דאס איז ריכטיג, אז מ’קען נישט טוישן די וועלט. מענטשן זוכן צו לעבן אנשטענדיג, פראקטיש און באקוועם און נישט מצומצם, אבער אויך אין פאל פון א “באקוועם לעבן” איז שטארק אקטועל דער “חכם הרואה את הנולד”, מ’דארף זיין רעאליסטיש און קוקן אויפ’ן מציאות. דער פאקט איז, אז “רוב” מענטשן זענען נישט קיין עשירים, און מ’מוטשעט זיך שטארק אין די שפעטערע יארן ביים חתונה מאכן וכדו’.
א הויפט סיבה דערצו איז דער ברייטער לעבנס סטאנדארט. דעריבער, ווי מער באקוועם, פראקטיש און רואיגער איז, ווען מ’ווייסט דאס פון פאראויס, איבערהויפט אלס אינגערמאן אין אנהויב פונעם פינאנציעלער לעבן, און מ’לייגט אוועק ביסלעכווייז א דאלאר אויף א דאלאר, – יא, פרוטה פרוטה מצטרפת לחשבון גדול.
אז מ’שפארט כסדר געלט – פון “באקוועמע” הוצאות – קען מען שפעטער זיך דערזען מיט א גרויסן סכום אפגעשפארטע געלט אין די באנק. נו אדרבה זאגט איר אליין, איז דען נישט מער געשמאק און באקוועם אזא סארט לעבן, ווי איידער צו לעבן אן קיין מחשבה און ריכטיגע התבוננות, און אויסגעבן די געלט אויף “צייטווייליגע” באקוועמליכקייטן, און שפעטער זיין א “בעל בתי’שער” ארימאן?!…
חכם הרואה את הנולד
1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: אידיש געלט · דורך: קרן עזר · וואך: בשלח , תשע"א · בעל-בית נומער: 32 · דאטום: 2011-01
http://www.balboos.com/content/2011/01/חכם-הרואה-את-הנולד/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2011/01/חכם-הרואה-את-הנולד/ קאפיע אין ארכיוו