איך קען אפשר מיטפארן מיט אייך?

10 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: פון מיין אפיס פענסטער'ל · דורך: מתתי' גראס · וואך: שמות , תשע"א · בעל-בית נומער: 30 · דאטום: 2010-12
http://www.balboos.com/content/2010/12/איך-קען-אפשר-מיטפארן-מיט-אייך/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
איך קען אפשר מיטפארן מיט אייך?

וואס קלערט דער דרייווער? ער זעט מיך שטיין דא, ער ווייסט אז עס איז ביטער קאלט, ער איז דאך נישט אריינגעגאנגען אין קאר אויטאמטיש, ער האט דאך געשפירט די ביטערע פרעסט, פארוואס נעמט ער מיך נישט אריין? איז אזוי שווער זיך צו אפשטעלן א פינף סעקונדעס און מיך אריינלאזן? דאס אז ער האט זיך אוועקגעדרייט און נישט “געוואלט” קוקן איז קיין תירוץ נישט.
מלא תערומות שטייט זיך דער אינגערמאן ביים בארא פארק-וויליאמסבורג ווינקל, ווען דער אויסגעפיצטער אויטא ווערט פארשוואונדן און ווארט אויפן קומענדיגן געלעגנהייט אז איינער זאל זיך מרחם זיין און זיך אפשטעלן.
עס איז אבער בכלל נישט אזוי איינפאך, דאס טון א חסד מיט הכנסת אורחים אין קאר איז בכלל נישט אזא פשוט’ע ענין, דער מטבע האט צוויי זייטן, דער דרייווער און דער פאסאזשיר, און יעדער דארף גרונטליך פארשטיין דעם צווייטן.
לאמיר קודם אויסשמועסן דעם דרייווער’ס זייט, און איך בעט מען זאל אויסווארטן ביז ווען עס וועט זיך ארויסשטעלן א גאנצע בילד, און נישט שרייען אז איך מאך חלילה אוועק דעם מידת החסד, וואס אדרבה, צום סוף וועל איך צוריקומען צו דעם ענין.
*
גוט, דעם היינטיגן וואך בין איך דער דרייווער, און איך וועל דא מגלה זיין היפש סודות פון חדר וואס דער פאסאזשיר, איבערהויפט איינער וואס איז ביי קיין רעדל קיינמאל געזיצן, האט נישט קיין אהנונג דערפון.
יאגעניש
די ערשטע זאך איז די קשיא וואס איז מיר אלץ שווער געווען בעפאר איך האב זיך גענומען צום רעדל: פארוואס יאגןן זיך אלע דרייווערס? זיי האבן דאך א קאר און זיי קומען אן פיל שנעלער ווי זיי דארפן באמת אנקומען, אלזא קענען זיי נישט ווארטן נאך א מינוט אויף א טראפיק ליכט? אזלאכע יאמערייען און פייפערייען ווייל איינער האלט אינמיטן קוקן די טאוולען און רירט זיך נישט אזוי שנעל?
איינמאל איך האב זיך צוגעזעצט אויבנאן האט אבער דאס גאנצע דרייוון באקומען ביי מיר א טאטאלע אנדערע בליק, עס איז מיר פארענטפערט געווארן פילע קשיות. די מהלך המחשבה פון א דרייווער איז נישט מעגליך צו פארשטיין עד שתגיע למקומו.
א געווענליכע אפ-טו דעיט קאר איז א מינימום 10,000 דאלער ווערד, דאס הייסט אז דער בעל בית דרייט זיך ארום מיט א 10,000$ ווערד אבייעקט וואו ער גייט און וואו ער שטייט. א קאר קאסט אפ א הון רב פארן בעל בית, אינשורענס, געז, מעינטענעס, וכו’. מען רעדט פון אויסגאבעס וואס קיינער דרייט זיך נישט ארויס דערפון, עס איז דערווייל נישטא קיין סעקשאן 8 פאר מענטשן וועלכע געבן איין אז זיי וואוינען אין א קאר… מען מוז אלעס אליינס דעקן!
דער 10,000 דאלער’דיגע חפץ דארף גוט פלאצירט ווערן סיי ווי אימער דער בעל בית קומט אן, אויב איז עס נישט הונדערט פראצענט גוט פלאצירט איז עפ”י רוב דער תוצאה א מינימום 60 דאלערדיגע טיקעט, וואס מען “מוז” צאלן… קיין אויסוועג ארויס.
א גרויסע פראצענט דרייווער, איבערהויפט אין ניו יארק סיטי, געבן אוועק לאנגע טייערע מינוטן טעגליך צו זוכן פארקינג, און דוקא אזא פארקינג וואס איז לעגאל און מען באקומט נישט קיין טיקעט דערפאר. פארוואס? פשוט ווייל זיי ווילן נישט צאלן מער געלט, זיי קענען נישט! און דאס אלעס טוט ער אין די צייט וואס דו – פאסאזשיר – זיצט שוין לאנג רואיג ביי דיין דעסטענאציע.
