פאר רוב מענטשן איז די ערשטע מאל וואס זיי טרעפן זיך פנים אל פנים מיטן געזעץ א שווערע און אומגעראכטענע איבערלעבעניש, און דאך אין פיל פעלער גענצליך פארמיידבאר, אויב מען וואלט נאר געוויסט פאראויס…
אט דאס איז דער ציל פון אונזער רובריק, ווי מיר וועלן דורכשמועסן ענינים פון געזעץ, ביזנעס און פינאנץ, און בעיקר ווי אזוי זיך אלץ צו האלטן אויף די ריכטיגע זייט פונעם געזעץ, אין פיל פעלער איז עס ניטאמאל שווערער, מען דארף פשוט זיין אינפארמירט. אבער די נאכפאלגן פון נישט וויסען קענען חלילה זיין מרים כלענה.
*
די מעשה האט זיך אנגעהויבען אין א פשוטע מאנטאג אינדערפרי, ווען א היימישער אינגערמאן, א ביזנעס אייגענטומער איז אריינגעקומען אין אפיס און געטראפן א וויכטיגע מעסעדזש פון איינס פון זיינע סופלייערס, אז ער זאל זיי אנרופען ווי פריער. די ביזנעס שטייט שוין עטליכע יאר, און איז גאנץ פיין מצליח, איבעריג צו זאגן, א גוטע “קעש פלוס” (cash flow) מענעזשמענט איז א קריטישע טייל פון פירען א ביזנעס, פארשטייט זיך אז א אינטעגראלע חלק דערפון איז א גוט פונקציאנירענדע באנק אקאונט. און אזוי איז טאקע געווען דא די פאל.
ווי ערשטוינט איז אבער אונזער ביזנעס אייגענטומער געווארן צו הערן -ווען ער האט אנגעקאלט דעם א.ד. סופלייער- אז א גרויסע טשעק וואס ער האט אויסגעשטעלט צו דעם סופלייער איז געווארן צוריקגעשיקט דורך די באנק, נאך מער מאדנע איז געווען די סיבה, נעמליך “נאן סופישענט פאנדס” (non-sufficient funds). בעת ער האט געוויסט קלאר אז ער האט געהאט אין אקאונט געניג געלט צו דעקן די טשעק עטליכע מאל.
דער סופלייער איז -גאנץ בארעכטיגט- היבש אנטוישט, און אונזער ביזנעסמאן האלט פאר א פאניק אטאקע. זיי האבן במשך די יארן געהאט א אויסגעצייכענטע צוזאמענארבעט, א פאקט פון וואס ביידע צדדים האבן שטארק בענעפיטירט. דער סופלייער איז גאנץ סימפאטיש צו זיין תירוץ אז עס איז יא געווען געלט און אקאונט און אז ער פארשטייט נישט די סיבה פארוואס די טשעק איז צוריק געוויזן געווארן.
סימפאטיע אין ביזנעס האט זיך אבער אירע באגרעניצונגען. נאך אלעם דארף דער סופלייער צאלן זיינע אייגענע סופלייערס און הוצאות. ווי שטארק ער וויל אים נאר גלייבען, קען ער אבער נישט דעפאזיטן די תירוצים אין באנק. דער סופלייער האט אראפגעלייגט דעם טעלעפאן מיט א לאגישע און גאנץ ערווארטעטע ווארענונג, והיה, אויב באקומט ער נישט א ווייער טרענספער פון די גאנצע סומע ביז סוף טאג וועט ער “נישט האבן קיין ברירה” און מוזען אפשטעלן אלע ווייטערדיגע ליפערונגען צו אונזער ביזנעסמאן.
פארשטייט זיך אז די ערשטע שריט איז א טעלעפאן קאל צום באנק, לדרוש ולדעת מה זה ועל מה זה. נאך עטליכע קאלס און ווערן געטרענספערד עטליכע מאל, שטעלט זיך ארויס אז דער שעריף האט גאר קאנספיקירט די אקאונט! וואס? א שעריף? און ער האט געמיינט אז די שעריפ’ס שלעפן נאר אוועק קארס, און זייט ווען האט ער אפילו א עסק מיט די געזעץ בכלל? ער איז נאך אין זיין לעבן ניישט געווען אין קאורט צו אפילו ביי א בית דין, די גאנצע זאך איז עפעס א חידה סתימה.
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז מען האט קאנפיסקירט די געלט אויפן חשבון פון א Default Judgment יעצט איז שוין די גאנצע בילד געווארן אביסל מער פארשטענדליך…
כדי פולקאם צו פארשטיין וואס דא האט פאסירט, וועלן מיר מוזן זיך אפשטעלן אויף א וויילע און טאקע מסביר זיין די צוויי לעגאלע טערמינען וואס מיר האבן יעצט דערמאנט אין איין זאץ, נעמליך judgment און default.
Judgment
די ווערטערליכע אפטייטש פון “דזשאדזשמענט” איז “אורטייל” אדער “פסק”. אין לעגאלע זשארגאן, ווען די רעדע איז פון ציווילע געזעץ (נישט קרימינאל) ווערט עס געניצט אין א קאנטעקסט אז דער תובע האט באקומען א “זכות” אין א “תביעה” אויף א געוויסע סכום געלט, דהיינו דער שופט האט עס פאר אים צוגעטיילט. אין אנדערע ווערטער, ווען איינער איז זוכה בערכאות, ער ווערט בארעכטיגט, אויף -לאמיר זאגן- א האלב מיליאן דאלער, ניצט מען די אויסדריק “ער האט באקומען א דזשאדזשמענט” אויף א האלב מיליאן דאלער.
א “דזשאדזשמענט” איז די העכסטע דרגה אין בארעכטיגונג צו א געוויסע זאך וואס איז נאר שייך צו באקומען. איינמאל מען האט א “דזשאדזשמענט” איז די געלט אדער חפץ -אין די אויגן פון געזעץ- זיינס.
ווען עס קומט צו אינפארסירן א “דזשאדזשמענט”, איז נישט קיין גרויסע נפק”מ די סיבה וואס ליגט אינטער דעם, דהיינו, צו ער האט זוכה געווען דערצו ווייל מען איז אים געווען שולדיג די געלט, אין פארעם פון א הלוואה, מכירה, קאנטראקט, גאראנטיע, צו אלץ אנשעדיגונג, א שטייגער ווי א טיפישע קאר עקסידענט וכדומה. דאס אלעס איז גענצליך נישט רעלעוואנט, איינמאל מען האט א “דזשאדזשמענט” איז דאס טייטש אז די געלט קומט זיך פארן זוכה בדין, און ער קען עס אינפארסירן אויף יעדע לעגאלע וועג וואס איז שייך.
א “דזשאדזשמענט” קען מען אינפארסירן אויף עטליכע וועגן, אריינגערעכנט קאנפיסקירן פארשידענע פארמעגנס פונעם שולדיגן, ווי באנק אקאונטס, און ריעל עסטעיט. אזוי אויך איז שייך דירעקט איבערצונעמען א חלק פון די געהאלט (wages) אדער אנדערע פעימענטס וואס קומט אריין צום שולדיגן במשך א לענגערע צייט.
המשך קומט אי”ה