אידיש געלט: אריינפיר

7 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: אידיש געלט · דורך: קרן עזר · וואך: שמות , תשע"א · בעל-בית נומער: 30 · דאטום: 2010-12
http://www.balboos.com/content/2010/12/אידיש-געלט-אריינפיר/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
אידיש געלט: אריינפיר

אריינפיר:
קרן עזר, בעל בית און אידיש געלט.
קרן עזר ווייסט יעדער איז דער ביי אלעמען-געשעצטער און היינט וועלט-באקאנטער הילפס-ארגאניזאציע אין פינאנציעלע הינזיכטן. בלויז דער נאמען “קרן עזר” ערוועקט א דערהויבענע שעצונג. קרן עזר העלפט ראטעווען אידישע ברידער וועלכע זענען נעבעך אריינגעפאלן אין שווערע מצבים, בנוסף לזה טוען מיר כסדר “פרי-עמטיוו” שריט צו לערנען מיט’ן ציבור די ריכטיגע וועגן וויאזוי צו פירן אן אויסגעהאלטענעם פינאנציעלן בודזשעט און לעבנס-שטייגער.
פון אזויפיל יארן טון אין דעם געביט  האט זיך ביי אונז אנגעזאמלט גאר אסאך אינפארמאציע מיט וואס מענטשן פאלן אלס דורך, וויאזוי עס פאסירט א קריזיס ווען מען באפאסט זיך נישט מיט “קליינע פראבלעמען”.
מיר האלטן דאס פאר א פליכט נישט צו האלטן ביי זיך אזאלכע וויכטיגע אינפארמעציע, נאר האלטן דעם ציבור כסדר אינפארמירט מיט “פראקטישע” אנווייזונגען, וועלכע זענען פיל מער ווערד ווי א גוטער ביזנעס דיל וכדו’. אז מען האלט זיך צו די אינפארמאציע פון “אל תמות כדרך שמת פלוני”, מען ווייסט וואס “נישט” צו טון, קעשט מען איין די אינפארמאציע אויף ממון ודמים, מען פארדינט\שפארט דערפון אוצרות מיט געלט.
בעל הבית איז — אין די רעלאטיוו קורצע צייט פון איר עפענונג — אויסגעשטיגן אלס אנערקענטע און פרעסטיזשפולע ביזנעס אויסגאבע. אנרירנדיג פראקטישע טעמעס פון אלע אספעקטן פון דאס יעדן טאגיקע לעבן פון א היימישן ביזנעס-מאן.; ארבעטער און בעלי בתים צוגלייך. אט דערפאר ווערט בעל הבית געליינט דורך טויזנטער אידן, וואס בילדן דעם היימישן ביזנעס-וועלט.
שפירען מיר דעריבער אז די בעל בית וועט זיין די פאסיגע פלאטפארמע פאר אונזער נייע קאלום איבער פראקטישע אנווייזונגען וויאזוי זיך אומצוגיין מיט אידיש געלט אז עס זאל בלייבן אידיש געלט… און נישט פארשווענדעט ווערן.
די קרן עזר מומחים וועלן איבער די שפאלטן פון בעל הבית וועכנטליך מיטטיילן פון זייער רייכע ערפארונג פון אזויפיל יארן אין אלע פינאנציעלע הינזיכטן. האפן מיר בכן אז די חשוב’ע ליינער וועלן פון נייעם קאלום ארויסנעמען וויכטיגע אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פירן אויפ’ן ריכטיגן וועג, הלכה למעשה.
הנהלת קרן עזר

December 20, 2010 at 11:02 AM#2
אידיש געלט: אריינפיר

אינטערעסאנט! פונקט היינט האב איך געטראכט אריינצוגעבן א בקשה פאר די “בעל הבית” אויב מען קען אפשר צושטעלן עצות און ידיעות ווי אזוי צו שפארן געלט, ביי ביזנעס און אינעם פריוואטן לעבן צוגלייך.

און דא! אזא איבערראשונג! ממש געליינו מיינע מחשבות…

איך בין זייער נייגעריג און ווארט זייער שטארק אויף דעם ווינקל. איך לייען אויך יעדע וואך אין די צייטונגען זייערע עצות און אנווייזונגען. איך וויל מיך באדאנקען פון פאראויס, און וואונטשן הצלחה!