די אומצאליגע פארקינג געזעצן וועלכע טוישן זיך ווילד פון בלאק צו בלאק, יעדע מיט אנדערע צייטן און שעות, פארקריפלן די לעבנסשטייגער פון דרייווער אויף א גרויסע פארנעם. אין רוב געגנטער זענען א “פארקינג” פלאץ אויפן גאס א מציאה רבה. און אז מען טרעפט נישט קיין געהעריגע פארקינג איז מען גליקליך צו פארקן אויף א פלאץ ווי אין א האלבע שעה ארום וועט מען דארפן ארויסלויפן רוקן די קאר פון דארט, און נאכאמאל אנהייבן מיט די עבודה פון זוכן פארקינג.
יא, טייערע פאסאזשיר, דאס איז א דורכגאנג וואס רובא דרובא מאטאריסטן גייען דורך “טעגליך!”, אנדעם וואס דו זאלסט וויסן דערפון.
פון די מינוט וואס דער דרייווער פארט ארויס אויפן וועג איז ער שוין טיף פארדאגה’ט וואס וועט זיין מיט די פארקינג, ער ווייסט אז עס קען זיין אז ער וועט מוזן ארומפארן א האלבע שעה, און יא, איך מיין אז ער האט די רעכט זיך צו יאגן, – ביז וויפיל דאס געזעץ ערלויבט אים.
דאס איז די הויפט פאקטאר אין די יאגעניש וואס נעמט ארום דרייווער אין ניו יארק סיטי.
נאכדעם איז דאס גאנצע פארן אויפן ראוד ארומגענומען מיט פילע שטרויכלונגען פון אלע אנדערע דרייווער וואס מען באגעגנט זיך אויפן וועג, ווי א קלייניגקייט קען פאראורזאכן אז מען זאל אנקומען פיל שפעטער ווי געראכטן.
צומאל קען איין טרעילער וואס מען האט דורכגעלאזט בלאקירן דעם גאנצן ראוד ווען די קארן פונדארונטער קענען בלויז פייפן… עס קען פאסירן אזויפיל זאכן וואס ווען מען איז דארט א מינוט פריער קען די וועג געדויערן העלפט צייט!
און מען רעדט נישט דא פון ווייטע מציאות’ער, יעדע קביעות’דיגער דרייווער באגעגנט זיך טעגליך מיט אזאלכע קלענער אינצידענטן, און לכל הפחות איינמאל א וואך מיט מער ערנסטערע פעלער, ווען פון אונטערן באוואוסטזיין עגבערט אים דאס מח: ווען איך וואלט… (געכאפט די ערשטע לייט, וכדו’), וואלט איך אנגעקומען א האלבע שעה פריער, און איך וואלט נישט געכאפט אזא פסק, און איך וואלט נישט.. .און ווען מען קומט אן א מינוט פריער וואלט נאך דער פארקינג ספעיס געווען עוועיליבל, און יעצט האט עס עימיצער גענומען “פאר מיין אויגן”… און מען מוז מיטשפילן די גאנצע אויבנדערמאנטע פארקינג שפיל.
דעריבער ווען מען זעט אז יעדע סעקונדע איז טייער ביי א דרייווער וואס יאגט זיך, זאל עס נישט זיין קיין וואונדער, דער דרייווער טראכט בשעת’ן זיך יאגן אז ער האט שוין גענוג געהאט נעכטן, ער וויל אנקומען געהעריג אין צייט אן קיין אומערווארטעטע שטרויכלונגען!
יא, איך וועל מודה זיין אז ווען דער דרייווער זאל ווען טיפער אריינקלערן אז עס איז סייווי נישט בידו, עס פירט זיך אלעס פון אויבן, וואלט ער אביסל רואיגער געווען. אבער איך רעד פון בלויזע פאקטן. דרייווער יאגן זיך! פארוואס? ווייל זיי דארפן נישט קיין סורפרייזעס!
און אז ער יאגט זיך, און אז די רעדע איז צומאל וואס ער דארף ערשיינען פונקטליך צו א פלאץ און ער איז שוין אזוי אויך שפעט, פארשטיי טייערע פאסאזשיר אז די מצוה פון אייך אפנעמען און אייך אראפלייגן איז ביי אים נישט אזוי איינפאך.
און דאס איז טראצדעם וואס ער קען דיך אראפלייגן ביי זיין פלאץ און נישט צופארן צו דיר, ווייסט ער אבער נישט צו דו וועסט זיין א גוטער און אים דאס לאזן טון, אדער דו גייסט זיך שטעלן אז דו “מוזט” זיין 9:00 ביי אן אפוינטמענט, און וואס איז דאס דען צוצופארן נאך אפאר בלאקס?
המשך יבוא אי”ה

December 20, 2010 at 10:25 AM#2
איך קען אפשר מיטפארן מיט אייך?

