פי די עף טעמפלעט אין ווארד און קוויקבוקס
איך האב געוואלט פרעגן פון די חשובע ליינער, אזוי ווי איך האב לעצטנס געמאכט א לעדערהעד און דער גראפיקער האט עס מיר געגעבן אלץ PDF פייל.אבער איך בין נישט אזוי גיט באקאנט מיט פי די עף פיילס.
האב איך געוואלט פרעגן וויאזוי קען איך מאכן אז די פי די עף זאל אנקומען אויף א ווארד דאקומענט אויבן אז איך זאל קענען טייפן גראד אויף דעם און איך זאל נישט דארפן ארויספרינטן א לעדערהעד און אריינלייגן און פרינטער און אויף דעם ארויספרינטן פון ווארד וכדומה.
ווי אויך ביי קוויק בוקס האב איך די זעלבע שאלה איך פרינט ארויס א אינוואויס פון קוויק בוקס וויאזוי מאכט מען אז די פי די עף זאל אנקומען גראד אויפן טעמפלעט?
ברוך מאנדל
אינטערנעט פילטער אויף אנדרואיד
מיר ווילן טוישן פון בלעקבערי צו א גוגל פאון, ווייסט אפשר עמיצער פון א גוטע פילטער פראגראם דערפאר?
נישט Mobile Nanny וכדומה, נאר א געהעריגע פילטער.
יש”כ
(-)
שיקן א פעקס פון קאמפיוטער בחנם
בנוגע וואס א ליינער האט געפרעגט (דעת בעל בית בא תשע”א) וועגן א סערוויס צו שיקן א פעקס פון קאמפיוטער בחנם.
פראביר Phone Fusion Outbound Fax
http://www.phonefusion1.com/downloads.php
פיני
פרוביר
faxzero.com
משה
רעאגירט אויף “עצה טובה” בא תשע”א
איינער האט געשריבן אין די “עצה טובה” קעסטל וועגן די אייקאן פון ווינדאוס עקספלאראער ארויפצוגיין איין פאלדער ארויף.
אין ווינדאוס וויסטא און אויך אין ווינדאוס 7, קען מען דריקן אין די אדרעס באר ווי עס שטייט די נאמען פון דעם פאלדער ווי מען איז יעצט, זאל מען דריקן אויף דעם נאמען פון דעם פריערדיגן פאלדער און דאס איז אזוי ווי דעם אייקאן, און אויב זעהט מען נישט דעם נאמען פון דעם פריערדיגן פאלדער זאל מען גיין צו דעם קליינעם עראוי פאר די נאמען פוו דעם פאלדער ווי מען איז יעצט און אין די ליסטע וועט ער טרעפן דעם פריערדיגן פאלדער.
המעורר
רעדאקציע: מיר ווילן אנמערקן אויף נאך עטליכע אינטערעסאנטע שמועסן וואס זענען פארגעקומען אנליין, נאר מיר קענען נישט אלעס אראפברענגען.
אט זענען עטליכע לינקס.
זייער א באלערענדע און לאנגע שמועס: איז מעגליך צו לעבן מיט א פונקטליכע “געשריבענע” חשבון אויף אלע הוצאות און הכנסות? ווי אזוי האלט מען חשבון?
http://goo.gl/Glrjx
איז K9 אזוי גוט ווי א אידישע פירמע
http://goo.gl/QL1AE
חילוק צווישן די Back און Up קנעפל.
http://goo.gl/67F4L
שפארט מען זיך מיט עסן פרישטאג אינדערהיים?
http://goo.gl/uGeVZ