האט איר א ביזנעס אדער א פארש צענטער?

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: שמות , תשע"א · בעל-בית נומער: 30 · דאטום: 2010-12
http://www.balboos.com/content/2010/12/האט-איר-א-ביזנעס-אדער-א-פארש-צענטער/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
האט איר א ביזנעס אדער א פארש צענטער?

א קליענט האט מיר אמאל געפרעגט, “איך בין אזוי פארנומען מיטן טוהן ריסורטש און נאכפארשן און איך קום קיינמאל אן צו “טוהן” דאס וואס איך פארש נאך?” ער האט זייער הנאה צו נאכקוקן אינפארמאציע, טרעפן נייע סחורה, אויספרעגן מענטשן, און צאמקלויבן פאקטן. אבער צו נעמען דאס אלעס און ניצן אין די ביזנעס פאר למעשה איז אלעמאל געבליבן אין דער זייט.
דער פראבלעם איז אז דער מענטש האלט אין איין טראכטן, “אפשר קען איך נאך קלויבן נאך אביסל אינפארמאציע, אפשר איז נאך דא נאך איין פאקט וואס איך האב נאכנישט קלאר, אא”וו.
דער סיבה צו די סארט פראבלעם איז פשוט: עס איז פיל גרינגער פאר מערסטנס מענטשן צו טוהן ריסורטש ווי צו “טוהן” למעשה ווייל צאמקלויבן אינפארמאציע איז געווענליך א סוקסעספולער טאט, און טוהן עפעס מיט דעם קען צוברענגען א דורכפאל, אן עול, און שוועריגקייטן. דערפאר בלייבן פיל מענטשן אין דעם ריסורטש נעץ ווייל דארט שפירן זיי באקוועם און פאזיטיוו וועגן זיך.
זיכער איז ריסורטש וויכטיג. פילע ביזנעסער פאלן צאם נאר צוליב דעם וואס זיי האבן זיך נישט גענוג אויסגעקענט אין זייער פעלד, זיי האבן אפילו נישט געוויסט אויב מענטשן ווילן בכלל קויפן דאס וואס זיי שטעלן צו. אבער, דער שליסל איז אלעמאל באלאנס, דער מיטל וועג. ווען איר זעהט אז איר טוהט מער און מער ריסורטש, דאן ווייסט איר אז איר שטופט אפ דעם למעשה. איר האט צוויי ברירות:
‫1. פרובירט צו נאכגיין און פארשטיין פארוואס די ארבעט ווערט נישט געטוען, אדער
‫2. טוהט דעם ארבעט
ביידע וועגן זענען גוטע, אבער קוקט גוט: דער ערשטער ברירה איז נאך אלץ “ריסורטש”!