מתתי’, וויאזוי ווייסטו אייביג צו שרייבן וואס איך טראכט?

December 20, 2010 at 11:21 AM#3
איך קען אפשר מיטפארן מיט אייך?

ברענגסט גוט (אפשר שוין צו גוט) ארויס די שוועריקייטן א דרייווער, עס איז שטארק אמת, עס קומט נישט אן גרינג צו טון א מצוה, און עס איז וויכטיג אז סתם מענטשן זאלן עס פארשטיין כדי זיי זאלן פארשטיין וויאזוי זיך אומצוגיין ווען איינער נעמט זיי. אבער מען זעט ברוך השם אז לא אלמן ישראל, און זייער אסאך מענטשן קוקן נישט אויף די אלע פראבלעמען, זיי ווייסן אז פון טון א מצוה האט מען נישט קיין חרטה.

December 20, 2010 at 5:25 PM#4
איך קען אפשר מיטפארן מיט אייך?

זיייער אינטערעסאנט פאר מיר צו הערן אמאל די צווייטע זייט.
עס וועט מיר ארויסהעלפן קומענדיגע מאל מיטן והוי דן את כל האדם לכף זכות.
איך ווארט שוין אויף די המשך

December 20, 2010 at 7:14 PM#5
איך קען אפשר מיטפארן מיט אייך?

זייער אינטערעסאנט מתתי’.

מיט יארן צוריק, בעפאר איך פלעג דרייוון, האב איך טאקע נישט פארשטאנען די דרייווערס, הלמאי ער זיצט זיך אין די באקוועמע ווארימע אויטא, און איך שטיי און פריר אוועק פאר קעלט, רייב איין האנט אין צווייטן, בר….. און דער יעניגער קוקט מיך ניטאמאל אן… ( נישט אלץ, אבער אסאך מאל).

היינט, זייענדיג א דרייווער, זעה איך די צווייטע זייט. אודאי נעם איך אפט היטשערס דא און דארטן, איך האב א פארגעניגן צו העלפן אנדערע אידן, אבער איך טראכט ביי מיר, ווייסט דען דער היטשער וואס ער שפארט זיך איין? ער זעהט טאקע דעם דרייווער אינעם ווארימען קאר, אבער צו ווייסט ער וויפיל מען ברעכט זיך קאפ צו צאלן פאר די ווארימע סטיעם? וויפיל גאז עס קאסט אפ? אינשורענס? ווילאנג איך בין היינט צופרי געשטאנען און אפגעקערט די הויכע שניי פון די קאר און קוים ארויסגעפארן פון דעם בארג שניי (מסתמא לענגער ווי דער היטשער ווארט אויף א היטש…), א.א.וו. נאך אסאך זאכן, ווי אכטונג געבן אויף אלע געזעצן, זיך נישט טרעפן מיטן פאליציאנט, און דערנאך טאקע די אפקומעניש פון פארקינג, און דאס ארבעט נישט היינט יענץ ארבעט נישט מארגן, מען דארף גיין צום מעכאניקער און טרעפן צייט און געלט, בקיצור א קאר איז א באקוועמליכקייט אבער קאסט אפ דמים תרתי משמע, און ס’איז נישט דא וואס מקנא צו זיין אז יענער זיצט זיך אינעם ווארימען קאר…

איך האב אמאל געליינט אן ארטיקל אין א אויסגאבע, ברענגט ער ארויס ווי א נישט-דרייווער קויפט דעם צייטונג, און הייבט אן בלעטערן די העדליינס: “געז איז דראסטיש ארויף”, אה דאס מיינט מען נישט מיך, לאמיר גיין נעקסט, “ניו יארק האט די העכסטע קאר אינשורענס ראטעס איבער גאנץ אמעריקע”, נעקסט! וואספארא סארט נייעס איז דאס, “קאר אייגענטימער באקלאגן זיך אויף הויכע פארקינג שטראפן”, אוי, קאם אן! גארנישט נוגע פאר מיר די וואך!! “פאליציי נעמט אונטער א קאר-סיט בליץ אקציע מיט זעראו טאלעראנץ”… איך מיין א שאד געווען אויף די פאר דאלער די וואך, די צייטונג קען גיין אין מיסט שוין יעצט!! רעאגירט ער מיט אויפברויז, בו בזמן ווען דער קאר אייגענטימער זיצט און קרעכצט ביי יעדן בלעטל באזונדער….. קאמענטארן זענען איבריג!

