פארדינען א יאר. איז לכאורה די בעסטע מהלך צו פיילן א DBA און נישט צו שאפן א קארפארעישאן.
דערנאך עפענען א באנק אקאונט אויף די ביזנעס נאמען, און האלטן אפגעזונדערט די ביזנעס פינאנצן פון די אייגענע.
המשך קומט אי”ה

December 21, 2010 at 10:13 AM#2
ווען איז בעסער נישט צו שאפן א קארפארעישאן

וואס מיינט א DBA? און מיט וואס איז עס אנדערש ווי א קארפארעישאן?

December 21, 2010 at 1:44 PM#3
ווען איז בעסער נישט צו שאפן א קארפארעישאן

א DBA איז נישט א עקסטרע זאך, עס איז די זעלבע מענטש מיט א ביזנעס נאמען, א קארפ. איז א באזונדערע זאך פאר זיך

December 21, 2010 at 3:32 PM#5
ווען איז בעסער נישט צו שאפן א קארפארעישאן

כולל אינגערמאן
אשריך שנתפסת בדברי תורה.
איך זע אז קייינער נעמט זיך נישט די מי געהעריג מסביר צו זיין.
אין קורצן, DBA איז ראשי תבות DOING BUSINESS AS
אין אידיש מיינט עס אז די געסט דיך אריין, צו מיט דיין אייגענע נאמען צו מיט דיין קארפארעישאן נאמען, אז די מענטש אדער די קארפארעישאן וועט פון היינט און ווייטער טון ביזנעס אינטער די נאמען “עבד כנעני קנעכט עיזשענסי” (איך בין עס מסביר אין כולל טערמינען).
דאס איז בלויז א נאמען, עס איז נישט קיין נייע מציאות.

December 23, 2010 at 5:59 PM#6
ווען איז בעסער נישט צו שאפן א קארפארעישאן

איך גלייך זייער די אנאליז וואס דער אקאונטענט מאכט, נעמליך אז א קארפארעישאן איז געמאכט נאר ווען מען הייבט אן צו פארדינען מער ווי א נארמאלע מענטש וויל מאכן א יאר.
איך האב עס נאך קיינמאל נישט אזוי קלאר ארויסגעהאט.

אגב, ער האט ווארשיינליך פארגעסן צו אנצייכענען אז די עיקר סיבה פון א קארפארעישאן איז אז מען זאל נישט זיין שולדיג פון אייגענע פארמעגן אויב די ביזנעס האט נישט צו באצאלען דאס איז די אמת’דיגע סיבה פון א קארפארעישאן.

December 24, 2010 at 1:26 AM#7
ווען איז בעסער נישט צו שאפן א קארפארעישאן

חביבי
איך פארשטיי נישט וואס די ווינדערסט זיך אזוי, ער דארף עפעס אוזסרעכענען אלע חילוקים? מען רעדט דא א יוד וואס עפענט זיך א טייפסעטינג ביזנעס, וואס האסטו מורא? ווי אזוי וועט זיין קאמפעני זיך פארשולדיגען געלט?
אדרבא, איך האב זייער הנאה פון די קורצע שאלות ותשובות, קורץ און צו די זאך.