(איין קלייניגקייט וואס איך קען אנווייזן, עס שפארט היבש געלט אויב איר האט עס נאך נישט געטון, איז צו טוישן אלע אייערע באלבס סיי אינדעהיים און סיי אין ביזנעס. די נייערע שפארזאמע באלבס קען אייך העלפן שפארן הונדערטערס א יאר, ווענדט זיך וויפיל באלבד איר טוישט. אדער נאך א קלייניגקייט וואס איך האב שוין אמאל ערווענט דא אינעם בעל הבית, ווען איר קויפט עפעס, ספעציעל אנליין, קען מען טרעפן אסאך קיופאנס אין רוב געשעפטן. מאכטס א סוירטש)

December 20, 2010 at 11:12 AM#3
אידיש געלט: אריינפיר

דער בעל בית געט נישט אויף… יעדע וואך פרישע איבערראשונגען. עס איז נישט אוועקצומאכן. איך ווארט אויפן המשך

December 21, 2010 at 8:26 PM#4
אידיש געלט: אריינפיר

אויב קרן עזר ליינט די קאמענטס דא וואלט איך אייך געוואלט פרעגן א זאך וואס פלאגט מיך שוין לאנג אויב איר קענט שרייבן דערפון אין א געלעגנהייט.
אלע ארגענעזאציעס און ביזנעסער וואס העלפן מענטשן מיט פיינענץ האלטן אין איין שרייען “לעב מיט א חשבון” “לעב מיט א חשבון” אבער למעשה וויל איך וויסן צו איינער האט עס שוין באוויזן פאר לענגער ווי א האלב יאר אויב דאס יא.
די 1טע זאך לייגט מען אריין א קליין ביכל אין טאש און מ’גייט אויפשרייבן אלע טרענזאקציעס… ס’איז נישט קיין סוד ווי לאנג ס’האלט אן,
גיט סא גייט מען האלטן אלע ריסיטס מיט אינוואוסעס, סטעטמענטס, פיין קומט סוף חודש מ’ווייסט נישט ווי אנצופאנגען זאל איך רעכענען נאר וואס כ’האב שוין באצאלט אדער אויך ווי כ’בין נאך שילדיג און וואס טיט זיך ווי כ’האב בטעות איבער געצאלט און איך האב קרעדיט, פארבארגטע געלט איז א הוצאה אדער רעכענען כאילו די געלט איז ביי מיר אין טאש, ווי אזוי דערמאנט מען זיך קעש וואס מ’האט ביקומען אדער געגעבן צו א טשעק וואס האט דורך געפעסט אויך מיין הענט.. א פעימענט פאר די קרעדיט קארד איז הוצאה צו דע זאכן וואס מען האט געקופט דערמיט אז כ’האב פאריגע חודש געצאלט פרי רענט און די נעקסטע חודש שפעט קומט אויס אז די חודש אינצווישן האב איך שיין פארדינט, וואס? איז פון ווי זאל איך אנהייבן פון די חתונה צו נאך פון אלץ בחור???

December 21, 2010 at 9:52 PM#5
אידיש געלט: אריינפיר

בן בית א גוטע שאלה, דער אמת איז אז איינמאל מען הייבט אן צו לעבן מיט א חשבון אפילו מיט די צייט לאזט עס נאך האט מען עס שוין אבער אין די ביינער, און עס איז שוין א געוואלדיגע אויפטוה, מען ספענד נישט אזוי שטארק געלט.

אבער חוץ דעם בין איך מודה צו דיר אז קיין געהעריגע דיטעילס וואס עס מיינט “לעבן מיט א חשבון” ווערט כמעט נישט אנגעגעבן, יא מען ווייזט טבלות מיט עקסעל פיילס, אבער א עקסעל פייל קען איך נישט האלטן ביי מיר אין טשיינע קלאזעט. פון רעדן ביז טון למעשה איז א ווייטע מהלך, און מען דארף דאס קלארער ארויסברענגען.

און יא, איך האב שוין אויסגעהערט די ביז יעצטיגע קרן עזר סעמינארן, סיי פון בנימין זילבערשטיין, און סיי פון מנחם הארטמאן. זיי רעדן זייער פראקטיש. אבער נישט צופיל אויף למעשה.

December 22, 2010 at 3:45 PM#6
אידיש געלט: אריינפיר

ווער זאגט א לעבן מיט א געשריבענע חשבון קומט אן גרינג?
געווענדליך דארף מען האבן אן אינטערעסע אין די פארשרייבן אליינס, נישט נאר אין די תוצאות וואס די שרייבן גייט ברענגען, ווייל פארשרייבן איז נישט גרינג.

אבער באמת האט געציל א שטארקע פוינט, אז נאכן שרייבן עטליכע חדשים, באקומט מען שוין א פילינג פונעם פיינענשעל סטענפוינט.

December 22, 2010 at 6:54 PM#7
אידיש געלט: אריינפיר

ר’ אברהם, איר האט עס שוין באוויזן? רעדן קען איך אויך