ח”ו מען זאל נישט מיינען אז מען טוט בארעכטיגן דאס זיין סעלפיש, אדרבה, ווי “חסד מעמבער” האט שוין קאמענטירט אז די מצוה איז גאר גרעסער ווי שווערער עס קומט אן, און לפום צערא אגרא, עס גייט אריין אין גדר פון הכנסת אורחים וואס אוכל פירותיהם בעוה”ז והקרן קיימת לעוה”ב, עס איז נאר, ווי מ’זאגט “פאד פאר טהאט” (food for thought) פאר די היטשען כאפער, אז זיי זאלן גרינגער קענעם דן זיין לכף זכות די נעבעכדיגע דרייווער…. און אפשר אפילו זיך פרייען אז ער דרייווט נישט אליינס קיין קאר….

December 20, 2010 at 8:35 PM#6
איך קען אפשר מיטפארן מיט אייך?

וכאן המקום להזכיר אז עס זענען דא ליידער מאנכע מענטשן וואס נוצן שטארק אויס די געטרייע היטש געבערס וד”ל וואס דאס איז אויך א גורם אז מענטשן זאלן זיך נישט וועלן אפשטעלן ואכמ”ל

December 20, 2010 at 9:55 PM#7
איך קען אפשר מיטפארן מיט אייך?

מתתי’ שכויעך פארן עס אזוי שיין ארויסברענגען, און שמעלקא דו לייגסט עס אראפ געוואלדיג!

December 21, 2010 at 7:54 PM#8
איך קען אפשר מיטפארן מיט אייך?

So sorry מתתי’ for my disagree , איז אפשר די הויכע הויז רענט מיט יוטילטי בילס מיט גויטעס מיט מעינטענעס (פינקט אזוי אפט) א תירץ נישט ארריינצונעמען געסט וואס די דארפט זיי נאך וואשן בעטגעוואנט און געבן צו עסן וכו’ מיט אלעם אינאיינעם איז עס נישט קיין שום תירץ נישט נאר תורה’דיג נאר אפי’ בגשמיות איז אזא איינער א שלעכטע סעלפיש מענטש.
ווייטער צו קארס, קודם כל יעדע דרייווער ווייסט שוין ביי זיין הויז ביה”מ אפיס בערך ווי צו טרעפן פארקינג כאטש איך האב נישט קיין קאר נאר אפטע רענטלס וכדו’ ווייס איך פינקטלעך ווי טרעפן פארקינג וועלכע צייט. און זיך יאגן ביים דרייווען איז סתם אזוי א עוולה קיין שום פסק און קיין שום מיטונג און קיין שום געלטער שטייט נישט פאר א ספק ספק ספק ספק ספק ספק ספק ספיקא פון א אידיש נפש נישט נאר סכנות נפשות נאר אפי’ א קראץ אויף איד וועגט עס נישט איבער.
וויטער אז היטשערס פירן זיך נישט אויף שיין דארף מען אויף א שיינעם אופן זיך נישט לאזן.
איך בין אויך א ארבעטער און אויך א דרייווער כ’האב אויך נישט קיין פרנסה בריוח און איך האלט אז א דרייוער וואס שטעלט זיך נישט אפ געבן א היטש פאר א איד אין זה כי אם רוע לב! אינזער פאלק זענען גאשאנקן מיט אן עסטער פארציע ביישנות און ווען מ’ברעכט די בישה און מ’בעט א היטש האט מען עס 3 מאל דורכגעטראכט.
דערווייל איז ודי בזה העמער זען וואס ר’ מתתי’ וועט שרייבן נעקסטע וואך ער זאגט טאך המשך יבוא..

December 21, 2010 at 7:59 PM#9
איך קען אפשר מיטפארן מיט אייך?

בן בית
עפעס האט מיר געבאדערט מיט מתתי’ס ארטיקל, טראץ ווי שיין ער לייגט עס אראפ, אבער איך האב עס נישט געקענט כאפן ווואס עס קוועטשט מיר.
דו ברענגסט עס ארויס עי וואן.

December 21, 2010 at 8:03 PM#10
איך קען אפשר מיטפארן מיט אייך?

בדרך אגב אין איירופא / קענעדע איז אויך דא אזאלאכע גרויסע שטעטע ווי ניו יארק מיט זעלבע פארקן מיטשעניש או די זעלבע טרעפיק מיט די זעלבע טראקס און קיין שום באזעסנע דרייווער יאגט זיך נישט נאר אינגע דרייווער אדער אומבאזעסנע מענטשן, איבער די אמעריקאנער יגעניש זינגט שוין ר’ יו”ט ערליך (אמעריטשקע) אין לאנדאן גייט מען אין אמעריקע לויפט מען אין רוסלאנד זיצט מען….