קומענדיגע ווערסיעס פון ווינדאוס וועלן ארבעטן אויף ARM פראסעסארס
סטיוו באלמער האט געמאלדן -אין זיין קינאוט רעדע ביי די CES שאו- אז קומענדיגע ווערסיעס פון ווינדאוס וועלן אויך ארבעטן אויך ARM טשיפס, די נייעס איז נישט ממש קיין איבעראשונג, ווייל עס זענען שוין געווען שמועות דערוועגן אין די מידיע, אבער די פאקט גופא איז א שטוינענדע שריט, און די ערשטע מאל וואס די געהעריגע דעסקטאפ ווערסיע פון ווינדאוס וועט ארבעטן אויף עפעס אנדערש חוץ אינטעל’ס X86 טעכנאלאגיע.
מייקראסאפט און אינטעל זענען דורכאויס די יארן געווארן געקניפט און געבינדן, מען פלעגט רופען די ווינדאוס-אינטעל פלאטפארמע “ווינטעל”. עס איז א שטארקע קלאפ פאר אינטעל וואס האט נישט געקענט דורכאויס די יארן אויפקומען מיט א געניג ענערגיע שפארזאמע פראסעסאר וואס זאל זיין געאייגענט פאר גאר קליינע האנט קאמפיוטערס.
די ARM טעכנאלאגיע איז ערצייגט דורך א פירמע אין ענגלאנד וואס לייסענסד אירע ARM פראסעסאר טעכנאלאגיעס פאר פארשידענע פירמעס וואס פראדוצירען עס בפועל, בעיקר זענען באקאנט, טעקסעס אינסטרומענטס, קוועלקאם און לעצטענס אויך סעמסאנג און די “גראפיקס פראסעסאר” ריז, ענ-ווידיע.
די ARM פראסעסארס צייכענען זיך אויס צו זיין זייער מאכטפול רעלאטיוו צו די זייער קליינע סכום פון עלעקטריק וואס עס פארברויכט, וואס איז קריטיש פאר מכשירים וואס לויפן אויף א באטערי, ווי אויך איז עס אסאך קילער, און ברויך נישט צוקומען צו א פען וואס זאל עס אפקילן. צוליב דעם געפינען זיי זיך טאקע אין רובא דרובא טעלעפאנען און האנט קאמפיוטערס.
איי-פאון קומט צו ווערייזאן
ווערייזאן האט ארויסגעשיקט א איינלאדענונג צו רעפארטערס צו א צוזאמקום דינסטאג אין ניו יארק, מיט א קורצע מעלדונג. “קומטס דינסטאג, מיר וועלן מיט טיילן די לעצטע נייעס”, לויט אלעע ווארשיינליכקייטן וועט די נייעס זיין אז ענדליך, נאך פיר יאר עקסלוסיוו אויף AT&T, וועט די אייפאון ווערן עוועליבעל אויך אויף ווערייזאן, דעקט אויף די וואל סטריט זשורנאל.
אייגענטליך זענען די שפאקולאציעס שוין אזוי אלט ווי די איי-פאון גופא, עפל’ס אויסוואל צו גיין בלויז מיט איין סעלפאון קעריער אין אמעריקע, האט אלץ אויסגערופען ווינדער, ספעציעל אז AT&T האט ווייניגער סובסקרייבערס ווי ווערייזאן, און צייכענט זיך נישט אויס מיט קאסטומער צופרידענהייט און ווייערלעס דעקונג. און מען האט אלץ שפאקולירט אז עפל וועט פריער אדער שפעטער זיך אויסברייטערן צו אנדערע קעריערס אויך. אבער למעשה האט עס אנגעהאלטן פאר פיר יאר.
ווי עס שיינט האט די שנעלע וואוקס פון גוגל’ס אנדרואיד, וואס האט טאקע איבערגעשטיגן די איי-פאון אין סעילס -די ערשטע מאל- און די פארגאנגענע צווייטע קווארטער, איבערגעצייגט עפל אז זי מוז זיך אויסברייטערן כדי אנצוהאלטן איי-פאונס פלאץ אין די מארקעט.
AT&T גרייט דיך שוין לאנג דערויף, לויט אינעווייניגסטע קוועלער. אנאליסטן האלטן אז די צוויי קלענערע קעריערס, ספרינט און טי-מאביל, וועלן די מערסטע באטראפן ווערן דערפון.
מעק עפנט פראגרעם סטאר: איבער א מיליאן דאונלאעדס אין די ערשטע טאג
ווי מיר האבן שוין באריכטעט מיט עטליכע חדשים צוריק, האט עפל געפענט פארגאנגאנע וואך די צוגעזאגטע “עפפ סטאר”, ווי זיי רופען עס, מיט טויזענט פראגרעמס גרייט צו דאונלאדען, א טייל בחנם און א טייל צו קויפן. פארשטייט זיך אז פיל מער וועלן נאכקומען.
די עפפ סטאר איז אבער נישט אוועליבעל אלץ דאונלאעד, עס איז א חלק פון א אפערעטינג סיסטעם אפדעיט, בלויז פאר די וואס האבן די לעצטע ווערסיע פון מעק OSX 1.6 “לעפערד”. און וועט קומען אינסטולירט אין די קומענדיגע ווערסיע 1.7.
א טאג דערנאך האט עפל שטאלץ מודיע געווען אז בלויז אין די ערשטע פיר או צוואנציג שעה האט די עפפ סטאר געהאט איבער א מיליאן דאונלאעדס.
די CES שאו
די CES שאו -פון די וועלטס גרעסטע טעכנאלאגיע שאוס- גייט יעצט אן -בשעת מיר שרייבן די שורות- אין פולן קראפט אין לאס וועגאס, נעוואדא.
CES איז די ראשי תיבות פון “קאנסומער עלעקטראניקס שאו”, און איז פון אנפאנג געצילט געווארן ספעציעל פאר קאנסומער עלעקטראניקס, א שטייגער ווי מוזיק שפילערס, ווידעאו געימס, קעמערעס און טעלעוויזיעס צווישן אנדערע, ווי אויך הויז אפלייענסעס א.ד.ג.
קאמפיוטערס און מער הויך טעכנאלאגישע מכשירים, ווערן באטראכט ווי א קאטאגאריע פאר זיך. אבער זינט די COMDEX שאו, וואס פלעגט זיין בעיקר פאר די קאמפיוטער אינדוסטרי האט זיך אויפגעהערט, האט CES ווי איבערגענימען די מארקעט אויך, און די ערשטע קינאוט רעדע ווערט טאקע טראדיציאנעל געגעבן דורך מייקראסאפט.
וויבאלד בשעת’ן שרייבען די שורות, איז די שאו נאך אלץ אין גאנג, איז דעריבער שווער צו שרייבען אן אנאליז. וועלן מיר אפלייגן אונזער באריכט דערוועגן אויף קומענדיגן וואך אי”ה.