מאכט אייער טאג געלונגען מיט איין “געלונגענע שעה”

4 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: בשלח , תשע"א · בעל-בית נומער: 32 · דאטום: 2011-01
http://www.balboos.com/content/2011/01/מאכט-אייער-טאג-געלונגען-מיט-איין-געלונ/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
מאכט אייער טאג געלונגען מיט איין “געלונגענע שעה”

שפירט איר אמאל אז איר ווילט ערלעדיגן אלס וואס פעלט אויס אבער איר דארפט א שטופ דערצו? פאלגנד האט איר א גרינגער עצה וואס וועט אייך העלפן דערגרייכן דעם ציל. מיר רופן דאס דער “געלונגענע שעה.” אויב מאכט איר זיכער צו האבן איין געלונגענער שטונדע יעדן טאג (אדער כאטש איין מאל א וואך), וועט איר טאפלען אייערע טעגליכע אויפטוהונגען ווייל איר וועט מאכן צייט צו פארברענגען איין גאר פראדוקטיווער שעה אויף אייערע עיקר צילן.
ווי אזוי צו מאכן אייער טאג געלונגען מיט די “געלונגענע שעה”
•  וועלט אויס וואס איז אייער עיקר פריאריטעט: נעמט דער פראיעקט אדער טאט וואס וועט האבן דער שטערקסטער עפעקט אויף אייער ביזנעס. עפעס וואס וועט אריינברענגען די מערסטע געלטער אדער אייך העלפן דערגרייכן א ציל. (צום ביישפיל: א שטיק צייט צו שיקן עי-מעילס צו מעגליכע קליענטן).
• מאכט דעם סביבה פאסיג: מאכט זיכער אז איר פארברענגט דעם שעה אין א פלאץ וואו איר וועט נישט געשטערט ווערן (ביישפיל: א שטילער אפיס מיט א פארמאכטע טיר). האט אלע נויטיגע מאטעריאלן גרייט פון פאראויס, און ברענגט אפילו א גלאז וואסער אדער קאווע אז איר זאלט זיך נישט דארפן אפשטעלן.
• עלימינירט שטערונגען: פארלעשט אייער טעלעפאן, באהאלט צייטונגען, וגו’. (דער וועלט וועט קענען ערלויבן דעם שעה אן זיין מקושר צו אייך!) אויב איר דערמאנט זיך פון עפעס וואס איר מוזסט טוהן, שרייבט דאס אראפ און טוט דאס שפעטער.
•  שטעלט אן א זייגער אויף 50 מינוט: אין די צייט, ארבעט נאר אויף דעם גאר וויכטיגען פראיעקט וואס איר האט אויסגעוועלט. אויב דער פראיעקט וועט נעמען עטליכע שעות, דאן ענדיגט צו א 50-מינוטער חלק דערפון. דער שריט איז גאר וויכטיג- לאזט עס נישט אויס!
• טוהט גארנישט אנדערש: אין די 50 מינוט, טוט גארנישט אויסער דאס וואס איר האט געפלאנט צו טוהן.
• באלוינט זיך: ווען דער זייגער צוקלינגט זיך, נעמט א צען-מינוטיגער פאזע און טוהט עפעס וואס וועט אייך דערפרישן. (ביישפיל: א קורצער שפאציר, א גלאז קאלטע וואסער)
נאך עטליכע קליינע עצות וואס מאכן דעם געלונגענע שטונדע א סוקסעס:
· לייגט דער שעה אין אייער קאלענדער פון פאראויס.
· נעמט א שעה אין טאג אין וועלכע איר קענט די מערסטע אויפטוהן. למשל, מענטשן וואס זענען מערסט פראדוקטיוו אינדערפרי, ווען דער מח איז קלאר און פריש, זאלן דאס טוהן דעמאלס.
דאס איז גאר פשוט, נישט אזוי? אבער נאך דער “געלונגענע שעה”, וועט איר שפירן א געוואלדיגער געפיל וואס קומט פון אויפטוהן, אנשטאט צו שטעלן דעם פראיעקט אויף א זייט און דאס האבן אויף אייער קאפ דעם גאנצן טאג. אויב איר פירט איין א ” געלונגענע שעה” יעדן טאג, וועט איר זיין ערשטוינט צו זעהן וויפיל איר קענט אויפטוהן אין איין טאג און אין איין וואך. פרובירט דאס אויס און לאזט אונז וויסן ווי אזוי דער “געלונגענע שטונדע” איז אייך געלונגען.

January 10, 2011 at 10:39 AM#2
מאכט אייער טאג געלונגען מיט איין “געלונגענע שעה”

this is a very powerfull tool. thanks

January 10, 2011 at 2:55 PM#3
מאכט אייער טאג געלונגען מיט איין “געלונגענע שעה”

מורא’דיג! ס’קוקט אויס א געלונגענע עצה.

January 10, 2011 at 3:19 PM#4
מאכט אייער טאג געלונגען מיט איין “געלונגענע שעה”

ישר כח, ר’ יואל!

אייערע געדאנקען זענען רייכפול און באלערנד. איך האב מיך שוין אסאך געלערנט דערפון.
קיפ איט אפ!